חרדים און קונסט הילכו שניהם יחדיו?

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
קפה הפוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 03, 2014 1:06 pm
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

חרדים און קונסט הילכו שניהם יחדיו?

שליחה דורך קפה הפוך »

אינעם ישראלדיקן זשורנאל מוסף שבת טוט פראקלאמירן אז קונסט און חרדיזם קאנען זיך נישט סינטעזירן. די וועלט פון קונסט ציט צו פרייהייט און פארפירן, ווי אויך טוען זיי צוטירן פון חיים פאטאק׳ן מיט זיין בארימט העלד ארטיסט אשר לעוו וואס פירט זיין אייביקן קאמפ און געראנגל מיט זיינער חרדישען שטייג וואס ער קאן נישט ארויסקריכן
http://musaf-shabbat.com/2014/03/28/יונת-דרור-בתוך-מסגרת-אבישלום-שילוח/
קפה הפוך ראיתי
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אז דו דערמאנסט שוין רבי אבשלום לייג איך א לינק פון זיין געוואלדיגע בלאג http://avshalomblog.wordpress.com/
אבשלום איז טאקע א ארטיסט, זיינע פאסטס זענען טיילמאהל גאהר קונצליך און איינגעהילט אין מיסטעריע, אבער עס עפנט די מחשבה און איך רעקאמנדיר פאר יעדן אוהב חכמה צו ליינען אביסל זיינע זאכן.
בנוגע וואס ער שרייבט וועגן קונסט איז זייער שיין און ווייטאגליך, אבער די עיקר נקודה ברענגט ער נאר ארויס בהבלעה, נעמליך אז ביי אונז איז א קונטסלער אראפגעקוקט, ער איז פאני, אפילו איינער וואס האט א ארטיסטישע נשמה וועט עס דארפן דערשטיקן משום מה יאמרו הבריות.
ניין איך האב פארגעסן, זאג נאר פאר אבשלום זאל קומען צו די חתונה פון די רבי זז"ג וועט ער זעהן ווי ביי אונז איז דא קונסט, הערליכע באצירטע לייליכער וואס עין לא ראתה...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

ער שרייבט געוואלדיג. (אפשר קען איינער וואלונטירן עס איבערצוזעצן אויף א היימישע אידיש.)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אינטערעסאנט אז טרעדישענעל פארעמס פון ארט איז אנגענומען ביי חרדים, מ'האט הנאה פון דעם ווי בילדער, מוזיק, וכדומה אבער אויך אלץ א הנאה ווי זעהן/הערן א שיינע זאך, נישט פאר די ארטיסטישע חשיבות אדער אינדעווידאלע עקספרעשין וואס ליגט אינטער דעם. ס'איז על פי רוב אין א רעגליעזיען פארעם.

אפילו די אנגענומענע פארעמס פון ארט, איז מען נאר מחשיב די ארט אלץ די ארט, נישט דער ארטיסט, ער איז נישט אינטערעסאנט אדער אפשר אראפגעקוקט וכדברי איש עברי.

מאדערן ארט אויף אלע אופנים, מוזיק, מעלעריי, פאעזיע, וכדומה איז בכלל נישט אנגענומען ביי חרדים. ס'איז מער אלץ נישט פארשטיין צו דעם, ווי אלץ עס שלעפט צום פרייען גאס (וואס איז גראדע אמת, ווי אין די מוסף שבת ארטיקל)
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

עטליכע סיבות וואס איך האלט זענען גורם אז מיר זענען א אומקרעאטיווע געזעלשאפט:
א) מיר זענען פול מיט מסגרת'ן וואס אלע דארפן זיך האלטן דערצו, והפורץ גדר ינשכנו נחש, דאס נעמט אריין תלמוד תורה, ישיבה, ישיבת בין הזמנים...
ב) מען ציטערט צו זיין מאדנע, די גרסטע פחד וואס מען האט ביי אונז איז צו זיין אייגנארטיג, יעדער זוכט צו אריינפאסן אין זיין פלאץ און נישט בולט זיין, אנדערש ווערט מען געסטעמפל'ט און מען גייט ארויף אויף די שווארצע ליסטע און די קענסט פארגעסן פון א שידוך לדורי דורות...
ג) מיר זענען אויסגעשטעלט אויף טריט און שריט מיט פוקטליכע אנווייזונגען וואס צו טוהן, ווען מען דארף זיין פרייליך, ווען מען דארף לאכן און ווען מען מוז וויינען, אונזער לעבן פירט זיך מיט שטרענגע רול'ס ענד רעגולעשינס און לאזט נישט קיין ספעיס פאר אייגענע קרעאטיוויטי...
פארשטייט זיך אז סאיז דא נאך צענדליגע זאכן וישמע חכם ויוסיף לקח און בראנפן...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

כ'האב אמאל געפענט אן אשכול פראבירט ארומשמועסען דער נושא אביסעל מער יסודות'דיג

viewtopic.php?f=13&t=2688


לגופו של ענין איז נישט קיין גרויסער חכמה מאשים צו זיין דער חרדישער קולעקטיוו אין זיין מנוגד צו ארט, קודם כל איז דאך דער מחבר אליינס מכחישו, דער אבישלום אליינס איז א חסידישער יונגערמאן, וואס שיינט צו זיין א נישקשה'דיגע ארטיסט, איז וואס זאגט ער עס זענען נישט דא קיין חרדישער ארטיסטען?

