מיין חבר שיקט מיר אן אימעיל א לינק צי פארקויפן חמץ אנליין ביי חב"ד.
ער שרייבט מיר אז ער פארקויפט שוין ביי זיי די לעצטע פאר יאר אזוי. ער איז נאך א פיינער אז ער געט זיי א נדבה 18$.
איך קלער צי איך זאל אזוי פארקויפן די יאר? וואס האלט דער עולם דערוועגן?
עפעס שפיר איך נישט באקוועם דערמיט. די זאך איז אזוי וואס פארקויף איך דען? עכטע חמץ איז דאך שוין נישט בבל יראה פין א וואך פאר פסח. דאס ביסילע קאסמעטיקס איז דאך מסתם נישט מחויב מעיקר הדין צי פארקויפן. סדאך נישא ראיה לאכילה.
פון אנדער זייט איז פונקט פארקערט, אויב פארקויף איך טאקע נישט קיין ריכטיגע חמץ, דאן פארוואס פארקויף איך בכלל? אלאמאי אלץ מנהג אזוי ווי איך כשר אפי'איך דעק צי די קאנטער טאפ, אלץ מנהג. אויב אזוי איז דאך דאס נישט דער מנהג , מיין טאטע פארקויפט נישט אנליין.
מכירת חמץ אנליין
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 4466 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1823 מאל
דער אשכול פארמאגט 41 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן