איך אויך האט געשריבן:איך פיר מיך טאקע ארויסצושליידערן די בייבעל אינעם נאכטקעסטל פון די צימער.
דערמאנסט מיר וואס איז פארגעגאנגן ביי מיין בעשוי. אונז זענען אנגעקומען קיין ............. שפעט נאכמיטאג, און מ'האט אריינגעטשעקט אין די האטעל וואס דער פיוטשער מחותן האט צוגעגרייט פאר אונז. פאר מ'איז ארויף צו די שטוב האט מיר מיין טאטע געהייסן בלייבן אין די לאבי פאר א פאר מינוט ביז ווילאנג ער קומט מיר נישט רופן.
פיינעלי האט ער מיר ארויפגעלאזט און ווען איך קום אריין און שטוב האב איך שוין אלעס פארשטאנען. ער האט מיט די בעט קאווערס צוגעדעקט די טעלעוויזיע, און ארויסגעווארפן אדער באהאלטן די בייבל. א רחמנות געוועהן צו קוקן אויף זיין פנים ווען איך האב עם געפרעג וואס עס זענען די צוויי זילבערנע הערנער וואס שטעקן זיך ארויס פון די בעט קאווערס...