איש עברי האט געשריבן:וואלסט ענדערש געוואלט ציילן די האר אויף מישקאלצע רבי'ס נאז?
ניין!!! ביידע זענען עקעלדיג, די איידיע איז נאריש, ס'האט נישט מיט אידישקייט, ס'איז פשוט עקעלדיק!!
קאווע טרינקער האט געשריבן:קילט אייך אראפ....
גיב זיי א טשענס....
אבטולמוס האט געשריבן:שרייבער האט געשריבן:בין איך דעראיינציגסטער וואס כאפט אן עקל פון אזא נאנטע פיקטשער פון אונזער שווארצן מלך, אז איך קען אפציילן יעדע האר אין זיין נאז, אך די עסן קומט מיר ארויף
ביסט נישט דער איינציגסטער. עס זענען ליידער פאראן גאר א סך ראסיסטן.
מצטמק ויפה האט געשריבן:אפטעמיסט האט געשריבן:נעבעך. ממש א עקל. אזוי צו ספעלן? פאסט פאר כתה א'. ס'לאזט זיך נישט גלויבן. [tag]ראשעקאל[/tag] וויאזוי ווייסטו אז זיי קומען נישט ארויס אין די ענדע?
נאכדעם וואס זיי ליינען אונזער פידבעק ביסטו נאך מסופק אויב זיי קומען ארויס.....?!
הלשון האט געשריבן:קאפירט פונעם סייט "אידישע ווינקל":
"דורכברוך: צוויי נייע אויסגאבעס אין אידיש ערווארטעט ארויסצוקומען אויף פסח
מיט פרייד נעמען אויף אידיש רעדנדע און ליינער איבער א דורכברוך אין די פעלד פון אידישע ליטעראטור. נאך עטליכע יאר וועלכע עס איז נישט ארויסגעקומען עפעס פריש און ניי אין די אידישע שפראך פאר די אידישע ליינער ווערט געמאלדן איבער צוויי נייע אויסגאבעס וועלכע איז ערווארטעט ארויסצוקומען אויף דעם יום טוב פסח הבעל"ט.
"דער כלל" גייט זיין א אומפארטייאישע צייטונג וועלכע וועט מעלדן נייעס און ארטיקלן און וועט פרובירן צו דעקן אלע מוסדות און קרייזן אייניג אהנע פאליטיק.
"דער מאמענט" איז א נייע מאגאזין וועלכע לויט ווי עס קוקט אויס פרובירן זיי אנצונעמען דעם סטיל פון 'משפחה' און 'בקהילה' נאר אין די אידישע שפראך.
עס לויט ווי קלאנגן לויטעט ווערט עס ארויסגעגיבן דורך די זעלבע בעלי בתים פון "א בליק" בילדער מאגאזין וועלכע פרובירט צו הייבן זייערע סעילס נאכן נישט אויסנעמען אזוי גוט אין די בילדער ליין און אפשר צוזאמען מיט ארטיקלן וועט עס יא גיין.
עס איז שוין פארהאן א צייטונג "דער מאמענט" וועלכע קומט ארויס אין מאנטריאל דורך די 'ילדי' ארגאנאזאציע. אבער עס האט נישט קיין שיכות.
אויך וועט בקרוב נאך פסח אנהייבן ערשיינען א נייע טעגליכע אימעיל וועלכע א עקזעסטירענדע אידישע צייטונג וועט פאבליצירן.
סובסקרייבערס וועלן באקומען א טעגליכע אימעיל פון נייעס אין אידיש."