(וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?) "לעזונג"!!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

(וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?) "לעזונג"!!

שליחה דורך מצטמק ויפה »

אזוי ווי איך האב שוין ארויס געברענגט אין א אנדערע אשכול, איבער די מצב וואס כולל יונגעלייט גייען נעבעך דורך, מיט'ן דורך שטיפּען דעם טאג טעגליכען לעבן. און די תירוץ אויף "וויאזוי לעבן די כולל יונגעלייט?" איז; אז נעבעך, זיי לעבן נישט! יא מען שפילט זיך טאקע ארום אביסעל מיט קרעדיט קארד פוינטס, און טעקס ריטארן. אבער ווילאנג קען מען דען אנהאלטען מיט די דריידליך, און וויפיל ברענגט עס דען אריין? נאר וואס דען? מען מוטשעט זיך אוועק, מען קריכט אויף גראָדע ווענט, מ'איז אנגעלייגט מיט צענדליגע טויזענטע דאללער חובות פון גוטע פריינד, און פונ'ם בעל בתישער שוואגער (קרעדיט: דריידל) און פון אנזער אלעמען באקאנטען גוט-הארציגען מלווה: אמעריקע"ן עקספרע"ס, און אזוי דרייט מען זיך ארום אן א קאפ. אפגערעדט אז ביים לערנען איז קוים דרייסיג פראצענט פונם מוח דארט ביים גמרא - שולחן ערוך, אבער וויאזוי קען א שלום בית און אזא שטוב קלאפען, נאכדעם וואס אלעס איז אזוי אנגעצויגען און נערוועז?

איך אליין ווייס פון יונגעלייט נאך נישט קיין צוויי יאר נאך זייער חתונה, וואס מען איז ארום געגאנגען נאך געלט פאר זיי, אלעס כדי זאלן קענען באצאלען זייער רענט.

איז פרעג איך אייך, איז דאס א וועג? דאס איז וואס דער בורא פארלאנגט פון אונז? אין הכי נמי די צען ביז צוואנציג פראצענט וואס זענען עלול אויסציוואקסען און אויסשטייגן, און מיינען עס מיט אן אמת, זיי דארפן זיך טאקע מוסר נפש זיין פאר תורה, און אז מען מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבישטער. אבער צו די איבעריגע אכציג ניינציג פראצענט וואס זיצן נאר ווייל דער שווער טאטע זיידע באבע שוועסטער זאל זיך קענען גרויס האלטן מיט איהם, וויל איך וויסען פארוואס???? פארוואס לאזט מען דאס צו? איך פארשטיי אז די יונגעלייט זענען נעבעך נישט שולדיג, קיינער איז נישט אינטערסירט זיך צו קריגען מיט זיין טאטע/שווער. אבער צו אייך טאטע'ס/שווער'ס האב איך טענות, הערטס אויף מיט די רשעות! וואס האסטו אז ער זיצט אין טרינקט קאווע, און פלעקט אן זיין ציצית יעדע שני וחמישי, און שלאגט זיך מיט'ן ראש הכולל, און הערט קול מבשר, באקומט יעדע צוויי מינוט א טוויט פון קול העולם און יודיש נויס, טוישט יעדע אנדערהאלבן חודש צו א נייע סעלפון, און פארקויפט פוינטס? וואס ברענגט עס ענק? אפגערעדט פון די, וואס פון פורים ביז פורים געסטו איהם נישט קיין דאלער, און דאן אויך נאר א נישטיגע טשעק פון הונדערט דאללער וואס דארף למען השם זיין אויסגעשטעלט פאר א קאנגגרעגעישן. זייער רשעות איז דאך סתם אום-שאצבאר, וואס ווילסטו פון איהם האבן? וויאזוי זאל ער לעבן? האסט איהם א פלאן? לאז איהם טוען וואס ער וויל, פארוואס זאל ער זיך טשויקען, און הערשט דאן מוזן בלית ברירה טוען א ביליגע דזשאב, וואס וועט טאקע זיין א בזיון פאר די משפחה, אבער וואס זאל ער טוען ער האט דאך ביז יעצט נישט געמעגט חלום'ן פון חלילה גיין ארבעטן, האט ער געמוזט טוען דאס. און נאכדעם וויינט מען מיט זודיגע טרערן "אוי נישט דאס האב איך ערווארטעט פון מיין חיים'ל, נישט פאר דעם האב איך מיך געמוטשעט די אלע יארן".. האללא, דו האסט איהם א עצה? דו ווילסט איהם אפשר העלפן באצאלן זיין רענט? ניין! איז וואס פארפירסטו? וואס ביסטו שופך דם על לא דבר?

