באהאלטענע מיליאנערן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

דעס ווייס מיר אלע, אז ס'איז דא די סארט עשירים וואס ווילען אז יעדער זאל וויסן, אז זיי ווילען נישט אז קיינער זאל וויסען אז סיי האבען געלט.

זיי ווילען די תאוה און אויך די גאוה. בכל הכבוד
קלוג און יונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 121
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
האט שוין געלייקט: 32 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל

שליחה דורך קלוג און יונג »

אויף די שאלה אויב ס'איז דא וואס ווילען עכט נישט קיינער זאל וויסען. איז אינטערעסאנט צו טראכטען:

אויב אזא איינער וועקט זיך אויף איין טאג און הערט אז האלב שטאט האט געווינען די לאטערי און יעדער האט באקומען 5 מיליאן דאלער.

די פשוטער עושר זאגט, דעמאלט איז מיר נישט אינטערעסאנט מיין עשירות. אז יעדער האט בין איך דעך די זעלבע ווי יעדעם! פארטיג מיט די קלאפענס און ריקען, מיט די לאכען פאר יעדע דזשאוק, מיט די עצות געפרעגעכץ. ס'שטייט שוין נישט מיין נאמען אין ערגעץ.

אבער אונזער שתקן, אויב האט ער נישט געוואלט קיינער זאל וויסען האט ער דאך נישט געוואלט דעי זאכען לכתחילה. אויב האט ער זיך ערוואבען זיין רייכטום דורך געניטע ביזנעס דיעלס קען ער לכאורה בלייבען מיט זיין ''self worthiness ''. וואס זאל איהם אנגיין אז דער עולם האט געווינען א לאטערי און זענען זיך מחי'?

קען מען זאגען אז ס'איז דא אזא מציאות? איז נישט די גאנצע געדאנק פון עשירות, אז איך האב און יענער נישט?
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

איינע פון די גרויסע טוישען וואס אונזער קאממיונוטי גייט יעצט אדורך, איז די מעמד פן מענטשען און קהילות.
בשעת וואס פאר אונזער טאטעס און זיידעס איז געווען זייער וויכטיג זייער קהילה, זייער מעמד און די קהילה,זייער מעמד און די רבי'ס אויגען וכ״ו.
און ממילא דער גליקליכער מיליאנער איז געווען גליקלעך מיט זיין מעמד און די קהילה, זייער נעמען זענען כסדר ארויפגעקומען אויף די פלאקאטאן, און אויף די אויסגעשפרייטע ליילעכער און בימד״ר.
ביים שלחן הטהור,האט דער רבי רב ז״ל,געגעבן מיט חביבות די בעכער, צו די צימעס פאר די חשובע תומכים.
סאיז געווען א win win situation.
ליידער מיט די ירידת הדורות, מער און מער יונגעלייט מאכען שבת פאר זיך.
מדאווענט ביים שכן, אדער 10 11 און די שפעטע מנינים און שטאט.
ממוז מוחל דעם רעבינס צימעס און די בעכער.
ממוז פארנומען מיט די אייגענע לעבן מיט די חינוך פון די קינדער.
ביי דיע סארט יונגעלייט, טרעפט זיך אסאך שיינע בעלי פרנסה, וואס ווילען געלט פאר זייער אייגענע לעבן, פאר זייער אייגענע תועלת.
זיי ברויכען נישט פארציילען, זיי דארפען די געלט פאר זיך.
איך קען א באנטש פון דיע, פון די ביזנעס וואס איך טוב מיט זיי ווייס איך אז זיי זענען גאר שיינע בעלי פרנסה.
זיי זענען אבער זייער באקוועם אהנעם שיינעם ,קאר,ווייב,הויז(פון אינדרויסען) וכ"ו
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

פארמעקט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום נאך א פשט, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

יין שרף האט געשריבן:איך האב לעצטענס געליינט וועגן ארעמעלייט, מענטשען וואס האבן חובות פון צענדליגער אדער הונדערטער מיליאנען, וואס לעבען ווי רייכע מענטשען און קיינער ווייסט נישט אז זיי זענען ארעם. אין געוויסע פעלער ווייסען אפילו נישט די אייגענע קינדער.

