"רחמנים בני רחמנים". זענען מיר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16625
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18937 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19266 מאל

"רחמנים בני רחמנים". זענען מיר?

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיר אידישע קינדער זענען בא'טיטל'ט געווארן, צווישן אנדערע מעלות, מיט די מעלה פון "רחמנים בני רחמנים". חז"ל זאגן אונז אויפן פסוק "ונתן לך רחמים ורחמך": כל המרחם על הבריות בידוע שהוא מזרעו של אברהם אבינו, וכל מי שאינו מרחם על הבריות בידוע שאינו מזרעו של אברהם אבינו. דאס מיינט אז די מדה ליגט אין די בלוט פאר יעדן ערליכן איד.

מען דארף נישט צופיל מאריך זיין דערין, ווען מען זעהט די אלע צדקה וחסד אינערהאלב דעם אידישן פאלק מסוף העולם ועד סופו, שרייעט זיך פון זיך אליינס ארויס "מי כעמך ישראל", עס איז ממש א קידוש ה' צוצוקוקן, און די אלע חסדים און רחמנות טוען זיכער מעורר זיין רחמי שמים ממעל אויף אונז, ווי חז"ל זאגן שוין במדה שאדם מודד מודדין לו.

כלפי מה דברים אמורים?

דער רמב"ם שרייבט אז א מענטש ווערט נשפע פון זיין סביבה, ווי די ספרים טייטשן "ויתערבו בגויים וילמדו מעשיהם", און ליידער זעהט מען ביי אונז לעצטנס א ירידה אין דעם ענין פון רחמנות, כאטש מצד אחד וואקסן די חסדים אויכעט למעשה מן המשוער, אבער פון די אנדערע זייט ווערט אריינגעברענגט אין די הערצער פון מאנכע א קאלטקייט צו א צווייטן איד. און כאטש רחמים מיינט נישט דייקא אויף א איד, קיינער רעדט נישט פון זיין א ראסיסט, אדרבה, עס דארף זיין ורחמיו על כל מעשיו, אבער כלפי א צווייטן איד זענען פאראן אסאך מ"ע דאורייתא וועלכע איז מחייב רחמנות צו האבן און העלפן מער ווי אויף די אומות העולם, און דער שכל זאגט די זעלבע.

אין אמעריקע – וואס איז א בחינה פון בבל, א בלבול פון צענדליגער מיני פעלקער און קולטורן – הערשט א געוואלדיגע קאלטקייט פון איינעם צום צווייטן. ווען מען זעהט א פאליציאנט ארעסטירן איינעם, קוקט מען און מען גייט ווייטער. אויב יענער באקומט 50 יאר תפיסה? הו קעירס. מען טוט זיך "ריינוואשן" פון אלע שווערע געפילן מיט דעם שיינעם גראם "יו דו דע קריים, יו דו דע טיים", און מיט דעם שלינגט מען אראפ אלע רחמנות געפילן, און געגאנגען, נעקסט קעיס...

און צעביסלעך הייבן אן די סארט קאלטע געפילן אריינדרינגען צווישן דעם היימישן עולם, בפרט ווען א איד איז טאקע באגאנגען א עוולה, וואס איז שטארק מעגליך אז ער פארדינט זיך א עונש, דאן ווערן די געמיטער אנגעהיצט אז ס'איז א פחד. פדיון שבויים? מאן דכר שמיה. פדיון שבויים איז נישט געמאכט געווארן אויב יענער האט "געטון די קריים"... און אויב פרייעט מען זיך אז א איד איז באפרייט פון תפיסה, זוכט מען גאר א ווארט פאר טיפשות. איי אפילו דער נידריגער גוי, אויב זיינס גלייכן ווערט גע'רודפ'ט וועט מען פראטעסטירן און סטרייקן בערים ובחוצות, און ווען יענער וועט ארויסקומען פון תפיסה וועט ער אויך זיין א העלד און מען וועט אים באזינגען, און יעדער פארשטייט דאס! ווייל עס איז א שמחה אז דיינס גלייכן איז ארויס אויף דער פריי און געענדיגט "דואינג דע טיים"... איך דארף נישט געבן משלים עס איז פאראן גענוג און נאך.

איך וויל נישט אריינגיין אין די דעבאטע וועלכע איז שוין אויסגעקייעט געווארן אין שטיבל 101 מאל, צי א מאלעסטער, א קולט פירער מיט זיינע נאכשלעפער, צי אנדערע פארברעכער, באלאנגען אין תפיסה. איך גיי אננעמען לחומרא איחוד פעלד'ס חתימה, אז זיי באלאנגען אלע אין תפיסה, און איך וועל נאכגעבן די אלע וועלכע האלטן אז די גאווערמענט משפט יעדן בצדק וביושר, מרדכי יצחק סאמעט און רובאשקין פארדינען ערליך קרוב צו 30 יאר ה"י. אבער האט מען שוין פארגעסן אז עס איז דא אזא זאך ווי רחמנות אויף א "פעלאו דזשו"? למעשה גייט א איד שמאכטן אין א פינצטערן צעל אן א משפחה, זיין לעבן גענצליך רואינירט, און לאזט איבער זיין ווייב און קינדער לעבעדיגע יתומים? ווי נעמט מען די גאטס צו זאגן "זאל ער פארפוילט ווערן אין תפיסה"? (VIN איז פול מיט אזעלכע געמיינע קאמענטס). פארוואס נעמט מען לייכטזיניג דעם גאנצן נושא, "זאל ער דינען זיין צייט"? און מאנכע פרייען זיך גאר??? אזא נחום נח"ש מיט זיינע מיטהעלפער, אונטערן שלייער פון יוסטיץ און רייניגן די קאמיוניטי רייבן זיי זיך דאס בייכל אז נאך א איד איז ארעסטירט געווארן? וואס איז מיט "בנפול אויביך אל תשמח"? ווי נידריג האבן מיר זיך דערקייקלט? "האבן מיר פארלוירן אונזער טאטש"..?

