מיט פרייד האבן אחב"י אין קוויבעק קאנאדא אויפגענומען די גונסטיגע נייעס אז די אנטיסעמיטישע פארט"י קיובעקוו"א פארטיי באקאנט אלץ PQ , האט נעכטן נאכט היסטאריש פארלוירן די וואלן מיט א לענדסלייד צו די ליבעראל פארטיי באקאנט אלץ PLQ ,
לאמיר מקדים זיין וויאזוי די פאליטישע סיסטעם אין קוויבעק ארבעט , אנדערש ווי אין די יונייטעד סטעיטס ווי מען וועלט עקסטער פאר פרעזידענט און עקסטער פאר סענאט און קאנגרעס מעמבערס גייט עס אין קוויבעק ווי אין פילע אנדערע לענדער לויט די פארטי.
קוויבעק איז צוטיילט אין 125 ריידינגס און קעגן דעם איז דא 125 זיצן אין די קוויבעק פארלאמענט אדער נעשענא"ל אסעמבל"י ווי עס ווערט גערופן .
אין קוויבעק איז פארהאן 4 פארטייען , די ליבעראלס PLQ , פארטי קיובעקווא PQ
קאאלישן אוועניור קוויבעק CAQ , און קוויבעק סאלעדיר QS , ( עס איז דא נאך אפאר קלענערע פארטייען אבער דערווייל האבן זיי נאך גארנישט געוואונען ) יעדע פארטיי האט א פירער וואס ווערט אריינגעוואוט דורך די פארטיי מעמבערס , די פארטיי לידער מוז אויך לויפן פאר א זיץ, די פארטיי וואס האט די מערסטע בענקליך זייער לידער ווערט פרעמיער פון קוויבעק .
די עלעקשאנס קומען פאר איינמאל אין פינף יאר, אבער די פארטיי וואס איז אין פאוער קען פאררופן אן עלעקשאן ווען אימער סשמעקט זיי.
מיט ארום 18 חדשים צוריק איז געווען די לעצטע עלעקשאנס און דאן איז די PQ אריין אין קראפט און זייער לידער מרת. פאלין מארווא איז געשטעלט געווארןאלס קוויבעקס פרעמיער געוואונענדיג 54 בענקליך קעגן די ליבעראלס 50 בענקליך ,
דאס איז געקומען נאכדעם וואס עס איז געווען אסאך קארופציע אינערהאלב די ליבעראל פארטי, however איז די PQ אריינגעקומען בלויז מיט א מינאריטי האבנדיג קעגן זיך 50 ליבעראלס , 19 CAQ , און 2 QS.
ווי נאר די PQ איז אריין אין קראפט האט זיך באלד ארויסגעשטעלט אז מען האנדלט דא מיט א פאר פארביסענע פראנצויזן וואס חוץ ארויפברענגען שפראך געזעצן און סתם דרייען א קאפ פארשטייען זיי צו גארנישט , די בודזשעט האט נישט געמאכט קיין סענס, ביזנעסער האבן געהאלטן אין איין אפטראגן צו אנדערע קאנעדישע פראווינצן , און סתם די עקאנאמי איז געגאנגען מטה מטה .
אנגעפאנגן האבן זיי מיט BILL 14 א געזעץ קעגן דאס באנוצן ענגליש אין ביזנעסער , און דערנאך BILL 60 , אדער ווי זיי האבן עס גערופן charter of values , וואס פארבאט פון פאבליק ארבייטער צו גיין מיט רעליגיעזע סימבאלן ווי א קאפל וכדו' כלומר'שט צו באשיצן די קוויבעק
סעקולארע קולטור , וואס וואלט אפעקטירט אידישע דאקטורים , מוסדות וואס זענען אונטער די גאווערמענט סובסידירטע דעי קעיר פראגראם און נאך.
ווי אויך האבן זיי פון צייט צו צייט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע מעסעדזשעס ווי א פארבאט אויף שחיטה און מילה , א פארבאט אויף סערווירן כשר'ס אין היימישע מוסדות , ווי אויך אז די דזשואיש דזשענעראל האספיטאל זאל אראפנעמען די נאמען "דזשואיש".
( די דזשואיש האספיטאל איז געווארן גערונדעט פאר יארן צוריק ווען אידישע דאקטורים אין מאנטריאל פלעגן נישט ווערן אנגענומען אין די אלגעמיינט שפיטעלער , האבן זיי געעפנט א אייגענע שפיטאל וועלכע איז מיט די צייט געווארן איינע פון די בעסטע שפיטעלער אין קאנאדע).
למעשה האבנדיג בלויז א מינאראטי גאווערמענט האבן זיי נישט געקענט דורכפירן קיין איינע פון די געזעצן .
אבער די פאולס האבן געוויזן אז רוב קוויבעק עולם איז בעד די געזעצן האט די PQ פאררופן אן עלעקשן האפנדיג דאס מאל אריינצוקומען מיט א מעדזשאריטי , דאס הייסט כאטשיג 63 בענקליך און אזוי דורכפירן וואס סשמעקט זיי , די פאולס האבן דאן געוויזן אז די PQ האט 35 פראצענט קעגן די ליבעראלס 30 פראצענט, און אזוי האט אוסגעקוקט וועט אנהאלטן ביז די וואלן .
און דאן האט זיך די רעדל איבערגעדרייט!!!!
וואס האט פאסירט??
די ליבעראלס האבן געשריגן די גאנצע צייט אז די גאנצע ציל פון די אלע געזעצן איז בלויז צו פארקירעווען די בליק פון ד'רעולם אז מ'זאל נישט כאפן אז די עקאנאמיע איז אין ד'רערד און אז זיי האבן נישט קיין נארמאלע בודזשעט פלאן , פרובירן זיי צו כאפן וואוטס דורך מינדערוויכטיגע געזעצן .
אפצושלאגן דאס האט די PQ אופגענומען
אין זייער קאמפיין א גרויסע פיינענשאל אדווייזאר , וואס ער זאל זיין פארנומען צו רעדן וועגן בודזשעט און דזשאבס .
אבער אינמיטן א רעדע האט ער אנגערירט א גאר האקעלע נושא , די רעדע פון רעפערענדום , זעלבסשטענדיגקייט , סטייטש עס איז דא א מאוומענט אין קוויבעק אז קוויבעק זאל זיך אפרייסן פון קאנאדע און ווערן א לאנד פאר זיך , דאס דורך צופירן פעלט אויס א רעפרענדום ביים פאלק , א זאך וואס די פאלק האט שוין 2 מאל אנידער געשטימט , רוב קוויבעק וויל בלייבן א חלק פון קאנאדע , אבער די PQ חלש'ט פאר זעלבסשטענדיגקייט , אבער האבן דאס קיינמאל נאכנישט ארויפגעברענגט וויסנדיג אז דאס קען טוישן די גאנצע בליק אויף זיי (מאנכע זאגן אז די גאנצע charter of values איז נאר געווען כדי קאנאדע זאל רופן קוויבעק צום סופרים קארט אז עס איז קעגן די קאנסטיטוציע און קעגן פרידאם אף רעליגיע , און אזוי אויפהייצן דאס פאלק קעגן די פעדעראלע גאווערמענט, און מאכן א רעפרענדום און
און אזוי עס געוואונען ) .
איינמאל מענטשן האבן אנגעהויבן כאפן וואס זייער ציל איז באמת האבן די ליבעראלס זיך גענומען אריינהאמערן אין די PQ וויפיל סהאט זיך געלאזט , און די פאולס זענעו געווארן יעדן טאג שטערקער פאר די ליבעראלס און שוואכער פאר די PQ .
פון דארט און ווייטער איז די באן געפארן בארג אראפ , און בייי די דעבאטעס האט זיך פאלין מארווא אסאך מאל פארפלאנטערט , ווי למשל זי האט געמוזט מודב זיין אז אסאך מענטשן גייען פארלירן דזשאבס צוליב איר charter of values , וכדו' .
ווען סאיז אנגעקומען די טאג פון עלעקשאנס איז שוין יעדער געווען זיכער אז די ליבעראלס האבן עס , די שאלה נאר מיט ווי סאך , מען האט געגעבן שוואכע טשאנסעס אז מיט א מעדזשאריטי .
די עלעקשאנס האבן זיך געענדיגט נעכטן 8:00 pm , און אנהייבנדיג ציילן האט זיך
באלד ארויסגעשטעלט אז די ליבעראלס האבן דא געוואונען מיט א לענדסלייד , ביז צום סוף האט מען זיך דערזעהן מיט 70 בענקליך פאר די ליבעראלס , 30 פאר PQ
22 CAQ און 3 פאר QS , שטעלנדיג די ליבעראלס מיט א מעכטיגע מעדזשאריטי און זייער פירער פיליפ קוליארד ( וועלכער האט שטארקע באציאונגען מיט דעם היימישן ציבור ) אלס קוויבעקס נייער פרעמיער .
ווי להוסיף שבר על שבר האט די PQ לידער פאלין מארווא פארלוירן איר אייגענע בענקל צו די ליבעראל קאנדידאט אין איר געגנט, אזאך וואס קיינער האט אפילו נישט געחלומט פון, צווינגענדיג איר צו רעזיגנירן פון איר פארטיי פירערשאפט .
הערנדיג דאס האבן אחב"י תושבי מאנטריאל טאהש ( ווי אויך די פאר פארבליבענע אין לב טהור סעינט אגעט) פרייוויליג אפגעאטעמט צוזאמען מיט נאך פילע אנדערע נארמאלע קוויבעקערס.
אנטיסעמיטישע פארטיי פארלירט די וואלן אין קוויבעק, קאנאדע
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
אנטיסעמיטישע פארטיי פארלירט די וואלן אין קוויבעק, קאנאדע
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
- שושן פורים
- ידיד ותיק
- הודעות: 816
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 500 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שושן פורים: א ייש"כ פאר אראפלייגן דעם פאליטישן אויסשטעל און מצב אין קוויבעק, און קאנאדא בכלל מיט אזא קלארקייט אז אפילו א בר בי רב דחד יומא קען עס אויך פארשטיין. אלס א געוועזענער איינוואוינער אין מאנטריאל (אוטרעמאנט), קוויבעק, קענעדע וויל איך מאכן א קליינע באמערקונג איבער'ן פאליטישן סיסטעם אין קאנאדא. אין אמעריקע, למשל איז דאס ווארט "ליבעראל" אויטאמאטיש אפגעסטעמפלט אז א קאנדידאט וועלכער האט אזאלכע אנשויאונגען וועט געוויינליך עפ"י רוב נישט ארבעטן פאר די אינטערעסן פון די אידן, עכ"פ די ערליכע אידן. לעומת אין קוויבעק, בפרט, און קענעדע בכלל איז די "ליבעראל" פארטיי די וועלכע האט די מערסטע מיטל-מעסיגע פראגראמען און איז די נאנטסטע צו קענען פארטרעטן די אידישע אינטערעסן אין לאנד. און מהאי טעמא זענען זיי אויך די גרעסטע. ווייל די "קאנסערוואטיווע" פארטיי האט אין אירע רייען אויך א סאך אנטיסעמיטן. אפענע און באהאלטענע. און אין קוויבעק גופא, וואס מאנטריאל איז א הויפט חלק דערפון זענען "סעפאראטיסטן", די וועלכע אדוואקטירן און העצן אז קוויבעק זאל זיך אפרייסן פון קאנאדא און ווערן אן אייגן לאנד, דורך זייער פאליטישע פארטיי די "פארטי-קוועבעקווא", אדער "פי.קיו." די וועלכע האבן די גרעסטע מאס אנטיסעמיטן און עקסטרעים נאציאנאליסטן אין זייערע רייען. בכל אופן זיי פארטרעטן בכלל נישט די אינטערעסן פון די אידישע באפעלקערונג. א חוץ פון וואס זיי מאכן זייער שטארקע באגרעניצונגען און שוועריגקייטן פאר א יעדן וועלכער איז נישט פון פראנצויזישן אפשטאם. ...