מיין שאלה איז, 1) איז דא ביי אונז היימישע אידן אזא זאך. קען איינער דא אזא איד (אדער אפשר זענט איר אזא איד)?
2) איז בכלל שייך אזא זאך ביי אונזער עולם? ווען עס איז לכו והתפרנסו זה מזה און יעדער קריכט אריין ביי יענעם אין געדערים איז שווער אז קיינער זאל נישט וויסען?
3) אויב עס איז יא דא אזא איינעם מוז אויך זיין אז ער געט אסאך צדקה ווייל דעמאלטס וואלט דער עולם געוויסט אז ער איז ארום. סא איז דאס אויסגעהאלטן על פי תורה צו געבען צדקה כדי צו באהאלטן די ארעמקייט???


דאס איז נישט א חכמה, דאס איז פשוט א רשעות און א עזות פון נאכלויפן די תאווה אויף יענעמס חשבון.
עס איז ממש ווי רש"י זאגט ביי בן סורר ומורה, "מבקש לימודו ומלסתים את הבריות"
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
באניצער אוואטאר
נאך א פשט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 218
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:12 am
האט שוין געלייקט: 61 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך נאך א פשט »

איינגעמיירעט האט געשריבן:זיי זענען אבער זייער באקוועם אהנעם שיינעם ,קאר,ווייב,הויז(פון אינדרויסען) וכ"ו


פון אינדרויסען איז די קאר צוזעצט אין פון אינסייד איז עס לעדער סיטס פולי לאודעד?
אינדרויסען גייט זי מיט א שפיצל און אינדערהיים מייט א לאנגע שייטל?

...ליצנות און א זייט, האסט א שטארקע פוינט.
The pessimist complains about the wind. The optimist expects it to change. The leader adjusts the sails. - John Maxwell
ראש כבש
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 30
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 27, 2014 12:36 am
האט שוין געלייקט: 6 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך ראש כבש »

ליצנות און א זייט געלייגט,
איז זייער א גרויסע חילוק צווישען לעבן באקוועם און ברייט, ווערסעס לעבן וואו א רייסער פאר די גאס.
סאיז דא מענטשען מיט אסאך געלט,וואס לעבן זייער א באקוועם לעבן, אבער פאר זיך.
וואויל איז פאר זיי, און א רחמנות פאר מענטשען וואס לעבן פאר יענעם, זיי בויען זיך אויף א אימעדזש, צו וואס זיי דארפען זיך כסדר צושטעלן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב געקענט איינעם אזא יוד. (מיין געוועיזענע לענדלארד.) ע"ה. ער האט געהאט לכה"פ זעקס סטארס, אין ברוקלין און אין אנדערע שטעיט און מדינות. געוועין א שותף אין אסאך ביזנעסער, און אליין געהאט עטליכע בילדינגלעך, וועלכע האבן אריינגעברענגט א שיינע חודש'ליכע הכנסה. אליינס איז ער ארומגעגאנגען מיט אן אלטן סוט (אויסגעריבענעם רעקל) און ר'האט געמאכט א רושם ווי א קאנדידאט פאר א תומכי שבת פעקל. לאנטש האט ער מיט זיין ווייב (וועלכע האט ארויסגעהאלפן אין זייער הויפט סטאר) געגעסן "רייזמאן קעיק" מיט א קאווע. און אוועקגעלייגט די שיריים פאר'ן נעקסטן טאג. איך בין אמאל געגאנגען מיט איהם קויפן א "סינק"/וועניטי פאר איינעם פון זיינע טענענטס, האט ער געוואלט געיבן א טשעק, פאר א נישטיגע 100 דאללער. ווען די סטאר האט פארלאנגט קעש האב איך אין מיין תמימות געוואלט אויסלייגן פאר איהם די געלט. האט ער ארויסגענומען פון איין טאש, עטליכע צוקנייטשטע פופציג'ערס און הינדעטער'ס. פאר זיך האט ער געלעיבט בצמצום, אבער ר'האט געגעיבן א סאך צדקה... :? 8-) :D :) ;) :lol: :roll: :oops: :o
פארשפארט