אבער אפי' די וואס געבן יא צושטייער פאר'ן קינד/איידעם, וויל איך אייך אויך מודיע זיין, א גרויסן דאנק פאר אייער ברייטהארציגע נתינה, אבער איייער זון/איידעם איז נישט אייער קנעכט, ער איז קיין טראפ נישט משעובד, און אויב איז ער פשוט נישט געאייגנט פאר די גמרא, דאן לאזט איהם טוען וואס זיין הארץ גלוסט, און מישט אייך נישט אריין די נאז וואו עס באלאנגט נישט.

למעשה איז אזוי; קיינער זאגט טאקע נישט אז מען זאל ארויסטראסקענען די קינדער פון כולל, אבער קודם דארף מען אויפקלערן פאר די עלטערן, אז מיר לעבן היינט אין א אנדערע עפאכע פון ווען זיי זענען געווען אין די יארן, און יענע צייט איז עס געווען אסאך לייכטער צו בלייבן ביים לערנען, סעקשען 8 איז געווען בתוקפו, רענט האט מען געצאלט א פערטל וואס מען צאלט היינט, און סתם אלגעמיינע זאכן זענען געווען ביליגער.

און אויך דארפ'ן זיי פארשטיין אז די באדערפענישען היינט איז אסאך אנדערש ווי אמאל, ווי למשל א סעלפאן האט מען נישט געדארפט פאר מאן און ווייב, א קערידזש האט מען זיך באגעניגט מיט עפעס א קריטשעדיגע פיר רעדל'דיגע וואגען, אנשטאט דעם היינטיגען לאקשעירי בּאָגאַבּאָ, וכהנה וכהנה רבות כאלה, וואס די סטענדערט פארלאנגט נעבעך.

איז וואס מען דארף יא טוען איז זייער פשוט, זאל יעדע טאטע זאגן פאר זיין איידעם/זון; אהובי ידידי איך וואלט זייער געקענט באשטיין אז די זאלסט בלייבן זיצען און לערנען, אבער די רגע וואס די שפירסט מאיזהו סיבה שהוא אז די דארפסט ארויס גיין זעהן צו מאכן אפאר דאללער, זאלסטו נישט טראכטן קיין צוויי נאר טוען צו די זאך, און ארויס לויפן פון כולל. און אזוי אוועקנעמען דעם פראבלעם פון "איך קען נישט, עס פאסט נישט, מיין טאטע/שווער/באבע/פעטער/........ " והכל על מקומו יבאו בשלום בעזר השם.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

דער לעזונג וואלט געווען א לעזונג ווען ס'איז 5 יאר פריער און אנשטאט ארויס פון כולל וואלט געווען ישיבה, און אנשטאט גיין ארבעטן וואלט געווען לערנען א פאך. די לעזונג פאר כולל אינגעלייט הייסט IUD.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדע ווארט אמת ויציב, מילה בסלע מיינט דאס.

און טאקע פארדעם, פרעג יעדע עלטערע איד וועט ער דיר זאגן דער בעל קרית יואל זצ״ל (נישט קיין כוח אריינגיין אין מחלוקת צווישן ארוני-זלוני, דברי יואל אדער ויואל משה, בעל קרית יואל איז זיכער גוט) איז געווען זייער קעגן עפענען א כולל. ער האט דאס גע׳עפענט נאר ווייל דער עולם איז געגאנגען אין פרעמדע כוללים סיי ווי.

די גאנצע ערשטע דור נאכן קריג, און דארט איז געווען גאר אסאך תלמידי חכמים, און רוב רובו פונעם צווייטע דור פלעגן ארבעטן. פשוט ווייל עס א חורבן היהדות אנדערש.

