וויליאמסבורגער האט געשריבן:בריוו וואס דער מנהל פון צעהלימער חדר הרב יושע דוד אלטמאן האט אהיימגעשיקט נאך די מסיבה חנוך לנער
מען זעט ווי ער שרייבט קלאר "הן חודשליכע הן וועכענטליכע אויסגאבעס", כדי צו מדגיש זיין אז ער מיינט די צייטונגען פונקט אזוי. (ער שרייבט פאזיטיוו אז "מען זאל נאר קויפן ערליכע לייען-מאטעריאל, חודשליכע און וועכנטליכע, אפילו איך זע נישט וועלכע וועכנטליכע ער קען דא מיינען, נאר מסתמא האט ער נישט געוואלט שרייבן אז "מען זאל נישט קויפן", נאר ענדערש פארקערט ומכלל הן אתה שומע לאו.)
לויט דעם דארפן אלע טאטעס פונקט אזוי נישט ארייננעמען דעם איד-בלאט-צייטונג ווי דעם שטערן-שפאקטיוו. און אויך יעדער וואס הערט קול מבשר, סעיף ג', גייט פונקט אזוי קעגן זייער רעקאמענדאציע.
סעיף ד' איז אן ערנסטע [ערשטע] אנצייגונג ווי היימישע מוסדות אנערקענען אפיציעל אז עס איז דא א פראבלעם. האפנטליך וועלן זיי טאקע פרובירן אנהייבן בעסער ארבעטן אויף אונזער יוגנט און טאקע אריינלייגן ווי מער נאך ווען די די ביימעלע איז קליין און די ווארצלען פארמירן זיך.
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu