שערורי' פון "מאשין מצות"

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שערורי' פון "מאשין מצות"

שליחה דורך מצטמק ויפה »

די ימי הפסח זענען שוין אט אט דא, עס שפירט זיך אז באלד גייט מען שוין זיצען אנגעלאנט ווי א מלך און מקיים זיין די ד' כוסות און מצוות מצה, און ווי אויך אלע אנדערע מצוות פון די הייליגע נאכט.

אין פרשת בא שטייט אין די תורה "בערב תאכלו מצות וגו', און די תורה איז אונז מזהיר אז מען זאל זייער אכטונג געבן אויף די מצות, "ושמרתם את המצות וגו' און ווי רש"י ברענגט ושמרתם את המצות, שלא יבאו לידי חימוץ וכו'. דער יום טוב פסח כידוע, ברענגט מיט זיך א געוואלד פון מנהגים און חומרות וואס קהילות שונות האבן אנגענומען אויף זיך, ולא ראוי זה כראוי זה, אבער הצד השוה שבהן, אונז וויל מיר אלע זיין געטריי צו די הייליגע תורה און מצוות, און מקיים זיין דעם יום טוב פסח ווי עס דארף צו זיין, און חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין ברעקעלע חמץ חס ושלום. איינע פון די מערסטע באקאנסטע שערורי'ס ביי כלל ישראל אום פסח, איז די פרשה פון "מאשין מצות", וואס יעדער חדר יונגעל ווייסט אז עפעס איז געווען א מעשה עפעס א דברי חיים וכו' כל אחד לפי ידיעתו , און די חידוש דערפון איז, אז די מחלוקה איז געווען מן הקצה אל הקצה, טייל האבן געהאלטן אז עס איז גאר א חומרא און א שטארקע מעלה צו עסן מאשין מצות, בעת וואס די חולקים האבן געהאלטן בבירר אז עס איז חמץ גמר.

אנגעהויבן האט זיך עס בשנת תרי"ח לפ"ק, ווען א סוחר פון גערמאניא, האט געברענגט דער נייעם ערפונדונג צום שטאט לעמבערג, וואו בזמן איז דער גאון רבי יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן זצ"ל בעל שואל ומשיב א געווען די רב אין שטאט. דער סוחר האט עס צום ערשט געלייגט אינעם חצר פונם גביר מו"ה יצחק קאלישער ע"ה פון לעמבערג, דער סוחר האט מיטגעברענגט א כתב המלצה פון הגאון רבי יעקב יוסף עטינגער זצ"ל הרב ואב"ד של היראים בעיר בערלין יצ"ו, וואס ער איז מבטיח די כשרות פונם מאשין און עס איז בתכלית ההידור.
ווי נאר די ידיעה איז אנגעקומען אז דער מאשין געפונט זיך אין שטאט איז דער גאון דער בעל שואל ומשיב צוזאמען מיט נאך צוויי רבנים, געגאנגען זען דעם מאשין. זיי האבן דאס אויספרובירט און געזען אז עס טויג נישט, ווייל נאכן ענדיגען האבן זיי בודק געווען, און געטראפן שטיקלעך טייג צוגעקלעבט צום מאשין, און עס איז געהעריג חמץ. למעשה האבן זיי עס אבער תולה געווען און די שטארקע קעלט וואס האט געהערשט דאן אינדרויסן, און וועגן דעם האט דער מאשין נישט געקענט ארבעטן געהעריג. און אויך אז דער וואס איז געווען דאן געוועו ממונה אויפן מאשין איז נישט געווען קיין גרויסע מומחה און האט נישט געוויסט פונקטלעך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט'ן מאשין. ממילא האבן זיי געהייסן מען זאל די מאשין אריבערפיר'ן צו א געהריגע מצה בעקעריי כדי עס זאל נישט זיין אינדרויסן אין די קעלט, און ווי אויך זאל דארט זיין א מומחה וואס קען זיך גוט אויס מיט'ן מאשין. און למעשה ווען מען האט עס אויספרובירט אין די בעקעריי איז עס געווען געוואלדיג, און אלעס איז געגאנגען כשורה. און אויף דעם ארויף, האט דער גאון דער שואל ומשיב מיט די אנדערע צוויי רבנים מתיר געווען די מאשין, און געשריבן בכתב א היתר, און מ'האט מפרסים געווען איבעראל אז דער גאון פון לעמבערג האט מתיר געווען "מאשין מצות".

ווי נאר עס איז באקנט געווארן בקרב ישראל די היתר פונעם בעל שואל ומשיב, האבן זיך געוואנדען די רבנים פון די שטאט קראקא צום גאון הדור פון יענע זמן רבי שלמה קלוגער זצ"ל פון בראד וואס איז געווען דאן פון די זקן הרבנים, צו הערן חוות דעתו פונעם גאון בנוגע מאשין מצות, ער האט גענטפערט אויף דעם בכתב ,אין איז געדרוקט געווארן אונעם קונטרס מודעה לבית ישראל וואס איז ארויסגעקומען וועגן די נושא פון "מאשין מצות", און פון ציווישען אנדערע שרייבט ער דארט אזוי:
ע"ד שאלתם אם להתנהג לעשות המצות לחג הפסח ע"י מאשין הנתחדש במדינת אשכנז וכו' ואין ללמוד מאשכנזים מכמה טעמים, והנה טעם האיסור בזה נראה, כי ראשון שבראשון אין זה מגדר היושר והמוסר, ליהות גוזל עניים, אשר עיניהם נשואות על זה. כי מן העזר הזה שהם עוזרים במצות, יש להם סעד גדול להוצאות הפסח המרובים לבני עמנו וכו' וכו'. ומלבד זה נראה לי ג' טעמים, דאסור הוא מדינא. אחד, דלצאת בו ידי חובת מצה, וודאי לא מהני במצה הנעשית ע"י מאשין, כיון דאנן קיי"ל, דאין יוצאין אפילו בעשאו חרש שוטה וקטן שאין להם דעת, וישראל עומד על גביו נמי לא מהני. וא"כ מאשין זה לא עדיף מעשיה ממעשה קטן דאין לו דעת עצמו, ולא מהני אפילו גדול עומד על גביו וכו'. ועוד שנית וכו' כי מי יודע אם עסק המאשין מבטיל שלא יחמיץ. אנו לא מצינו בפוסקים רק בעסק אדם בידים, דהוה בכח יותר, ומי יוכל לשער הטבע וכו'. והנה חוץ מזה, יש נשאר הרבה פירורין ובצק תחב תוך המאשין וכו', הרי אחר שנסעסקו בו מיד מחמיץ וכו'. וגם זה אנו יודעים, ששכיח שיהי' במצות חטין שלמים או שבורים וכו', וא"כ העוזר במשמוש היד, מרגיש כן ועושה שאלה, משא"כ במאשין, מי ירגיש אם יהי' במצה איזה חטה וכו' וכו'

איז וועגן די אלע טעמים און נאך וואס ער ברענגט דארט אסר'ט ער פון ניצן "מאשין מצות" אום פסח.

אויף דעם האט גענטפערט דער שואל ומשיב זצ"ל, אונעם קונטרס ביטול מודעה וואס איז ארויס געקומען אפציווענדן אלע טענות פון די אוסרים, און דארט ברענגט די שאול ומשיב א תירוץ אויף אלע טענות פון הגאון רבי שלמה קלוגר זצ"ל, קודם אויף די טענה אז עס איז נישט יושר ווייל מענטשען האבן פון דעם פרנסה, זאגט ער אטו איינער מיט א גרויסע משפחה וועט נישט מעגן באקען אליין אן די הילף פון די עניים.... און נאך שרייבט ער דארט וז"ל:
מ"ש דלצאת ידי חובת מצה וודאי ל"מ, והאמשין הלז לא עדיף ממעשה חרש שוטה וקטן שאין בו דעת עצמו, א"כ אף שאר המצות אסור ע"י מאשין, דיש לגזור הא אטו הא. לא ידעתי מה שח, אטו חשב שהמאשין נעשה ע"י כישוף, שמשליכין עיסה לשם, ומתגלגל מאליו ונולד ע"י עיסה גדולה, והלא הרבה בני אדם בעלי כח מגלגלין בהגלגל עד שנערך מצה גדולה. וכי יגרע זה ממה שמגלגלין בוואלגר האלץ של עץ, וכי הוואלגער עץ יש לו יותר דעת מוועלגר מתכות וכו'. ומ"ש דלא מצינו רק בעסק ידים שמבטל שלא יחמיץ, אבל בעסק ממאשין מי יוכל לשער הטבע וכו'. מאי נפק"מ בין עץ למתכות וכו'. ומ"ש כיון שדרך לעשות מצות בדפוס עגול, ונשאר הרבה פירורין ובצק תחב תוך המאשין וכו', הנה כבר כתבתי שכל זה העסק נעשה בג' מנוטין, ולא נדבק שום בצק בהוואלץ והשלחן, רק הכל נקי, ולאחר כל מייערא, כאשר יקנח השלחן במטלית נקי', הוא נשאר נקי וטהור וכשר וכו'. גם מ"ש ששכיח שיהיה במצות חיטים שלמים או שבורים, ובמשמוש היד מרגישין ועושין שאלה משא"כ במאשין. אמרתי שגם זה וכו' דהלא גם כאן נוכל להרגיש במשמוש היד, כאשר ישמשו בהמצה הנעשה אח"כ ע"י ידים, גם מה שנותנין לנקרה נוכל להרגיש זאת וכו'.


און אזוי איז ער דארט מפלפל אפצופרעגן זיינע ווערטער און ער בארעכטיגט צו ניצעו די מאשין, און עס איז נאך מהדרין מן המהדרין.

דער גאון ר' שלמה קלוגער זצ"ל איז פארשטייט זיך נישט געווען אליין אין די מערכה צו אסר'ן די "מאשין מצות" נאר מיטגעשטאנען מיט איהם איז געווען אסאך גאונים און צדיקים פון יענעם דור וואס זענען ארויסגעקומען לאיסור, פון זיי איז געווען, רבי יצחק מאיר אלטער זי"ע דער בעל חדושי הרי"ם פון גור, רבי אברהם לאנדא זי"ע פון טשעכענאוו, רבי מרדכי זאב הלוי איטיגנא זצ"ל בעל מפרשי הים פון לעמבערג ( א שוואגער פונעם שואל ומשיב זצ"ל), רבי יהושע העשיל אשכנזי זצ"ל דער רב פון לובלין, רבי דוב בעריש מייזעלס זצ"ל רב פון ווארשע, רבי יצחק נתן ליפשיץ זצ"ל רב פון סאנטוב יצ"ו, און אזוי נאך אסאך גדולים און ועל כולם איז געווען דער הייליגער דברי חיים פון צאנז וואס איז געווען בראש המערכה צו אסר'ן מצות פון "מאשין מצה" און עס דן זיין ווי חמץ גמור.

לעומת זה איז דער גאון בעל שואל ומשיב זצ"ל אויך נישט געווען אליין, ווייל מיט איהם איז געווען רבי ישראל ליפשיץ זצ"ל רב פון דאנציג דער בעל תפארת ישראל, רבי יעקב יוקב עטלינגער זצ"ל רב פון אטלונא דער בעל ערוך לנר, רבי יצחק דוב הלוי באמבערגער זצ"ל רב פון ווירצבורג דער בעל לחם שמים, רבי אברהם שמואל בנימין סופר זצ"ל רב פון פרעשבורג דער בעל כתב סופר, און נאך און נאך צדיקים גאונים גדולים וואס האבן געכשר'ט די "מאשין מצות", און עסק איז נאך בעסער פון די מצות וואס איז געמאכט מיט די האנטי, און יעדער וואס איז חרד לדבר השם זאל זיך באנוצען נאר מיט "מאשין מצות".
און די אלע האבן זיך געשריבן בריוו אהין און צירוק זה בונה וזה סותר.