א פיינע בחור אין ישיבה לערנט 4-5 שעה מאקסימום א טאג, מאך א חשבון, אדרבה. א כולל אינגערמאן דארף ״לערנען״ 8-9 שעה א טאג. עס איז א הימל געשריי. ווען גאנץ כלל ישראל וועט צוזאמקומען אין א מוצאי שבת נאכן עסן טשולענט ווי רבי הערשעלע קרעטשניף, וועט נאך נישט ווערן ארויסגעברענגט גענוג דאס וויי געשריי וואס דאס איז. חורבן היהדות איז נאך א קאמפלימענט.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מצטמק'ל , דיין פעדער ארבעט מוראדיג. איך גיי שוין ארויספרינטן די ארטיקל און עס אריינשטעקן אין אפאר טלית בייטלעך מארגן צופרי. די לעזונג וועט קומען נאכדעם וואס דער עולם וועט איינזען די חשוב'ית פון ערליכע בעל בתים - די וואס לעבן מיט ערליך פארדינטע געלט און זענען קובע עתים לתורה.

יעדעס מאל מ'גייט נאך געלט פאר למשל, קמחא דפסחא פאר בני כולל, אדער ווען מ'געט אנדערע דיסקאנטס פאר בלויז בני תורה, שטעכט עס מיר אין הארץ. פארוואס זאל דער ארבעטער וואס מיטשעט זיך 40-50 שעה א וואך, נאך דארפן אוועקגעבן פון זיין שווער פארדינטע געלט פאר אנדערע וואס האבן די ברירה צו ארבעטען פונקט אזוי? ווען ס'רעדט זיך ווען פון אזעלכע וואס זענען מוותר אויף מותרות כדי צו קענען זיצן און לערנען, החרשתי. אבער די מציאות איז אז אסאך כולל יונגעלייט וואס זענען נהנה פון די ספעציעלע הנחות לעבן פונקט אזויווי דער ארבעטער, מיטן איינצוגסטן חילוק, אז בשעת דער ארבעטער לויפט כאפן דעם טרעין צופרי קיין מאנהעטען, לויפט דער כולל יונגערמאן צום פ. ס. אפיס.
פארדריי די דיר דיין קאפ
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דערמאנט מיר א מעשה, דער רבי בעל קרית יואל האט זיך אמאל געטראפן מיט רבי אהרן קאטלער זצ״ל, האט אים רבי אהרן געזאגט אז ער וויל פון זיין ישיבה זאל ארויסוואקסן דער קומענדיגער מנהיג ישראל און גדול הדור, האט אים דער רבי געזאגט אז ער האפט פון זיין ישיבה וועט ארויסקומען די קומענדיגע דור פון ערליכע בעלי בתים.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אז ער האט אזוי מחשיב געווען די בעלי בתים, פארוואס איז ער נישט געגאנגען אליינס ארבעטן? אלא מאי? ער האט געוואלט האבן בעלי בתים וואס זאלן עם שטיצן, אז ער זאל נישט דארפן ארבעטן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט גע׳ארבעט. ער איז געווען א מגיד שיעור אין ישיבה. פלעגט יעדן טאג פארלערנען פאר די בחורים.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

Just a reminder.
Tonight is the BIG 40th Kollel anniversary dinner held in a rented location outside of KJ [why is the Bais Ruchel hall not good enough?]

And just in case anyone is interested, no , I will not attend, even though I was pressured to come.
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן שישים, אז דו ווילסט מאכן א מסירת הודעה דארפן מיר צוויי עדים אז יאר זענט געפרעשירט געווארן און אז איר גייט נישט...
avil
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 03, 2014 4:45 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך avil »

ממי_שאמרו האט געשריבן:דערמאנט מיר א מעשה, דער רבי בעל קרית יואל האט זיך אמאל געטראפן מיט רבי אהרן קאטלער זצ״ל, האט אים רבי אהרן געזאגט אז ער וויל פון זיין ישיבה זאל ארויסוואקסן דער קומענדיגער מנהיג ישראל און גדול הדור, האט אים דער רבי געזאגט אז ער האפט פון זיין ישיבה וועט ארויסקומען די קומענדיגע דור פון ערליכע בעלי בתים.


איז דער פשט, אז די איינטיקע סאטמאר רעבי'ס האבן אנגענומען די וועג פון ר' אהרן קוטלר ???
פארשפארט