די רעדל הייבט זיך אהן צו דרייען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
די רעדל הייבט זיך אהן צו דרייען!!!
איך האב מיר אוועקגעריסן פון די שווערע ארבעט (איך האלט אינמיטן אויסבלאזן מיין ש"ס) פאר אפאר מינוט מקיים צו זיין דאגה בלב איש...
יעך רוף זיך א מיטליעריגע אינגערמאן מיט א שטוב מיט קינדערלעך קע"ה די אויבערשטער זאל העלפן ווייטער, פרנסה אויך נישט זיך אפצורעדן אויף וויפיל מען ארבעט, ווי האט יענע געזאגט א האלבע טאג לערן איך נישט אין א האלבע טאג ארבעט איך נישט, אבער ב"ה אזוי דוירך צו שטופן די חודש איז בחסד עס איז דא אויף רענט געז עלעקטריק טעלעפאון בילס אפי' פאר די צוויי סעלפאונס (מיינס אין די בני בית'ס) די גראסערי אין שכר לימוד ווערט גידעקט כמעט בשלימות אין וואס נישט פראבירט מען צו דעקן די נעקסטע חודש. מען לאזט נאך אביסל אין טאש פאר צדקה צופרי אין שוהל, אביסל געלט די ווייב זאל קענען שאפע"ן אין אפי' אביסל פאר ווען די ווייב איז מחליט אז זי דארף א דייעט אדער עקסערסייז.
דאס איז אבער אלעס ביז.....
ר"ח ניסן קומט אהן!!! יעדע טאג איך קום אהיים ווארט מען מיר אפ, זאג נאר האסט נאך אביסל געלט אלע קינדער דארפן נייע שיך שבתדיגע אין וואכענדיגע, יעדע דארף א נייע ראו"ב אין א נייע קלייד אויף פסח אין נאכדעם דארף יעדע די נייע זוממער שטאפיר סתם אזוי, מען טאהר נישט גיין זוממער אין ווינטער די זעלבע ראו"ב אדער די זעלבע קלייד, ווינטער מוז זיין טונקלע קאלירן אין דיק זוממער מוז זיין ליכטיגע קאלירן אין דין. נאכדעם בעהט זי זיך אזוי שיין כ'האב גיזעהן הערליכע קייטלעך פאר אלע מיידלעך עס איז נישט טייער איך מיין אונז מעגן זיך דאס ערלויבן פאר פסח. יעצט דאס אלעס איז בחודש אשר ישועות בו מקיפות וואס מען דארף קויפן מצות (איך גלייב עטץ קענטס אלע די פרייז) גרעי"פ דזשו"ס וויין פאטעיטאס אייער פיש פלייש חרוסת חזרת (איך לאז דא ליידיג יעדע קען אריינפילן זיין טא"ו סענ"ס) אין דאס איז חוץ פון נאך אפאר פסחדיגע כלים וואס מען דארף נאך איינקויפן ווייל יעדעס יאר קויפט מען אביסל. וכו'
עכ"פ דער חודש ניסן גיבט מיך א דריי אריין אין א ספי"ן איך בארג אויס אפאר טאללער"ר אויפן חשבון פון מיין קומענדיגע פאר טשעקלעך איך וויש דער קרעדי"ט קארט"ל עד שידי מגעת אין די נעקסטע צוויי חדשים מיטשעט מען זיך מיט די רענט די בילס ווערן נישט געצאלט ווייל די טשעקלעך דארפן גיין פאר די קליינע חובותל'ך.
ב"ה עס איז שוין א וואך נאך שבועות איך וויל זיך פראבירן אויס צוגראדן די הויקע אין אפאטעמען אבער ניין.....
זאג נאר האסט שוין גיגעבן די דיפאזיט פאר די באנגעלו"י? האסט געדינגען א קאר פארן זוממער? אזוי הער איך איר פרעגן.
פאר איך גיי ווייטער א קליינע הפסקה איך ווייס וואס דא גייט קומען די ביסט משוגע? ווער בעט דיר צופארן אין קאנטרי? לאז מיך ענק געבן אביסל די בעקראונ"ד איר ברייטע משפחה אין חברטע'ס פארן אלע אין קאנטרי זי אליין איז א יליד קאנטרי וואו מען רופט עס אלע יארן דוירט גיוועהן. זי שרייט איך זאג דיר אויב אונז בלייבן מיט אלע קינדער אין שטאט כאפ איך א נערוון בראך איך האב נישט ווי ארויס צו שיקן די קינדער שפילן וכו' וכו' (איך גלייב עס איז דא אסאך וואס קענען דער שפראך).