ריכטיג, מען האט שוין דערמאנט דא כמ"פ דעם "כל שנעשה רחמן על האכזרי, לסוף נעשה אכזר על הרחמנים", אבער דאס דארף זיין דער אויסנאם, נישט אז דאס ווערט דער נייער "סטענדערד" פון כלל ישראל, זיך כסדר מתאכזר צו זיין צו א צווייטן איד! צווישן 98% רחמנות דארף זיין אביסל אכזריות אויכעט, עס איז דא די אלע ענינים פון "בוחר הרע במיעוטו", זוך נישט צו זיין פרומער פון דעם פויפסט! און ווי שטייט אז ווען מען איז זיך שוין יא מתאכזר, זאל דאס זיין מיט א סאדיסטישע שמחה??

אפילו ביי די ד' מיתות ב"ד זעהט מען דאס אזויפיל מאל. קודם דארף די עבירה ווערן געטון במזיד, מיט 2 עדים, און מיט א התראה, און אפילו דאן דארף ב"ד זיך צוזאמעזעצן, די סנהדרין גדולה, קטנה איז נישט גענוג ביים דן זיין א נפש פון א איד! און יעדער דארף פרובירן צו מהפך זיין בזכותו, אויב אלע זאגן חייב באשטראפט מען אים נישט! ווייל עס קען נישט געמאלט זיין נישט צו טרעפן עפעס א סניגוריא אויף אים, עס מוז זיין אז עס שפילט שנאה געפילן!! און אפילו עס איז שוין רובו חייב, און עס איז יצא דינו למיתה, הערט מען וואס ער האט צו זאגן איינמאל און נאכאמאל, און מען טוט אלעס מעגליך אים צו ראטעווען. און ווען מען דארף שוין יא הרג'ענען, איז 'ואהבת לרעך כמוך - ברור לו מיתה יפה'! אלעס ווערט געטון אויף א אופן עס זאל שאפן די ווייניגסטע צער און עגמת נפש. אבער זיך פרייען און זויפן יענעמ'ס בלוט מיט א גרויסן גלעזל??

(די אלע וואס קומען מיט דעם "משל", ווען מען וואלט געטשעפעט דיין קינד וואס וואלסטו געטון?... להוי ידוע אז דער משל איז נישט ריכטיג צו נוצן, ווייל דאס איז בלויז געפילן, נישט קיין הלכה, אדרבה, אין יענע צייטן האט מען ספעציעל געבויעט די ערי מקלט אז מען זאל נישט קענען נקמה נעמען, ווייל די בלוט איז קאכעדיג הייס.... מיר 'רואיגע' דארפן זיך נישט אריינגלייגן אין דעם מצב פון די קאכעדיגע נוקמים, אדרבה דער נוקם ונוטר דארף זיך בארואיגן און קענען טראכטן מיט לאגיק, אך און וויי אויב מען פסק'ענט אפ יענעמ'ס דין בשעת כעסו, עס איז דאך דאס ערגסטע אופן פון מעניש זיין במשפט בצדק וביושר!)

עכ"פ מען זעהט קלאר פון די אלע זאכן, מנהגים און הלכות, אז עס האט געהערשט א גייסט פון רחמנות, און אז מען דארף יא מעניש זיין א איד, איז עס מיט א ווייטאג און צער, עס איז דאך כל ישראל ערבים זה לזה, עס איז אונזער פלייש און בלוט, און אפילו דער גוי וואס איז נישט קיין רחמן וועט זיך אויך אננעמען פאר זיינס גלייכן, איז דאך אודאי אז מיר רחמנים בני רחמנים דארף צו זיין אזוי פי כמה! אז מיר ווילן רחמנות פון אייבערשטן צו אונז אע"פ שאיננו הגון ואיננו כדאי, מוזן מיר זיך אויך אזוי פירן בין אדם לחבירו, אפילו יענער דעזערווט נישט קיין רחמנות, איז נישט קיין מצוה צו טאנצן אין די גאסן! עס איז נישט קיין מצוה ארומצופלוידערן דערפון אין אלע בלאגס און פרובירן איבערשטייגן דעם צווייטן ווער עס קען ארויסווייזן מער שנאה און כלומר'שט יושר!

מיר דארפן זיך אויפוועקן. מיר זענען אנגעוויזן אין אסאך רחמי שמים. לאמיר זיך מקבל זיין צו ארבעטן אויף די מדה פון רחמנות! דער רבש"ע וועט אונז נישט שולדיג בלייבן!
וירח ה' את ריח הניחוח

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר