מיין צוואה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

מיין צוואה

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

לשם ייחוד קודשא ברוך הוא ושכונתיה, ליחד שם יוד קה בואו קה, ...

ווי עס זעט יעדער איינער, בין איך דא געווען א מיטגלידער אין קאווע שטיבל די לעצטע שטיק צייט, איך האב נהנה געווען און זוכה געווען מהנה צו זיין אנדערע אידן אויך. איך האב זיך באקענט מיט די וועלט פון קאווע שטיבל, אלע אירע איינוואוינער און שרייבער, פון אלע שיכטן און קרייזן, אויפגעקלערטע OTD, ביז לב טהור אידן פון קאנאדא, פון לוסטיג'ע סקווירא, אריין אין סאטמאר, באבוב און יעדן. פון איבעראל זיך אנגעהערט און אנגעליינט, מיטגעהאלטן מעשיות, מיטגעטיילט השקפות... עס איז געווען א מחיה נפשות. אין די לעצטע שטיק צייט האב איך קונה געווען פיל נאלעדזש און נקודות למחשבה, ווי אויך פארברענגט און געהאט א גוד-טיים און פארמאגט מזון לגוף גשמי מיט אלע פשטים און פעשטלעך.

טאקע דערפאר, שפיר איך פאר א פליכט אייך מיטצוטיילן מיין דאזיגע שריט, וויבאלד איר זענט געווען א חלק פון מיין לעבן, צוזאמען געשמועסט, צוזאמען פארברענגט... עס איז דעריבער נישט ריכטיג סתם אזוי אוועקצוגיין פון אייך אן אייך לאזן וויסן.

אידן טייערע: יא, איך גרייט זיך אין די קומענדיגע שעות צו טון דעם שריט, איך וועל זיך אי"ה אויסשפארן פון קאווע שטיבל.

די סיבה:
נישט ווייל חלילה עפעס איז שלעכט מיט אזא שיינע הערליכע וואונקל, דער וואונקל איז זייער שיין און גוט, נאר עס איז פשוט צו גוט... אין די לעצטע שטיק צייט האב איך געשפירט א געוואלדיגע התרשלות אין מיין ארבעט, איך בין נישט אנגעקומען מיט וואס איך האב געדארפט און נישט געטאן מיין פליכט. איך בין געווארן צוגעבינדן צום שטיבל, אדער ווי מען רופט עס אין פלעין אידיש, "איך בין געווארן אדיקטעט". איך האב זיך נישט געקענט אפרייסן און יעדע פינף צען מינוט האב איך געמוזט ארויפטאנצן דא און זען וואס עס קומט דא פאר...

דער שריט איז פון איין זייט א פאזעטיווע און פון די אנדערע זייט א ווייטאגליכע: איך שפיר, אז מיטן פארלירן קאווע שטיבל, וועל איך פארלירן אסאך גוטע זאכן אין מיין לעבן, ווי אויך פיל נאלעדזש וואס מען קען דא קונה זיין, פונקט ווי די נייעס וואס קומען אריין שנעל און גיך, נקודות פון אונזערע חברים. איך שפיר אז איך וועל דאס אלעס פארלירן און עס וועט מיר פעלן עפעס אין לעבן. סיי פונעם פיזישן געשמאק פון פארברענגען מיט אזעלכע געשמאקע אידן, ווי אויך אינעם גייסטליכן זין פון ווארט, נאכן קענען זיך אנהערן און אנליינען מיט אלע סארט געדאנקען גאנגען פון מענטשן. מאידך-גיסא, איז צום האפן אז מיט דער שריט וועל איך זיין מער עוועלעבל אין צייט, און קענען דורכפירן אן אלטן צוזאג אויף וואס איך האב אמאל גע'חתמ'עט, נעמליך צו ברענגען און שפייזן מיין שטוב כדת משה וישראל. מיט דעם שריט וועל איך קענען ברענגען מער פרנסה, זיין מער עוועלעבל אין צייט פאר מיר, און אויך... נאך עפעס... האבן מער פלאץ אין מח, זיך צו קענען פארנעמען מיט די קינדער און אנדערע וויכטיגע געברויכן.

עס טוט מיר זייער לייד אז איך מוז טון דעם שריט, איך וויל עס באמת נישט טון און איך טוה עס מיט א שווערן געמיט. אבער איך שפיר אז דאס איז וואס איך מוז טון. איך האב שוין פראבירט צו טון אנדערע זאכן, ווי למשל צו מאכן גדרים וסייגים, זיך צובינדן אויף פארשידענע אופנים אדער עפעס ענליך, אבער די זאכן האבן גארנישט געהאלפן און איך בין תיכף צוריקגעפאלן.

אין דעם געלעגנהייט וועל איך ארויסגעבן מיין צובראכנקייט, צוליב דעם וואס איך שפיר אז איך בין א מענטש וואס די רצונות זענען גובר אויף זיין שכל. אויב וואלט איך געווען שטארק בנפשי, וואלטן מיינע גדרים וסייגים געקענט העלפן און איך וואלט דערפון פארדינט ביידע וועלטן. ליידער זעה איך איין דעם אמת, דער חוש המישוש חרפה הוא לנו, אז איך בין א קנעכט צו מיינע יצרים און איך קען זיך נישט רעכט שטארקן. עס טוט מיר וויי צו אנערקענען מיינע שוואכקייטן, הלוואי וואלט איך געווען שטארק מיט מיר, אבער דאס איז דערווייל דער פאקט. אין איינע פון מיינע ערשטע אשכולות, האב איך ארומגערעדט איבער מיינע בחורי'שע יארן, עס שיינט מיר אז אויך דארט איז דער פראבלעם פונעם זעלבן שורש... איך בין נישט גענוג אויסגעבויט מיט מיר אליין, און הלוואי ווען איך וואלט געהאט די ריכטיגע עצה דערצו.

איך שליס זיך אבער פארט נישט אויס גענצליך. איך וועל נאך אינעם עתיד זיך צוריק פארבינדן פאר א טאג צוויי אין א לאנגע תקופה, אזוי אז איך זאל עס נישט גענצליך פארלירן. איך שפיר אז אויב איך וועל זיך אויסשליסן מיט א קבלה אויף אייביג, וועל איך דערנאך חרטה האבן און זיך צוריק פארבינדן אהער. דעריבער איז מיין קבלה זיך אויסצושליסן, אבער מיטן באדינג אז אמאל אין א תקופה קען איך צוריקקומען אויף א טאג צוויי. עס פאסירט נאכנישט יעצט אויפן מאמענט. סוף טאג אדער מארגן וועל איך ענדיגן מיין תקופת הקאווע שטיבל, און דערמיט טוה איך זיך געזעגענען מיט אייך אלע.

איך וויל דערמיט זיך באדאנקען פאר אלע קאווע שטיבל שרייבער, אשר נהנתי לראות ולקרות קולמסם. ספעציעל וויל איך זיך באדאנקען פאר אלע חברים מיט וועמען איך בין געשטאנען אין קאנטאקט מער פערזענליך, אין אישי אדער אין אימעיל, עס איז באמת געווען א געשמאק צו טרעפן אזעלכע קלוגע און געשמאקע חברה. יותר מכולם וויל איך באדאנקען פאר די הנהלה, פארן צושטעלן אזא הערליכע וואונקל פארן יהדות החרדית, א וואונקל וואס איז זיכער א דורכברוך אין די חרדי'שע וועלט און וועט בלי ספק האבן א השפעה אויפן עתיד פון יהדות החרדית בכלל, ווי אויך בפרט פאר פילע אידן וואס וועלן טוישן זייער געדאנקען גאנג, לטב או למוטב.

איך וויל אויך איבערבעטן די חברים, אויב איז פאראן פון אייך אזעלכע וואס איך האב וויי געטאן במשך די צייט וואס איך האב זיך דא געפינען. אמאל קען מען מיט איין ווארט מצער זיין א מענטש, איך וויל דעריבער איבערבעטן אלעמען. ווי אויך וויל איך איבערבעטן בכלליות אלע שרייבער, אויב איינער שפירט זיך געטראפן פון מיין אוועקגיין.

ספעציעל, גאר ספעציעל, וויל איך איבערבעטן א קהילה קדושה בישראל, וואס איך שפיר אז איך האב זיי באליידיגט. וויבאלד דאס איז ווערד א נושא בפני עצמה, האב איך געגרינדעט א באזונדערע אשכול דערפאר, עיין שם ותמצא נחת.

ובצאתי מן המקום הזה, אפרוש כפי לה' ואומר בברירות: איך וויל אביסל ארויסגעבן וואס עס ליגט מיר אויף מיין הארצן, און איך האב עס נישט פאר וועמען צו זאגן. למען האמת וואלט עס אפשר געדארפט בלייבן ביי מיר אין הארץ, אבער כדאי שיהיה לי פתחון פה ביום הדין, וועל איך עס קלאר ארויסזאגן:
עס טוט מיר זייער לייד מיין מצב אין וואס איך געפין זיך, זייענדיג אריינגעטאן אין גשמיות און דער פאקט אז איך בין ארויסגעשטיפט פון די פנימיות'דיגע מחיצה פון 'קרבת אלקים לי טוב'. איך דערמאן זיך כסדר מיינע צייטן אלס בחור, ווען איך בין געווען א געהויבענער בחור, געדאוונט און געלערנט און עוסק געווען בדברים רוחניים. ליידער האבן מיר די אומשטאנדן געברענגט אז איך זאל זיין ווייט דערפון. עס איז שווער, זייער שווער, זיך צוריקצוקערן צו דער אמאליגער מצב, הן מצד מיין לעבן וואס איז אנדערש אויסגעשטעלט און הן מצד מיינע חברים וואס קענען מיר אנדערש, והעיקר תלוי בזה. מיין הארץ טרופט בלוט און מיין נשמה ווייטאגט כסדר אויף דער פאקט, וויבאלד איך האב דאך שוין יא פארזוכט פונעם לוויתן השמור לעתיד לבוא און אצינד האט מען מיר אוועקגענומען די גוטע צייטן... אוי, ווי עס בענקט זיך צוריק, מי יתן לי אבר כיונה אעיפה ואשכונה...

איך בעט און האף אז ווי נידעריג מיין נשמה זאל נאר נישט זיין, זאל איך קענען צוריקקומען שנעל און געזונט צו מיין אמאליגע מצב, און עס זאל נאר זיין א בחינה פון ניצוצין וואס איך האב געדארפט ארויסנעמען פון דא און עס דערהייבן העכער. איך זאל נאך קענען אמאל שפירן מטוב הצפון, איך זאל שפירן דעם טעם פון א דף גמרא בעיון, איך זאל וויסן וואס שבת הייסט, וואס דער באשעפער איז און וואס א איד איז... איך זאל קענען מחדש זיין חידושין דאורייתא ווי אמאל... מיין תפילה צום באשעפער, אז דער אויבערשטער זאל מיר עפענען א געלעגנהייט, מיר ווייזן דעם וועג מיט אן אפנקייט און מיר געבן א געלעגנהייט אויף א זיסע אופן, זיך צו קענען צוריקקערן צו אים בשלימות... אוי ווי איך וויל, אוי ווי איך שטרעב, אבער אויפן מאמענט קוקט נישט אויס אויפן האריזאנט אז אזא געלעגנהייט איז פאראן... אבער לה' פתרונים, גאט איז גרויס און ער קען אלעס... הלוואי זאל ער מיר געבן די זכיה דערצו.

איך ענדיג דא אצינד מיט א בקשה פאר די חברים, ביטע מתפלל זיין פאר מיר, אז דער שריט זאל זיין א ריכטיגער און עס זאל זיך ארויסשטעלן גוט און גראד.

איך וואונטש אלעמען אן מיט א ליכטיג זיס לעבן, ס'זאל אייך תמיד גוט זיין איר זאלט צוקומען צו דער ריכטיגער ציל און תכלית, קענען פארברענגען געשמאק און אלעס זאל אייך אלעמאל גיין גוט און גראד.

מיט הארציגע ליבשאפט
לכבוד שבת קודש
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לכבוד שבת קודש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אוי, מי יתן לנו תמורתך... מיר וועלן זיך בענקען...

.
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
וירח ה' את ריח הניחוח
אביגדור
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1301
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 04, 2013 7:19 pm
האט שוין געלייקט: 1684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1425 מאל

שליחה דורך אביגדור »

מִי שֶׁבֵּרַך את חברינו ממי שאמרו, לעמאן דזוס, מאראנצןזאפט, ושאר צדיקים קדושים וטהורים שהראו גב ליצר הרע ושלטו מוחם על לבם, הוא יברך את הרפה לכבוד שבת קודש, ויקימייהו, ויחלמהו, ויתן לו בניקל את ראשי תיבות של ניקתו שק"ל, ויהא סעד לתמכו לבל יחליק עוד ולא יסור לכסלו, בעבור שאנחנו נודרים לתת ח"י צוה לברכו'ס בעד הזכרת ניקתו. בעל הרחמים יעניק לו שפע ברכה והצלחה ומבריכה העליונה יבורך גבר, אשרי חלקו בעולם הזה ואשרי חלקו לעולם הבא, ונאמר אמן:
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

קאווע האט ניקיטין, ס'איז עדיקטיוו.

יעצט לכבוד טייערע, פאר די גייסט אביסל מוסר. קוק נאר אונטער דיין נאמען אויף די לינקע זייט פון די הודעה... יא יא אביסל ווייטער.. סטאפ! דארט ווי עס שטייט האט שוין געלייקט.. וואס שטייט? גאנצע 8 מאל. יעצט גלייך אינטער דעם שטייט וואס? יא ריכטיג, האט שוין באקומען לייקס 126 מאל! זיי מוחל פאר די גייסט ווייז אונז אז די קענסט אויך זיין א נותן נישט נאר א מקבל, וועלמיר דיר כאטש געדענקן לטובה.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך וויין... מה נענה אנן אבתריה...
וירח ה' את ריח הניחוח
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

איך קען באשטיין דאלארן.... ווייסטע וואס, פונט אדער יורא איז אויך גוט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו האסט דא געמאכט א מי שבירך מיט א קל מלא רחמים בנשימה אחת. (אדער במכה אחת.) ווער ווייסט וואס נאך אלץ ס'איז נכלל אין דיין מיש"ב/מיש"פ. :lol:
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

+
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לכבוד שבת קודש: על כגון דא נאמר. "בלייב מיר נאכנישט געזונט. איך פאהר נאכנישט. :lol:
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

די 9 וואס האבען זוכה געוועהן צו באקומען א לייק פון דער "בעל הצוואה".

• רויטע וואנצעס
• חקרן
• שת.אדמזאהן
• מורינו הרב
• I'm back
• I'm back
• מורינו הרב
• דעת תורה
• מורינו הרב

ס'ווייזט ארויס זיין שטארקע אהבה צו קאווע שטיבל,
ער זעלבסט האט שוין באקומען 127 לייקס
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

דולה, דו ביסט דער עשירי למנין.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דולה, דו ביסט דער עשירי למנין.


א גרויסע ייש"כ, פון דיר צובאקומען א לייק, איז גאר א זעלטענע געשעהנישט, איך פיל און האלט דאס פאר גרויסע זכיה, כ'לייג דאס אפילו ארויף אויף מיין רעזעמעי.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

נאדיר נאכאיינס פאר די הודעה.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

לכבוד,פון מיר אויס גיי אוועק יעדן טאג אזוי וועט זיין צו ליינען לרחצה... :lol:
באניצער אוואטאר
פאריז
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 192
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 10:52 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 98 מאל

שליחה דורך פאריז »

ומלאך טוב לשבת קודשהבא יענה אמן
יש רק דרך אחת להימנע מביקורת:
אל תעשה דבר, אל תגיד דבר, אל תהיה דבר.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

דולה ומשקה האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דולה, דו ביסט דער עשירי למנין.


א גרויסע ייש"כ, פון דיר צובאקומען א לייק, איז גאר א זעלטענע געשעהנישט, איך פיל און האלט דאס פאר גרויסע זכיה, כ'לייג דאס אפילו ארויף אויף מיין רעזעמעי.


מורינו הרב האט באקומען גאנצע 3!!! ס'מוז, ס'מוז זיין לכבוד'ס צווייטע ניק. :D
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:
דולה ומשקה האט געשריבן:
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:דולה, דו ביסט דער עשירי למנין.


א גרויסע ייש"כ, פון דיר צובאקומען א לייק, איז גאר א זעלטענע געשעהנישט, איך פיל און האלט דאס פאר גרויסע זכיה, כ'לייג דאס אפילו ארויף אויף מיין רעזעמעי.


מורינו הרב האט באקומען גאנצע 3!!! ס'מוז, ס'מוז זיין לכבוד'ס צווייטע ניק. :D

יא ס'מאכט סענס,אבער צו וואס זיך אליינס לייקן? אפשר על פי די פסוק יהללוך זר ולא: אז נישט פיך: לויב דיר אליינס!...
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

דיינע ווערטער האבן מיך בארירט. זאלסט מצליח זיין מיט אלעם און דאס לעבן זאל זיך דיר אויסשטעלן פונקט ווי דו ווינטשט זיך.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

די וואך שבת ווען איך בין געזיצען ביי די סעדה און זיך מתענג געווען מיט די מתנה יקרה פון שבת קודש און געגעסן פון די הייליגע מאכלי שבת קודש
און איך געב א רוף אויס אה לכבוד שבת קודש האט מיר פלוצים אנגעכאפט א אוממעט און זיך אונטערגעקרעכצט אוי לכבוד שבת קודש האט דאך אונז איבערגעלאזט איך בין געבליבן אזוי פארטראכט און געווארן מער און מער פארווייטאגט אזש ביז איך האב פארלאזט א טרער ספעציעל ווען איך האב דעטרונקען שבת צופרי קאווע אין קאווע שטיבל איז די ווייטאג שוין געווען גאר גרויס באותו מקום ובאותו שם

איי לכבוד על מי נטשת הקאווע טרינקער

זאג נאר צו יעדע זאך וואס דו ביסט עדיקטעד טוסטו אזוי? דו לויפסט אוועק שניידסט זיך אפ אוי איך האף דו ביסט נישט עדיקטעד צו דברים של מאחורי....
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

זוי ווי איך האב צוגעזאגט פאר די הנהלת המוסדות ווי מיין יונגל גייט אז איך וועל אי"ה ארויספירן מיין קאמפיוטער פון שטוב ביז ר"ח אדר און זוי ווי איך גיי יעצט אי"ה מקיים פסק זיין און זוי ווי די קאמפיוטער פון מיין ארבעט אלס סעילסמאן איז נישט אויסגעשטעלט זיך צו קענען פארבינדן מיט די פנת יקרת וואס רופט זיך קאווע שטיבל ע"כ געזעגן איך מיר דערווייל פון מיינע טייערע נייע פריינד זייטס מיר געזונט איך וועל ענק אלס מיטטראגן במחשבה און ענק געדענקן אלעמאל מיינע ליבע פריינד און אלס טראכטן מיט וואס רייבט מען זיך יעצט און פון צייט צו צייט וועל איך געבן א בליק אריין און די גוטע שטאף ס'איז יעצט אויפן טיש

אקעי ביי ביי
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין גאנצל. איך לאז דאס נישט צו. על מי נטשת את צעירי הצאן. אינז גיי מיר עס נישט אויסהאלטן. דיינע פנינים יקרים און גוטע ווערטער וועט קיינער נישט קענען ערזעצן. געב מיר שוין דעם וועבסייט פון די חשוב'ע ת"ת און דעם אי. מעיל פונ'ם חשוב'ן מנהל שליט"א. אוי וואס רעד איך. מ'טאר דאך נישט האבן אינטערנעט. אפילו די טמא'נע כלי וואס הייסט קאמפיוטער אויכעט נישט. :lol: :roll: :lol: :x :P :oops: :cry: :o
אמאל געווען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:07 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

שליחה דורך אמאל געווען »

באמת שיין געשריבען אבער מיר בעטען פארלאז אונז נישט
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 603 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

מה נאמר מה נדבר, א פלאץ מלא טעם, ממש א ברכה צו מאכן,
כ'בין מסתמא פון די גרעסטע ק''ש זיצערס.

מיין 4 יעריג זוהן וואס זיצט אויף מיין שויס יעדער נאכט פארן לייגן שלאפן פלעגט מיר דערציילען פון חדר, כ'האב צו געהערט מיט ביידע אוירן אין מיט געשמיסט,
די לעצטע פאר חדשים בשעת ער איז זיצט אויפן שויס האב איך געהאט די טעלעפאון אין די הענט, אין ער פרעגט ''טאטי, פארוואס הערסטו מיך נישט אויס?'' אריין בליקענדיג אין טעלעפאון אין זעהן ק''ש שרייט ער, ''טאטי, האסט אזוי ליב די צוויי קליין מענטשי'ס?''

מיין ארבייט איז געגאנגען אויפן וועג אראפ, אלץ האב איך אפגעשטיפט אויף מארגן, אין כ'האב נישט אנגעיאקט אסאך, כ'האב מיך געוואלט אנרעדען אז ס'האט גארנישט מיט ק"ש, אבער כהאב מיך נישט געקענט פאפן מער, כ'בין געווען מיד אינדערפרי נאכן אריין קומען שפעט אין אפיס, וויל ביינאכט האב איך געטשעט מיט ק''ש מעמבערס וגו'.

אחרון חביב מיין רעביצין חשובה, זי איז געווען בייז, אז כ'טיה גארנישט בשלימות אלץ מיט איין אויג אויף ק''ש. זי זאגט כ'קען מיך נישט קאנטראלען,
האט זי געמאכט מיט מיר א bet, טאמער לאז איך דא אפ פאר דריי וואכן וועט זי מיך באלוינען, (כ'על אפדר מסביר זיין מאחורי א צווייטע מאל ;) ).

כ'האב געגעזעהן מיינע קינדער אין ווייב אין ביזנעס זענען כשר גערעכט.
כ'בין א שוואכע אין כ'קען נישט שולט זיין,
כ'האב מחליט געווען נאר פאר א קורצע וויילע ווינציגער ווי א חודש מיז איך זיין אפגעשלאסען, ווייזען פאר מיין פרוי כ'קען יא שולט זיין,אין די זעלבע צייט נעמען אפאר זאכן אין די הענט אריין,

ברודער טייערע, וועלען מיר זיך נאכאמאל זעהן אי''ה נאך אין חודש האביב, כ'וועל ענק אלע געדענקען א גאנצע צייט. (ביים סדר וועל איך וויינען ביים עסען די מרור ווייל כ'וועל זיך בענקען נאך ענק, אין מיין צודרייטע שווער וועט הנאה האבן כ'בין א ערליכע אינגערמאן כ'וויין אויף די גאולה אין אויף יציאת מצרים.)

האטס מיר אלע א כשורע אים פרייליכן פסח.. שוין כ'האב טרערן אין די אויגן, כ'זעה כ'קען טאקע נישט שולט זיין, כ'בין א בעבי. מיין אויגן זענען פארשפאלען מיט טרערן.

לאמיך נאכאמאל פראבירען, א כשרע פריילכע פסח, וועלן מיר זיך זעהן אי"ה נאך אביסעלע.
ענקערע ברודער שטילע אינגערמאן.



נ.ב. כ'מיין דער חודש וועט זיין גרינגער אנצויגיין אן ק"ש ווייל אפאר טעג איז יו"ט אין מאיז פארנומען וגו'.
פארשפארט