עכ"פ איך האב איינגיזעהן אז אהן קיין פראפעשינעל העל"פ קען איך אין שטאט נישט בלייבן האב איך מחליט גיוועהן פראפעשינע"ל העל"פ איז נישט צופיל ביליגע ווי די קאנטרי! נא זאל איך שוין באגראבן די געלט אין קאנטרי אין יעדע זאל זיך ענדזשויע"ן, ענדערש ווי באגראבן ביים טעראפיס"ט אין נאר ער זאל זיך ענדזשויע"ן!!!
צריק צום ענין ווי האב איך נאר געהאלטן? יא ביי זוממער! שוין איך דארף נישט מאריך זיין אז די זוממער איז איין גרויסע לאך! חוץ אלעס וואס מען האט געקויפט ניסן קומט א נייע שאפינ"ג ספר"י פאר די קאנטרי אין עס איז סתם אזוי הוצאות מרובה מהכנסות ...
אה ב"ה מען פארט שוין אהיים פון קאנטרי איך וויל זיך פראבירן אויס צוגראדן די הויקע אין אפאטעמען אבער ניין.....
עס איז דאך ער"ח תשרי. זאג נאר די מיידלעך מוזען האבן נייע אוניפארמ"ס פאר די נייע סקול יאר, קוק אויף זייער שיך עס ווערט געהרג'ט אין די קאנטרי מען מוז קויפן נייע, איך שעם זיך זיי אזוי ארויס צו לאזן אויפן גאס, איך קען קויפן איין נייע קלייד פאר יעדעם איינעם פאר סוכות? איך מיין אז אפשר גייט מיין מאמע עפעס צושטייער געבן! נא וואס זאל איך זאגן ניין? אין וואס איז וועגן נייע מאנטלעך? אין קוק זייער אלע ווינטער קליידער זענען שוין קליין! אין אודך א פרישע פילע שאפינ"ג ספר"י.
איך האף אז עטץ גידענקסט אז איך האלט נאך פאר ד' מינים אין פיש אין פלייש וואס רוב חודש עסט מען דאס דריי מאל א טאג.
אין ב"ה עס קומט אן חנוכה אין ב"ה מען קען זיך אויגראדען די הויקע אין מען אטעמט אפ!!! מען קען צריק לעבן נארמאל אהן דרייען געלט אבער בסך הכל האלט עס אהן טבת שבט אדר, נאכדעם קומט נאכאמאל ניסן אין די רעדל הייבט זיך נאכאמאל אהן דרייען אין אזוי דרייט זיך עס יאר נאך יאר!!!
נ.ב. דאס איז נישט א געלט אפיל! איך וויל נישט באקומען אין אישי קיין שום נדבות
דאס איז נאר א אויסברוך!!!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לית דין בר נש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
אריינטראכטענדיג בשל מי הרעה הזאת, בין איך געקומען צו די החלטה אז די שורש פון די פראבלעם איז אז מ'ציט אויף די דור מיט די מענטעלעטי אז מ'געהערט צי א געוויסע קרייז און מ'נעמט אוועק די קאנפידענס פונ'ם יחיד צו אליינס באשלוסען טאמער יא אדער נישט עפעס צי טיען.
רוב פון די אויסגאבן זענען זאכן וואס מ'קען עוואידן. מ'מיז נישט האבן עקסטרע שבת שיך. מ'מיז נישט האבן באזינדערע קליידער פאר ווינטער און זימער. מ'מיז נישט קויפן ד' מינים פאר דריי הונדערט דאלאר און אזוי ווייטער. נאר אז מ'ציקלאפט דעם יחיד אז ער אליינס קען גארנישט, מיינט מען אז מ'מיז נאכטיען וואס יענער טיט און אז נישט הייסט מען אויסגעשפילטער.
פארשטייט זיך אז די עומדים בראש העדות וועלן נישט צולאזן קיין שינו ווייל טאמער קען יעדער מאכן שבת פאר זיך זענען זיי אויס קאפעליטש מאכער, אבער אונז דארפן מיר מחזק זיין די אידן וואס זענען מלא קשיות און פארשטייען נישט פארוואס דארף איך טיען דורה אזוי און אזוי. מ'דארף דערציילן דעם אמת אז יעדער האט די רעכט צו באשליסן לויט זיינע אומשטענדן. קיינער געהערט נישט צו קיינעם; כל ישראל בני מלכים!

פארדריי די דיר דיין קאפ
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
קודם וויל איך זאגן אז איך רעד נישט פון רבנים. איך רעד פון די וואס פירן פאקטיש. למשל, דער א צייטונגס שרייבער האט סאך א גרעסערע השפעה ווי א רב.
מ'וויל געהערן צו א געמיינדע ווייל מ'איז געברעינוואשט אז טאמער געהערט מען נישט פעלט עפעס. אוודאי גייט מען נישט זאגן וועלעכע קאליר די קליידער דארפן זיין אבער מ'וויל אז דער יחיד זאל זיך שפירן ווי מער דעפענדענט אויפ'ן רבים. למשל, מ'דארף געהערן צו א קרייז צו וויסן וועלכע מסכת צו לערנען, צו וויסן וועלכע צדקה צו געבן (נאר פאר אנ"ש), צו וויסן וועלכע דיין מ'פרעגט שאלות אא"וו

- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
דריידל האט געשריבן:אריינטראכטענדיג בשל מי הרעה הזאת, בין איך געקומען צו די החלטה אז די שורש פון די פראבלעם איז אז מ'ציט אויף די דור מיט די מענטעלעטי אז מ'געהערט צי א געוויסע קרייז און מ'נעמט אוועק די קאנפידענס פונ'ם יחיד צו אליינס באשלוסען טאמער יא אדער נישט עפעס צי טיען.
רוב פון די אויסגאבן זענען זאכן וואס מ'קען עוואידן. מ'מיז נישט האבן עקסטרע שבת שיך. מ'מיז נישט האבן באזינדערע קליידער פאר ווינטער און זימער. מ'מיז נישט קויפן ד' מינים פאר דריי הונדערט דאלאר און אזוי ווייטער. נאר אז מ'ציקלאפט דעם יחיד אז ער אליינס קען גארנישט, מיינט מען אז מ'מיז נאכטיען וואס יענער טיט און אז נישט הייסט מען אויסגעשפילטער.
פארשטייט זיך אז די עומדים בראש העדות וועלן נישט צולאזן קיין שינו ווייל טאמער קען יעדער מאכן שבת פאר זיך זענען זיי אויס קאפעליטש מאכער, אבער אונז דארפן מיר מחזק זיין די אידן וואס זענען מלא קשיות און פארשטייען נישט פארוואס דארף איך טיען דורה אזוי און אזוי. מ'דארף דערציילן דעם אמת אז יעדער האט די רעכט צו באשליסן לויט זיינע אומשטענדן. קיינער געהערט נישט צו קיינעם; כל ישראל בני מלכים!
הונדערט פראצענט גערעכט.
איך פאר מיר גיי די זעלבע שיך שבת און אינדערוואכן. אבער מיין ווייב און קינדער קען איך נישט טוישן.
מיין ווייב: "איך מיז קויפן פאר אסתי א נייע ראוב פאר פסח."
גנדי: "די פאריאריגע איז צוריסען?"
ווייב: "די ווילסט אסתי זאל זיין די איינציגסטע נעבעך אויף די גאס וואס האט נישט קיין נייע ראוב?"
גנדי: "אקעי. דא האסטו די קרעדיט קארד. לאמיך טשעקן וויפיל איז נאך אוועילעבעל..."
ווייב: "ווען קענסטו מיר טראגן צו ניישלאס?"
...איך זיץ און ווארט דאובל-פארקט, די בעבי וויינט אויף מיין שויס. הונדרעטער לעדיס מכל קצוות תבל שטיפן זיך אריין צו ניישלאס...
...איך בין שוין נמאס פון ווארטן, איך האב שוין געליינט אלע מיינע אימעלס, געזעהן אלע וואטס-עפ קליפס, שוין געליינט אלע טוויטס, שוין געזעהן אלע נייע סעלפיס אויף אינסטעגרעם, שוין גליינט אלע נייע תגובות אויף קאווע שטיבעל...
פיינעלי מיין ווייב איז צוריק מיט גרויסע ניישלאס בעגס...
ווייב: "ניישלאס האט דע יאר "מעטשינג" סליפערס פאר שבת. זיי האבן נאך נישט אריינבאקומען אסתי'ס סייז. איך האב באצאלט אין זיך ארויף געשריבען אויף די "וועטינג ליסט"..."
פארוואס לייגט מען נישט דעם "ניישלאס" אין חרם??!!!
You must be the change you want to see in the world
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 975
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 05, 2012 5:48 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
בן בג בג האט געשריבן:איך בין אביסל צעמישט, קודם הייבסטו אן אז דו קענסט זיך נישט אפרעדן אויף פרנסה, אבער פונעם שמועס קומט אויס אז נאר 3 חדשים א יאהר דעקסטו זיך אן צומאל דאס אויך נישט......
עס איז באמת נאר להגדיל תורה ולהאדירה דער זאל פרעגן אין דער זאל ענטפערן
אבער וואס איך האב געמיינט מיט דעם אז ווי לאנג עס קומט נישט צו די אלע גרויסע באל"ק הוצאות איז דאס לעבן פיין