מער ברייטער, א ריכטיגער קריעיטיוו מענטש וועט אלעמאל זיין אויף מעסער שטעך מיט וואסארא געזעהלשאפט ער זאל זיך נישט טרעפן אין. אפשר חוץ אפאר גאסן אין ניו יארק און על עי ווי מאיז געהעריג מקבל יעדער צודרייטער ארטיסט, איז אין די נארמאלער וועלט איבעראל אראפגעקוקט איינער וואס גייט נישט אין שפאן. חרדים זענען גארנישט קיין עם הנבחר אין דעם.

עס לאזט זיך דינגען אויף דער עצם הנחה, פיילייכט איז דער קנאפליקט פון וואס ער רעדט גאר דער מעיין פון ווי ארטיסטערריי פליסט ארויס. אן ארטיסט אן קיין קאנפליקטען איז קיין ארטיסט נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א ריכטיגער קריעיטיוו מענטש וועט אלעמאל זיין אויף מעסער שטעך מיט וואסארא געזעהלשאפט ער זאל זיך נישט טרעפן אין.

אבי גערעדט.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

יאיר האט געשריבן:
א ריכטיגער קריעיטיוו מענטש וועט אלעמאל זיין אויף מעסער שטעך מיט וואסארא געזעהלשאפט ער זאל זיך נישט טרעפן אין.

אבי גערעדט.

יעצט כאפסטו?
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך זע ביסט טאקע קריעיטיוו...
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

ס'איז שוין א אלטע טענה, אבער ס'איז לדעתי לא נכון.
ווייל ווייל איינער וואס האט נישט קיין ביצים זיך ארויסצוגעבן אויף וואס ער איז באשאפן, איז ווער שולדיג דערפאר?
ס'איז א גוטע טענה אויף איינער וואס וויל זיך ארויפזעצן אויפן היימישן ציבור און זיי באשמירן
ווייל קוק נאר וויפיל זענען דווקא היינט יא מצליח צווישן אונז אפילו זייענדיג היימישע, טאקע נישט גענוג אבער דאך איז עס א טענה כחושה.
אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

[tag]לעיקוואד[/tag] ווי לעיקוואד איז ווייטער דוגל אין זיין אלטע מהלך פון גלאבאליזם, כל מה שיש ביבשה יש בים, יעדע פראבלעם וואס איז דא ביי אונז איז אין א געוויסע פארם דא איבעראל.
דו רעדסט פון דעם אז א ארטיסט איז נישט אנגענומען, קודם כל ביזט זיכער אין דעם? איך פארשטיי אז א ארטיסט זוכט מען נישט צו האבן אין די סביבה, מען וועט אים נישט אויפנעמען פאר א ארבעטער, אבער דאך איז דא א געוויסע רעספעקט וואס מענטשן האבן פאר אים מען פארשטייט אז ער איז יוניק, און טראץ וואס מען שטייט ווייט פון אים איז ער אבער לעגיטים, מען פארשטייט אז ער לעבט אין זיין וועלטל.
חוץ פון דעם די אלגעמיינע וועלט טאלערירט אפשר נישט קיין ארטיסטן אבער זי געט א ארט פאר ארטיסטן זיך צו אנטוויקלן, מען קען אפשר נישט זיין א ארטיסט אין א נארמאלע טאון אין טעקסאס, אבער מען קען דארט "ווערן" א ארטיסט, משא"כ ביי אונז וואס אונזערע מוחות ווערן שטרענג קאנטראלירט דורך אונזער טרויעריג בארימטע יצר טוב.
דער אבשלום איז נישט קיין ראיה אזא איינער איז ווארשיינליך א געבוירענע ארטיסט [ווי זיין אייגענע הגדרה אז מען האט אים באשאפן פון שטיקלעך איבריגע נשמות וואס האט זיך געוואלגערט ארום די כסא הכבוד] בעת וואס די מאמר רעדט פון אנטוויקלן ארטיסטן וואס דאס איז לכאורה ביי אונז נישט שייך, א געבוירענע ארטיסט וועט אפשר בליען ביי אונז דייקא צוליב די אוממעגליכע אומשטענדן, אבער איידלע נשמות וואס וואלטן געקענט ארויסברענגען זייער פנימיות דורך ארט, דארפן אנשטאט דעם זיך ראנגלען און זוכן זייער וועג אין לעבן....
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איר האט נישט קיין מושג ווי קאנפארמיסט סאסיייעטי אין אלגעמיין איז. ווי שטארק זי צוברעכט יעדער משהו אייגענארטיגקייט. מען לעבט זיך אין א קלייין ווינקל און מען איז זיכער אז די פראבלעמען זענען דארט עפעס יוצא מן הכלל.
אוודאי יעדער פרט איז אנדערש מקען טיילען טויזענטע חילוקים, און אז מוויל דווקא קען מען טרעפן אין וועלכע פרט דער חרדישע סאסייעטי איז פונקט ערגער. אבער וואס איז די חכמה פון דעם? פונקט אזוי קען מען טרעפן וויאזוי עס איז פונקט בעסער.
יעדער סאסייעטי דולדט זיין סארט משוגעים וואס ער גיט א היתר צו זיין אנדערש, און די חרדישע בכללם גיט א מקום פאר זיינע סארט משוגעים וואס ער האט ליב, וואס אין אן אנדערע סאסייעטי טרעפען זיך נישט אזעלכע די פלאץ.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט