דיסקרימינאציע קעגן בחורי ישראל - סע גענוג!

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

דיסקרימינאציע קעגן בחורי ישראל - סע גענוג!

שליחה דורך יואב »

דער צויבער-טערמין "בחורים" איז לדאבוננו געווארן א פאסיג ציל-ברעט און פרישע ליבלינג פאר דעם וואטסעפפ ק/פ-צירקולאציע שטראם איבער וואס צו טרייבן שפאס און האס-אטאקעס. א בחור, מיט אלע זיינע אנגעבליכע פריוועליגיעס פון זיין עקזעמפט פון טראגן דאגות, קען מען כהיום זאגן איז א טרויעריגע דורכגאנג ביי דער היימישער געזעלשאפט אין וואס מ'ברויך אויסשטיין נאכאנאנדע דיסקרימענאציע און עקלהאפטיגע רדיפות. א דורכשניטליכער בחור האט קיין עולם הזה און קיין עולם הבא; אה, און נישט צו פארגעסן: "אויך קיין דאגות".

ווי איידער צו צילן די פיילן קעגן די יעניגע וועלכע האלטן אט די אומשולדיגע נפשות ווי משכונות פארשלאסן אונטער די גראטעס פון די זינלאזע אנשטאלטן על לא עוול בכפם, מ'רייסט אוועק פון זיי יעדעס מעגליכקייט איינצושאפן קוואליפיקאציעס, זיך מענטשלען שלא אירע כמו שאירע לפלוני, נישט אויסצוזען אזוי ווי די גרויסע חציה בני חורינ'דיגע טאטעס, גיסט מען גאר אויס דאס שפייאכץ אויף קיין אנדער נישט, נאר טאקע אויף זיי. ס'טייטש זיי, די נפשות וועלכע זענען נעבעך פארכאפט אין דעם פראבלעם, זיי זענען גאר דער פראבלעם גופא. אנשטאט זיי העלפן זיך ארויסבאקומען פון דער תפיסה, לאכט מען פון זיי, הע, ביליגע ארעסטאנטן.

שוין אפגערעדט אינעם אלגעמיינעם זין. באשטימטע פראזן און זאצן אויף זייערע חשבון איז שגור בפי כל סוס ורכב. ווער פון דא קען דען נישט די גאונישע שאלות און פארווארפן ווי "צו וואס דארף א בחור געלט, מיט וואס איז א בחור פארנומען, וואס זוכט א בחור אין..., ס'איז נישט געמאכט פאר בחורים, העסט עלטער ווערן וועסטו, וואס פעלט דען פון דעם בחור, א טיפיקעל בחור, דו זיץ נאר און לערן, ווי פאסט דאס פאר, חיה רעה ודר בישיבה (חחח)", ואטו כי רוכלא.

קומט צו גיין בין הזמנים, די צייט ווען דער בחור שפירט ווי א משא כבד קייקלט זיך אראפ פון זיין זעקל געבינדענע ביינער. נישט געזארגט, די פארפלאגטע מאמע באזארגט אים נאך מיט ארבעט ביז איבער דעם קאפ – נאך אלעם איז דאך מקובל בערבי פסחים צו זיין נערוועז און משפיע זיין ווי מער לחץ אויפן גאנצן הויזגעזינד ספעציעל די בחורים וואס "פארוואס דען נישט אויב צוליב העלפן אינדערהיים" האט מען זיי געשאנקן ביינהאזמאנעם. זאלן זיי העלפן אריינברענגן דעם ווילדן טעראר אינדערהיים. ווער רעדט נאך סוכות ווען דער וויץ לויטעט בפירוש אז ס'גאנצע סוכה'עריי אנטבלאנגט דעם זכר מין בלבד. דער פאטער זיינער זאל נישט אויסגערעדט זיין קריכט אים אויף די געהירן מיטן פולן קנאק, שיין גערעדט, קוקט אים נאך ביי מנינים און איז עפעס דורש בשלומו יותר מדי. כהיום מיט די גאר פארגעשריטענע אכשר-דרא מעטאדן איז דער פאטער עומד ומצפה אויף דעם "העכסט קאנפידענציאלן" טעלעפאן רוף פון דעם "וועד להצלת בחורי ישראל".

איידער מיר גיבן שוין יא פאר דעם בחור די עטליכע ארימע מינוטקעלעך צו בארייכערן זיין פרייהייט, לאמיר נישט פארגעסן די דברים חוצבים להבות אש מתוך דער דעקלאמאטארישער דרשה בעפאר בין הזמנים טאקע באותו רגע ווען די ברכת מתיר אסורים'דיגע זענען שוין געשטאנען מיט די פארקניפטע האלב-געלעכערטע גארבעדש בעגס אין די הענט און זענען אין דער לעצטער מרחפת'דיגער סעקונדע באפוילן געווארן זיך צוריק צו דרייען לשמוע את דבר השם ברמה:

"באמת וואלט בין הזמנים פונקט אזוי געדארפט זיין ישיבה", שלעפט דער מנהל ארויס זיינע פארקילטע וואסעריגע אויגן פונעם צעטל, ווארפט בליקן ארום דעם היכל און גראבט זיי באלד צוריק אין צעטל אריין. "ברויך מען צו פארשטיין וואס איז פשט מ'שפארט אפ א מקום תורה, א פלאץ וואו מ'לערנט און מ'הארעוועט, פאר גאנצע צוויי חדשים א יאר. איז דאס עפעס א וואקאציע? די בחורים דערהייבן עפעס נישט די 'שווערע' סדרים עד כדי כך אז מ'מוז זיי געבן זיך אויסצולופטערן פאר גאנצע אכט וואכן? דער חתם סופר טאקע, דער הייליגער גרויסער חתם סופר, האט אינגאנצן נישט געהאלטן פון בין הזמנים. און נישט לאנג צוריק אינדערהיים איז נישט געוועזן אזא מושג פון ביינהאזמאנעם בכלל. איי יום טוב? נו, יום טוב. ס'האבן מיך פארציילט אידן וואס געדענקען נאך ווען ראש השנה האט מען געהעריג געדאווענט אין ישיבה. גלייבטס מיר זייערע תפילות זענען נתקבל געווארן. און ווער רעדט נאך פון די ליטווישע קרייזן, ביי זיי איז דאך אפגערעדט אז מ'פארבלייבט אין ישיבה. 'נאר וואס דען! (קלאפט אויפן שטענדער) בין הזמנים איז א צייט ווען א בחור קען, און ברויך זיך אליינס מעסטן. בין הזמנים איז די צייט ווען א בחור ברויך זיך מתבונן זיין, מאכן א חשבון הנפש, און פרעגן זיך אליינס: וואו האלט איך אויף דער וועלט! און וואס מ'איז קונה בין הזמנים... און מ'קען טאקע זען ביינהאזמאנעם וועלכע בחורים... טאקע די שאור שבעיסה... און פאר די בחורים וואס מיינען אז בין הזמנים קען מען... אלעס קומט אן, גארנישט קען מען באהאלטן...'".

דער צעדריקטער זכר זוכט ארבעט צו לייזן אפאר גראשן, אבער ווערט באהאנדלט ווי אן אומלעגאלן אימיגראנט. נאר פיזישע ארבעט איז וואס ער קען פארשאפן, און קריגט אכט דאללער א שעה. קודם כל איז ער, צום באדויערן, נישט ווערד מער, ווארום ער איז נישט אויף דעם זעלבן לעוועל ווי די גרויסע טאטעס; והשנית, ווייל דא קומט מען שוין ווייטער צו דער קשיא הנ"ל וועלכע איז מרפסין איגרא: "צו וואס דארף א בחור געלט".

אויב גייט דעם בחור גוט דאן בויעט ער אום תשרי סוכות און אויף ניסן פיצט ער וועלגער העלצלעך. אז נישט, צי אפילו אז יא, קומט ער אביסל אין סמעדריש. פארוואס קומט ער טאקע? איז אדער ווייל ער וויל זיך צושטעלן צו זיין טאטע מנהל זיידע באבע; אדער ווייל ער וויל טאקע לערנען, אדער גאר ווייל: "וואס דען אין דער פארקאקטער גיהנום זאל ער טון". אני הקטן פלעגט שימלען אין די בתי מדרשים אלס בחור, און דעם טאטן האב איך געפרעגט וויאזוי מ'מעשר'ט דאס זאלץ.

יא, דער בחור האט אלע רעכטן פושט צו זיין ידים ורגלים און ווייקן זיך ביז ווילאנג ער שפירט אז ער וויל שוין באפרייען זיין פאררוזינקט לייב פון דער פארע-פארויכערטער גרוב, און דאס אלץ אן דארפן פארדינען דאס געפיל אז ער איז נישט וועלקאם; אן דאס זאל דארפן שאפן א בייזער דראנג פאר פלוני צו שרייבן ארטיקלען אויף זיין געווייקאכץ. ס'איז זיין דעמן צוויי טאללער פונקט ווי דיינס, דו גרויסע טאטע. ער מעג שמועסן וואס פאר עמען ס'שמעקט, גענוי ווי דער באבארדעלטער אינגערמאן שפירט זיך פריי צו אדרעסירן וואס פאר עמען גליסט. און סתם, מדי דברי בו, איך זוך נאך די מקווה וואס צווישן אירע דאמפיגע ראמען ווערן אינטלעקטואלע נושאים אדרעסירט. פיר-קאנטיגע אנאליזן איבער פוטינ'ס אנעקסירונג קרימיע אונטער דער רוסישער פעדעראציע, מאלעזיער פליגער, בית שמש חפירות, בלומענבערג דעוועלאפמענטס צי אנדערע דברים העומדים ברומו של יהדות החרדית דארצות הברית וקנדה זע איך נאך נישט מ'שטיינס פארוואס הייראט ברויך פאר-העווען-סעיק שפילן סיי וועלכער ראלע אין דער וועלט פון מקווה-ליבהאבער.

זענען זיי אומערוואקסן? וועל, יש ויש – ס'איז אבער קיין נפקא מינה. קודם כל, גענוי ווי אנדערע מינאריטעטן אין אמעריקע וואס למעשה שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען ווייניגער עפעקטיוו און פראדאקטיוו אויף געוויסע פראנטן, איז דאס אין גרויס טייל א דירעקטער רעזולטאט פון די אומשטענדן אונטער וואס מ'האט זיי מתחילה אויסגעשטעלט צו לעבן. א לעבן אונטער ארימקייט און אונטערדריקונג. א בחור ביינונז, טוט מען דעמאראליזירן עד און זיי ווערן אויפגעצויגן מיט דערנידערונג און פארפלאגונג. ער איז, צי ער וויל יא צי ער וויל נישט, אונטער א שטרענגער און טיילמאל זינלאזער אבזערוואציע מבוקר ועד הפריקען ערב. א גאנצער געווינס פאר דעם בחור אויב געלונגט אים זיך איינצוהאנדלען א טעללער טשולענט מיט אביסל יאפטשיק ליל ששי. ער איז אויסגעשטעלט אפצוגעבן א דין וחשבון פאר יעדן שמויגער לענגאויס א פארצווייגטער שטעך-דראט ליניע פון אויטאריטעט. אנגעהויבן פון זיינע פארצייטישע זארגעדיגע עלטערן, לשם שמים מסור קעצלעך וועלכע פארכטן דעם "ואם לא יגיד ונשא עוונו" און סתם קלעבעדיגע זויער-טייגלעך פון אלע קאלירן; ישיבה'ס גוטן-נאמען וואכער, גוטע אידן למיניהם, א גאנצער שטאב אזוי-גערופענע מחנכים ובפרט די יעניגע אונטערן שלייער-טיטל: "ער 'דיעלט' מיט בחורים".

ווען ער איז א בן חמש עשרה לתלמוד רודפ'ט מען אים אז יעצט איז די צייט צו פארעמען א לעבן, און דערפאר, אין אנדערע ווערטער, קומט אים מיט רעכט קיין מנוחה. עלטערט ער זיך אביסל, איז נאך איידער ס'דא צו רעדן פון מנוחה באטרעפט אים מיט כח דער שידוכים-טעראר – א סעריע פון גרויליגע מיטלען און וואנזיניגע מעטאדן עמען צו דערגיין דעם גאל, און דאס אוודאי אך ורק פאר דער טובה פונעם בחור ווארום: "ער וויל דאך א חתן ווערן".

צו וועלן שרייבן א קאמפריהענסיוו ארטיקל איבער דער גאנצער נושא וועט מען קיינמאל פערטיגן. דער סך הכל אבער: א בחור איז א צווייטער-קלאס מענטש אין אונזער געמיינדע. אויסער דאס זיין אויסגעשלאסן פון מאחורי-ענינים, יאווען זיך כסדר פרישע ריסטריקציעס חדשים לבקרים, אלץ צו דערשטיקן דעם צארט נפש און פארשמעלערן דעם לופט-רער פון דער דאזיגער אומשולדיגער באשעפעניש. ארבעטן, ביהרג ועל יעבור. דרייוון, מאן דכר שמיה. סעלפאון, חס מלהזכיר. צו ווייקן אין מקוואות צוזאמען מיט אינגעלייט, נאו וועי. שטיין צווישן קופקעס, וועסט עלטער ווערן. ווערט נאכגעקוקט מיט פעקלעך שפיזיגע אויגן – קען מען דען טראסטן א בחור? האט זערא רעכטן און איז גאר א סוג מענטש אויף וועמען ס'ווערט געשריבן ארטיקלען, געטריבן שפאס און קרייזט ארום וויצן.

נישט יעדער קען טאקע טאלערירן יעדעס יארגאנג. דאס מציאות צייגט אבער אז א זיבעצן יעריגער מעוטף בטלית איז עני טיים מער וועלקאם ווי א ניינצן יעריגער מיט א פארשאלטענעם הוט. און נעמט א פארקערטע סינערעא. א ניינצן יעריגער קעסטלדיגער גולם מיט א קאץ אויפ'ן קאפ ווערסעס א קלוג בחור. גארנישט: אלל איט מעטערס איז דער טלית. (נישט אז איך זאג אז א שוטה מוז פארשיקט ווערן. באט יו געט מיי פאוינט). א מענטש ווערט נישט געדזשאדזשט לויט זיינע קוואליפיקאציעס, מעשים, טאלאנטן אא"וו, נאר צי ער דרייט זיך שוין מיט שמאטקעס אין בוזעם אדער נישט. ועוד, הוא אשר דברנו לעיל, דער אופן וויאזוי מיר גייען זיך אום מיט אט דער גרופע, פירט דערצו, אדער איז לפחות א באדייטנדער פאקטאר, אז זיי זאלן זיך ארויסשטעלן צו זיין למעשה אומפעאיג, נעבעכדיג און דערשלאגן.

נו, גיי איך דען איבערמאכן אונזער קרומע געזעלשאפט? גיהנום נישט. קאווע שטיבל איז אבער א פלאטפארמע ווי פילע זאכן וועלכע אין אלגעמיין ווערן זיי איגנארירט, פארדינען זיי דא טיפע אבזערוואציע און שטרענגע אפהאנדלונגען. אלזא, יעצט בין הזמנים, ווען ארטיקלען איבער זיי האבן זיך געמערט, און ס'הערשט א שטיקל סוביאקטיווער גייסט אנטקעגן אט דעם פראפיילירט יארגאנג, שפיר איך אז ס'מוז געהערט ווערן דברי מחאה לפחות אינערהאלב די ראמען פון דער קהילה דא, א קהילה וואס קעמפט פאר צווילע-רעכטן און סאציאלער גלייכהייט.

עלמער מסיים זיין דא מיט דעם קרעכציגן אויסשריי האדמו"ר מטשאבא שליט"א פארענדיגט דעם אלע-באקאנטן "טרעק פייוו": "סע גענוג"!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יואב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Shiala
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 101
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 30, 2012 11:30 pm
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך Shiala »

איך האב איין זאך מוסיף זיין צו מיין חבר יואב'ס אמת'ע דיבורים, בחורים היינט זענען אנגעזאפט מיט איבערגענוג שתותים סאו דו קענסט רואיג עפענען דיין גראבע פיסק אן אים מבזה זיין און אים ארויסשיקן
“Just because I'm on a different path doesn't mean I'm lost.”
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

האמיר שוין באקומען דעם ארטיקל פון מיין קליינע שוואגער יעצט אינמיטן די נאכט אויף וואצעפ
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

איין זאך איז זייער וויכטיג צי וויסען
אינזערע זיידעס האבען אלץ בחור געוויסט (אן די סמארט פאון) אסאך מער פון וואס אינזערע חתונה געהאט יונגעלייט ווייסען
גייט אריין אין מושב זקינים און פרעגט זיי אויס וואס מען האט געוויסט און וואס מען האט געטין אין די אלטע היים, איך רעד פון די פרימע, וויפיל מען האט זיך געשפילט אין דעברעצין אין אין פעסט,
איך רעד שוין פון די פרימערע

איך רעד שוין נישט פון די פרייע האנט ווא סמען האט געגעבען אמאל פאר בחורים

און פארגעסט נישט אז דער היילגיער הייליגער חתם סופר האט געהאט ביי זיך אין ישיבה א מאדעל פון א נאקעטע פרוי כדי צי קענען מסביר זיין פאר "זיינע בחורים" הלכות נדה!!!!!!!!!!!!!!
יא זיינע בחורים האבען געלערנט הלכות נדה, און אלעס געזען און געוויסט, און דאך זענען דארט אויסגעשטיגען אסאך שענערע בחורים ווי עני אנדערע ישיבה דא אין ניו יארק
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'איז גארנישט אזא שיינע ארטיקל יואב, ס'ציפט, ס'פאדערט און ס'שרייט דעם ריינעם אמת.
אלץ איינער וואס מיין לעבן פאלגט נישט נאך גענוי די "בן... ל..." משנה, גמרא האב איך אנגעהויבן ביי 8 און חופה ביי 21 (און בינה ביי 22), כאטש וואס כ'האב נישט קיין נאכט קושמארן פון מיינע בחורישע יארן אין ישיבה, אבער פון די בין הזמנים'ס, די שימעלדיגע טעג, אוי ווי איך געדענק, ס'געווען א בחינה פון קצתי בחיי, פארטאגס האב איך געמוזט אויפשטיין ווייל "בין הזמנים זעהט מען ווער ס'איז באמת בלה בלה בלה", און ביז ביינאכט האב איך געגעסן סענדוויצעס, על הסדר, טונע, אייער, לאקס, וחוזר חלילה.
ווען מיינע בחורים וועלן האבן בין הזמנים וועלן זיי דאווענען שחרית מיט מיר, און עסן פרישטאג צוזאמען מיט מיר אין רעסטעראנט, און פון דארט וועט מען פארן צום אפיס און איך וועל זיי איינטרענען און אויסלערנען די ווערט פון א דאללער. אויב ווילן זיי בלייבן דארט נאך בין הזמנים, אדרבה!
Under influence
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[tag]יואב[/tag], געוואלדיגע אמת'ע דיבורים! מי יתן והיה אז מען זאל אנקוקן א בר נש לויט זיינע קוואליפיקאציעס, און נישט אויב די כלה האט זיך שוין ארומגעדרייט זיבן מאל אדער נישט.

פרעגט מיר איינער א גוטע קשיא. פארוואס ווען א בחור קומט אין שוהל מיטן הוט-רעקל-גארטל איז ער אן ארויפגעקוקטער בחור, אן ערליכער בחור, אזאנס וואלט איך געוואלט פאר מיין טאכטער. און אויב פעלט איינס פונעם סעט איז ער נעבעך א שוואכער, און מען געבט עס איבער פאר די עסקנים קער צו נעמען.
ווידער עטליכע טאג שפעטער ווען ער האט שוין א גרעסערן בייטל אונטערן ארעם, דרייט זיך דער דאשיק פונקט פארקערט. קומט ער מיטן הוט און רעקל איז ער א פשוט'ער געווענליכער אינגערמאן, מער א חניאקישער. און אויב קומט ער מיטן בלויזן העמד און מען קען זעהן וועלכע סעלפאן וקעריער ער טראגט אויף די הויזן, דאן איז ער א בעסערער יונגערמאן וועם מען זוכט צו חנפ'ענען, און זיינע דעות טראגן א גרעסערע ווערט.

איך וועל מודה זיין אז איך האב נישט געהאט וואס צו ענטפערן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יואב, זייער גוט און ווייטאגלעך ארויסגעברענגט.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפטעמיסט, דו מאכסט חתונה דיינע טעכטער ביי די 3?
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

.
(- - -)
שפתים ישק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 02, 2013 11:24 pm
האט שוין געלייקט: 190 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 180 מאל

שליחה דורך שפתים ישק »

שפתים קישאקTM!
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט קיין פראבלעם אויב מיינע קינדער וועלן גיין ארבייטן אנשטאט זיצן בין כותלי הישיבה? טאקע מיינע אייגענע קינדער. פון וועמען דען רעד איך? חינוך הייבט זיך דאך אן אינדערהיים, נישט אזוי?
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

טיטאניק האט געשריבן:און פארגעסט נישט אז דער היילגיער הייליגער חתם סופר האט געהאט ביי זיך אין ישיבה א מאדעל פון א נאקעטע פרוי כדי צי קענען מסביר זיין פאר "זיינע בחורים" הלכות נדה!!!!!!!!!!!!!!
יא זיינע בחורים האבען געלערנט הלכות נדה, און אלעס געזען און געוויסט, און דאך זענען דארט אויסגעשטיגען אסאך שענערע בחורים ווי עני אנדערע ישיבה דא אין ניו יארק

איך בין נישט מחולק עס איז פשוט די ערשטע מאל וואס איך הער דאס, איז דא א געשריבענע מקור צו דעם? אדער דאס איז איש מפי איש וואס איך דארף גלייבן? (נישט אויפן חלק אז זיי האבן גילערנט נדה אויפן חלק פון די מאדעל).
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

בין איך דער איינציגסטער וואס האט נישט קיין פראבלעם אויב מיינע קינדער וועלן גיין ארבייטן אנשטאט זיצן בין כותלי הישיבה? טאקע מיינע אייגענע קינדער. פון וועמען דען רעד איך? חינוך הייבט זיך דאך אן אינדערהיים, נישט אזוי?[/quote]

ניין!!! קאווע טרינקער איז Fully with you

אבער איך וואלט יא געוואלט אז מיינע בחורים זאלן בלייבן ביים לערנען! נאר אויב חלילה זיי וועלן נישט האלטן דערביי איז שוין בעסער צו ארבעטן ווי סתם שטיפן בין כותלי ישיבה!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

אסאך זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן ארבעטן, אבער וואס וועט זיין מיט שידוכים? ממילא בע"כ מוזן זיי שטופן צייט אין ישיבה.
וירח ה' את ריח הניחוח
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן ארבעטן, אבער וואס וועט זיין מיט שידוכים? ממילא בע"כ מוזן זיי שטופן צייט אין ישיבה.

איך וועל זיין העכסט באקוועם מיטן האבן קאווע טרינקער סטיל מחותנים. כאפסט דעם געדאנק? דער גאנצער שידוך טעראר איז דאך אויך איין שטיק פראבלעם, ווילסטו איך זאל יעצט איינשטעלן איין פראבלעם, לכבוד א צווייטע?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יואב האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:אסאך זענען מסכים אז זייערע קינדער זאלן ארבעטן, אבער וואס וועט זיין מיט שידוכים? ממילא בע"כ מוזן זיי שטופן צייט אין ישיבה.

איך וועל זיין העכסט באקוועם מיטן האבן קאווע טרינקער סטיל מחותנים.

מזל טוב.
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לית דין בר נש האט געשריבן:איך בין נישט מחולק עס איז פשוט די ערשטע מאל וואס איך הער דאס, איז דא א געשריבענע מקור צו דעם? אדער דאס איז איש מפי איש וואס איך דארף גלייבן? (נישט אויפן חלק אז זיי האבן גילערנט נדה אויפן חלק פון די מאדעל).

און וואס טראכסטו??? די רבוש''ע זאל עם אפהיטן דער איז געווארן אויפגעקלערט אין ער ווייסט נישט מחלק צו זיין, דאס איז די גרעסטע חורבן! הערסט @טיטאניק
נאר וואס דען? פאר יחידים שבחבורה גאר גאר חשובע עלטערע בחורים ירא השם באמת וואס האבן געזען אין דעם נאר די חלק התורה, אבער בעצם אין ישיבה האט מען ניטאמאהל עוסק געווען אין הל' נדה.

רבותי!! איר ווילט זיין אויפגעקלערט געזינטערהייט! אבער מיט שכל ביטע.
פוןדעסטוועגןדאך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 315
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 11, 2013 2:32 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 309 מאל

שליחה דורך פוןדעסטוועגןדאך »

וואס פארשטייסטו נישט יואב. ווי קען מען געבן פאר א בחור אביסל זעלבסטשטענדיגקייט? ער וועט נאך מיט זיינע רעכטן בוחר צו זיין, אנקומען מי יודע ווי.
נאר ווען ער איז שוין אנגעזאטעלט מיט א ווייב וואס שוואנגערט שוין. (און אז עס איז שוין דורך זעקס וואכען און זי שוואנגערט נישט, האט מען שוין די נאמבער פון בוני עולמות ומחריבן, צו די האנט). נאר ווען ער איז שוין פעסט אריינגעדרייט אהן קיין טשאנס זיך צו טוישען קיין זיז כל שהוא. נאר דעמאלט פארגינט מען אים די פאר אויסגעקראצטע רעכטען.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

לית דין בר נש האט געשריבן:
טיטאניק האט געשריבן:און פארגעסט נישט אז דער היילגיער הייליגער חתם סופר האט געהאט ביי זיך אין ישיבה א מאדעל פון א נאקעטע פרוי כדי צי קענען מסביר זיין פאר "זיינע בחורים" הלכות נדה!!!!!!!!!!!!!!
יא זיינע בחורים האבען געלערנט הלכות נדה, און אלעס געזען און געוויסט, און דאך זענען דארט אויסגעשטיגען אסאך שענערע בחורים ווי עני אנדערע ישיבה דא אין ניו יארק

איך בין נישט מחולק עס איז פשוט די ערשטע מאל וואס איך הער דאס, איז דא א געשריבענע מקור צו דעם? אדער דאס איז איש מפי איש וואס איך דארף גלייבן? (נישט אויפן חלק אז זיי האבן גילערנט נדה אויפן חלק פון די מאדעל).


אויב ער האט געהאט א מאדעל פון א פרוי ווייס איך נישט, אבער איך האב געזען צוברענגן די ח"ס בחידושיו על מסכת נדה, ווי ער שרייבט:כשלמדתי מסכת נדה עם התלמידים
פארדריי די דיר דיין קאפ
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

בחור בחור זיי נישט פארקלעמט
אט אט דעם טיטעל פון דיר אוועק מ'נעמט

שמח בחור בילדותיך
האב אלעמען פארפאקט, און אינדזשוי לייף, אשריך

לאז נישט מזאל דיך אוועקנעמען די שמחות החיים אפילו אויף א רגע
עס פארגינען דיר נישט די פארשלאפענע דיפרעסטע יונגערלייט וואס ביז צוועלעווע זענען זיי נאך אינעם געלעגער
און ווילען אויף דיר אויך ארויף ברענגען די אנגעזעצטע נגע
לאז דיך נישט, האק ווייטער שטיקער, יומם ולילה בהם נהגה

פארגין דיך א גיטע סאשי, אדער א נארהאפטיגע קיגעל
א טריפ א רייד צו קענען בעסער לערנען איז אמאל מסוגל

א געשמאקע קיפקע בין סדר לסדר
שרעק דיך נישט פונעם יונגערמאן וואס ווארפט בייזע בליקען, אז אוועק פון דא גיי דיר

בלייב שטיין דארט, אז ער וויל קען ער גיין אויף אלע פיר
די שמועס ווייטער דארט, געב דיך אפילו נישט קיין ריר

lets all welcome, די חשובע געסט בחורים דא אין קאווע שטיבעל
שמועסט'ס פארברענגסט, דא האט קיינער אויף ענק נישט קיין פאריבעל

דא זענען אלע גלייך בארעכטיגט, חלק כחלק יאכלו
סאו, אוועק מיט די אנגעזעצטקייט, אויף דיין פנים לייג ציריק די סמיילי

אבער געדענק ר''ח אייר גלייך צום גמרא זיך ציריק אוועקזעצן
ווייל דאס איז די אמת'ה בחור וואס מיר טיען שעצן
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

איך בין אויך זייער שטארק פאר גלייכבארעכטיגטקייט, אבער סבאקאנט די מעשה(הערסט בערל) מיט א צדיק וואס האט געדרשנט ועמך כולם צדיקים און ווען דער בעל עגלה האט אים געפרעגט אויב ער וויל זיך משדך זיין מיט אים האט ער אים געזאגט ער זאל טרעפן זיינע סארט צדיקים.
א יונגערמאן און א בחור זענען צוויי אנדערע וועלטן, דער בחור איז געווענדליך אומרייף און דער יונגערמאן טרעפט שווער א געמיינזאמע שפראך. ער איז פארנומען מיט די ישיבה לעבן און דער יונגערמאן האט שוין סך גרעסערע דאגות.
באניצער אוואטאר
חביבי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 83
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 18, 2013 6:46 am
געפינט זיך: אין קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך חביבי »

איין טייל פון די מלחמה אקעגען די בחורים
אויב איך בין איך, ווייל די ביסט די, אין די ביסט די, ווייל איך בין איך , דעמאלטס בין איך נישט איך, אין די ביסט נישט די, אבער אויב איך בין איך, ווייל איך בין איך, אין די ביסט די, ווייל די ביסט די, דעמאלטס בין איך איך, אין די ביסט די, (בשם קאצקע רבי זיעוכי׳׳א)
פארשפארט