געפילטע פיש האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:אזויווי די וואכעדיגע פרשה רעדט וועגן עניני נידה וזבה, האב איך געקלערט אז איך זאל עס אהערשטעלן. קודם, פאר די וואס ווערן עקסיידעט וויל איך זאגן אז ניין, דאס איז נישט קיין מאחורי שמועס.
איך האב דאס געזעהן לאנג צוריק אין א ספר און איך זיך עס שוין פאר יארן אבער קען עס נישט טרעפן, ולמצוה גדולה יחשב פאר דער וואס קען אנצייכענען די מקור.
שטייט דארט אז דם נידות איז דאך איינע פון די קללות וואס חוה איז געשאלטן געווארן פאר'ן חטא עץ הדעת. די גמרא אין מס' סנהדרין דף ק"א זאגט אז א טייל פון די דור הפלגה זענען געווארן מאנקיס. איז זייער אינטערעסאנט אז א טייל מאנקיס ווי טשימפענזינס און גארילעס האבן אויך דם נידות, אנדערש ווי אלע אנדערע בעלי חיים. דאס איז שלא יהא חוטא נשכר - די אנשי דור הפלגה וואס זענען געווארן מאנקיס האבן מיטגענומען די קללה וואס איז געיארשענט פון די באבע חוה.
נאכאמאל, ווער עס קען צושטעלן די מקור איז ווערי עפרישיעטעד
און פארוואס האבן קיען, בערן, און זעברא'ס אויך דם נידות, אזויווי אלע Mammals?
ס'זענען דא צוויי אופנים פון menstruation
די ערשטע הייסט Overt menstruation וואס דאס טרעפט זיך ביי יומענס און ביי פארשידענע מאנקיס. ביי די סארט קומט די בלוט ארויס פון די גוף.
ביי אלע אנדערע מעמעלס הייסט עס covert menstruation און ביי זיי ווערט אלעס איינגעזאפט אין די גוף און קומט נישט ארויס.