אבער אחרון חביב איז דער רבן של ישראל דער הייליגער דברי חיים זיעוכי"א ארויס געקומען זייער שארף קעגן "מאשין מצות" און עס דן זיין ווי חמץ גמור, און ער האט ארויסגעגעבן א מכתב קודש בקול חוצבים להבות אש וואס ליינט זיך אזוי:
ב"ה יום ה' תשא לסדר חג המצות תשמור תרי"ח לפ"ק פה צאנז. לידידי הרב המובהק החריף והבקי כש"ת מו"ה חיים נתן דעמביצער נר"ו, שלום. בדבר שאלתו אם מותר לעשות המצות על חג הפסח באמצעות המאשין בעירו, הנה ראיתי בזה תשובות גאוני זמנינו הגאון מו"ה שלמה קלוגער נר"ו מבראדי, והגאון מו"ה מרדכי זאב מלבוב, שהסכימו שניהם לאסור וצדקו מאוד בדבריהם, הגם כי על קצת דברים יש להשיב, אך די לאסור במה שכתוב הגאון מהר"ם זאב נר"ו שראה בעיניו את המאשין, וכי אי אפשר לגרור היטב הנגרר בוף וכמה מכשולים יכול לצמוח מזהץ אולם גם לדעתי הרבה טעמים ע"פ דין לאסור אך הם כמוסים אתי, כאשר כן קבלתי מפי מחו' הגאוןן מלייפניק זצ"ל, שבכמות אלה הדברים , אין לגלות הטעם, רק לפסוק הדין בהחלט, והשומע ישמע וכו'. ולכן בדרך החלט אני אומר לכם, כי העושה מצות על כלי זה, הוא חמץ גמור. ועוד זאת אודיע לכם ת כי העיד לפני אדם חשוב סוחר נכבד מפה, שהיה אשתקד במדינות אונגרין, וראה אצל קלי הדעת עושים המצות עם המאשין, והראה להם שהוא חמץ גמור ונתייבשו מאד, וגם אמרו לו, שהרב המתיר להם מתחראט מאוד על זה. ןלכן ידידי שאין להתיר זה בשום אופן, ואם לא יאוו שמוע, מה נעשה להם שאוכלים חמץ בפסח, ועעין בפרקי מהרמ"י, שהביאו ריאה, שאיו להקל מחמת חשש שיצאו חוץ לדעת, ולכן אין להתיר בשום אופן, וה' יצילינו משגיאות ומכשולות ח"ו והיה בזה שלוםת כנפשו ונפש הדוש"ת באהבה, הק' חיים הלברשטאם.

ווי נאר דער איסור איז נתפרסם געווארן האב'ן טיזענטער חסידים ואנשי מעשה זיך אפגעהאלטן פון עסן "מאשין מצות" און ביז'ן היינטיגען טאג זענען רובא דרובא היימישע יודן מקפיד נישט צו עס'ן "מאשין מצה".

(אויב איינער קען די היסטאריע ווייטער איז מכובד צו שרייבן.)
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

דא רעדט מען אויך
viewtopic.php?f=13&t=3231
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ישמעאל הכהן האט געשריבן:דא רעדט מען אויך
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=13&t=3231

יישר איך האב ארומגעוואנדערט אין שטיבל נישטערן אויב מען רעדט דערפון ערגעץ וואו, ולא מצאתי. מן הסתם איז נישט געווען יגעתי..
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

מצטמק ויפה האט געשריבן:
ישמעאל הכהן האט געשריבן:דא רעדט מען אויך
viewtopic.php?f=13&t=3231

יישר איך האב ארומגעוואנדערט אין שטיבל נישטערן אויב מען רעדט דערפון ערגעץ וואו, ולא מצאתי. מן הסתם איז נישט געווען יגעתי..

איך ווייס אז [tag]קארל[/tag] רעדט דערפון ערגעץ.
(- - -)
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]מצטמק ויפה[/tag], א דאנק פארן אראפשרייבן אזוי שיין.

די היינטיגע מאשין מצות דרייען מענטשן די הענטלעך אדער עס גייט מיט עלעקטעריק? איך זעה איינע פון די טעמים להתיר איז ווייל מענטשן דרייען די הענטליך.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Don't know if people stopped using machine matzos because his letter. But from it, rabbis learned to make isurim with hidden reasons, that cannot be challenged. (like kotel) a
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום diff, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

זייער שיין, מצטמק, מען דארף אודאי דערמאנען די גאר שארפע תשובה פונעם אבני נזר [וואו ער בא'טיטול'עט דעם מהרש"ם אלס א 'זבוב'] אין או"ח סי' תקל"ז, י"א אז זיין זוהן דער שם משמואל האט עס געשריבן.

אין היברו באוקס פעהלט דער בלאט, איך ווייס נישט אויב בטעות אדער בכוונה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

איז מאשין מצות בעסער אין טעם?
באניצער אוואטאר
ישמעאל הכהן
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2111
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
האט שוין געלייקט: 1551 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל

שליחה דורך ישמעאל הכהן »

אוי ביטע, עס טעיסט ווי חמץ מצה פונקט!
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
ארבעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 4:24 pm
האט שוין געלייקט: 51 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 34 מאל

שליחה דורך ארבעס »

דאס מיינט אז איך פארפאס גארנישט.
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

The reason we have round matzohs is same why we wear shtreimel . Nothing todo with halacha
תורה לא בשמים היא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א חלק פון אן ארטיקל דורך דעם היסטארי]קער הידען הנפלא ר' שמואל פוקס אויף מאשין מצות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

מיי גאדנעסס די שטותים. און וואס זאגן די ליטוואקס? אז משה רבינו האט יא געגעסן מאשין מצות. איי ס'איז נישט געוועהן מאשינען? נו, דער ראש ישיבה האט אזוי געזאגט, ואין לך רשות להרהר אחריה.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

איך קען עדות זאגן אז איך האב דעם שבת חנוכה פארקויפט אויף עמעזאן אכט הונדערט קעיסעס ברעד קראמבס פאר איינער מיט די נאמען מיכאל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

diff האט געשריבן:The reason we have round matzohs is same why we wear shtreimel . Nothing todo with halacha
תורה לא בשמים היא

אין שו"ת מהר"י אסאד איז ער מבאר באריכות כמה וכמה טעמים פארוואס די מצות ברויכן זיין רונדיג.
(- - -)
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

האמיר א שיינע מחלוקה צווישן די טשעטשנאווע רב און די מלאכים, טשעטשנאווע רב זאגט אז ס'איז א הלכה למשה מסיני און די מלאכים זאגן אז מדארף נאך צולייגן פון די פרעמד
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש עברי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

אפטעמיסט האט געשריבן:מיי גאדנעסס די שטותים. און וואס זאגן די ליטוואקס? אז משה רבינו האט יא געגעסן מאשין מצות. איי ס'איז נישט געוועהן מאשינען? נו, דער ראש ישיבה האט אזוי געזאגט, ואין לך רשות להרהר אחריה.

EXCUSE ME!!
די שטותים זענן טיפיקל חסידישע זאגעכצער. בלעים נישם ליטוואקס פאר זאכן וואס זיי טוהן נישט.
שעמסט זיך מיט די מאמרים? טראג אריבער די אלע ביכלעך צו די שמות-טראקס...
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אמת אז אמאהל זענען די ליטאים געווען מער ראציאנאל [הגם מער ביטער און פינסטער ואכמ"ל] אבער נשתנו הטבעים...
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער אמת איז אז איך בין א שטיקל סקעפטיקער אין מופתים, אבער יעצט אז איך זע אזא אפענע רוח הקודש פון דעם הייליגן רב טוישט זיך מיר די גאנצע בליק.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פישל'ע העררינג האט געשריבן:
diff האט געשריבן:The reason we have round matzohs is same why we wear shtreimel . Nothing todo with halacha
תורה לא בשמים היא

אין שו"ת מהר"י אסאד איז ער מבאר באריכות כמה וכמה טעמים פארוואס די מצות ברויכן זיין רונדיג.


וואס רעדטסטו? ער איז דאך קול און ער ״ווייסט״ אז עס האט נישט קיין מקור און דו גייסט אים ברענגען א מקור?
diff
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:07 pm
האט שוין געלייקט: 185 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

שליחה דורך diff »

Just meant to contradic this false punchline
ווי נאר דער איסור איז נתפרסם געווארן האב'ן טיזענטער חסידים ואנשי מעשה זיך אפגעהאלטן פון עסן "מאשין מצות" און ביז'ן היינטיגען טאג זענען רובא דרובא היימישע יודן מקפיד נישט צו עס'ן "מאשין מצה
nobody treats it as chametz



.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

ר' פנחס עפשטיין זצ"ל, ראב"ד עדה החרדית האט געזאגט אז די תולדות אהרנ'ער האנט מצות זענען באלד אזוי מהודר ווי מאשין מצות!

דער מציאות איז אויך אז רוב כלל ישראל עסט מאשין מצות. אבער אויף די כזיתים עסן רוב ארטאדאקסישע אידן האנט מצות.
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
פארשפארט