קרני צבי האט געשריבן:"פאר סאם ריזען" זעהט מיר אויס די תגובות פון טיטאניק, דער שכן, איש עברי, אזוי ווי די וואס לייקענען דעם הולאקאסט,
אלעס איז בלאף
מיר דערמאנען נישטא קיין ווארט "האלעקאוסט"
די וואס שרייען אויף די העכסט נארמאלע קנאדישע אגענטען "נאציס" זענען ענק
יעדער ווייסט אז קאנאדע זענען א ריכטיגע מלכות של חסד, און דאס וואס ענק טיען צי זאגען אויף די פרייע מידיע די לשונות פון "נאציס" אדער "מען גייט אינז קימען שיסען מארגען", דאס איז די גרעסטע התגרות באומות וואס האט נאר אמאל פאסירט אויף די באדען פון קאנאדע
די ווייסט זייער גיט אז מיט אביסעל קאמען סענץ און ווען די האנדעלסט עס מיט שכל און דיפלאמאטיע וואלסטי נישט געהאט אזא פנים
די האסט דיר אליין געגראבען דיין ערליך פארדינטע פלאנטער, בארבע רגליך ממש
כאטש אז בעצם וואלטען מיר עס געדארפט טין אבער כנראה זיכינו ונעשה מלאכתינו ע"י דער העלבראנצער אליינס
דאס וואס מען טיט צי ענק מיינט מען נישט קיין נקמה, מען וויל איין זאך, אז די שטיפת מח די רשעות ואכזריות וואס ווערט אנגעפירט דארעך דיר און דארעך דיינע מלאכי חבלה זאל זיך ענדיגען אחת ולתמיד און אז מיר פוילע בהמות האבען דאס נישט געקענט טין האט דער קל רחום וחנוך אויסגעהערט די צעקת העשוקים די געשריי פון די געפייניגטע און ענק אזוי געפירט אז ענק זאלען זיך אליינס באגראבען
נעם די גאנצע מעשה, גיי עס אדארעך, מאך א סך הכל, ווי אזוי ענק האבען געהאנדעלט די קעיס, ווי אזוי ענק האבען גערעדט צי די מידיע, דאס אנטלויפען ווי פאלנער פארברעכער נאך א עקסידענט, שרייען נאציס, און רעדען ווי א שיכור צי פרויען "7 שעה" אין א צי, די אלע זאכען ועוד ועוד דאס האט ענק באגראבען נישט מדינת ישראל און נישט קיינער
די אלע פעולות פון מדינת ישראל האט אולי אנגעהויבען די זאך, אבער ווען נישט ענקערע וויסטע סטופיד מהלך וואלטען ענק זיך זייער שיין ארויסגעדרייט דערפין
אבער שכל קען מען נישט קויפען
דער זעלבער קאפ וואס האט פלאנירט די אלע רשעות ואכזריות צי די אימשילדיגע תמימותדיגע פרויען און קינדער, דער זעלבער קאפ פלאנירט זיין אייגענע מפלה כי מה' מצעדי גבר כונני
אלעס פירט מען פון הימעל
עס איז געבליבען דיר צי ווינטשען א "זיסע מפלה מיסטער ארז"