האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

האט איר א דעת בעה''ב אדער א דעת תורה?

שליחה דורך chasid »

טייערע קאלעגע'ס אין קאווע שטיבל,

ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך, און מ'זעט עס טאקע ביי יעדע נושא ווי די וואס ליגן ראשם ורובם אין תורה האבן א פארקערטע מיינונג ווי די וואס ראשם ורובם ליגט אינעם סמארט-פאון.. אבער ווי פארשטענדליך איז עס נישט תלוי אינעם מזרח וואנט אין אויך נישט דוקא אין לערנען יומם ולילה, נאר ווי דער קאפ ליגט, (כידוע מספרים הקדושים אז ווען מ'גייט צו צום ברענגען פרנסה מיטן ריכטיגן מחשבה, באקומט מען שכר פאר יעדע מינוט פונעם בזיעת אפיך) דהיינו א בעה"ב וואס האט אינזין די "מה חובתי בעולמי" האט געווענליך די זעלבע מיינונג ווי בני תורה,
און פארשטייט זיך אז נאר מיט א שיעור קבוע אין ספרי מוסר/חסידות איז מעגליך צו האבן דעם תורה'דיגן בליק, וואס יעדער וואס לערנט די ספרים בקביעות קען עדות זאגן דערויף ווי ס'טוישט אינגאנצן די מחשבה און דעם בליק אויף יעדע נושא.

איז צו וואס וויל איך צוקומען?
דא איז דאך א אפענע פארום מיט א גרינגערע צענזור ווי אנדערע מקומות, קומט דאך אויס אסאך מאל שמוסערייען איבער פארשידענע ענינים אין אידישקייט, וואס ווערט נישט אויסגעשמועסט ערגעץ אנדערש, און ווי פארשטענדליך איז דא אין יעדע נושא צדדים לכאן ולכאן, איז אין גאס (צו אין מקווה) ווען איך הער אויס איינעמס מיינונג איבער א אידישקייט ענין, ווייס איך געווענליך לויטן רעדנער צו די תורה'דיגע מיינונג איז אזוי ווי ער זאגט אדער גאר פונקט פארקערט.. אבער דא זאגט דאך דער ניק נישט אויס צו ער האלט יעצט נאך א מסילת ישרים צו א באר מים חיים אדער להבדיל נאך א לענגערע קליפ אויף יו-טוב..

איז ביטע טייערע חברים, לאזט אייך הערן צו איר האט א טעגליכע שיעור אין ספרי מוסר אדער חסידות, וועל איך וויסן וואס ארויסצונעמען פון אייערע תגובות, וואס ס'שטייט געשריבן אדער גאר פונקט דאס פארקערטע..
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

שליחה דורך דבילה »

פאר מיינעטוועגן איז מיר שווער צו ענטפערן, ווי באקאנט אידעך אין אדם מעיד על עצמו, אבער לגבי די אנדערע שרייבער אידעך די זאך פשוט כביעותא בכותחא... דער וואס האלט בדר"כ ווי מיר האט א דעת תורה, און דער וואס איז אלעמאל אן איפכא מסתברא'ניק ('שטייטזיך פון מיר...) דער האט זיכער נאר א דעת בעלעבאס! נארוואדען?
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

זייער גוט! איז אויב עמיצער וויל מאיזה סיבה נישט שרייבן אז ער האט נישט קיין טעגליכע שיעור אין ספרי מוסר אדער חסידות, קען ער שרייבן אויף יאנקל''ס נוסח, און מ'וועט שוין אליין פארשטיין וואס זיין תשובה איז.

דבילה האקט.. ברוך שכוונתי! דער עולם פארשטייט אליין ווי אזוי מגיב צו זיין.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

חסיד דיין הנחה אז געווענדליך די וואס לערנען מסילת ישרים האבן איין מיינונג אין די וואס לערנען יוטוב האבן אן אנדרע מיינונג, איז אמת אבער עס ווענדט זיך אסאך אין די זיפקאוד. איך האב שוין אסאך מאל זיך אנגעשטויסן אין דיעת וואס איז געווען גנוי ווי די יוטוב לערנערס , אין עס איז געווען די מיינונג פין ערענסטע מסילת ישרים לערנערס. פרעגדינג יענעם זיין זיפקוד איז עס רובאדרובא נישט געווען 11211.
ס'ארבעט אזוי ס'הייבט זיך אז דער בן תורה האט א געוויסע בליק אויף אידשקייט דערנאך ווען ער לערענט מסילת ישרים זעט ער דארט וואס שטימט מיט זיין פריערדיגע מהלך. נישט אז די מסילת ישרים פארמענט זיין מיינד. זאג עם אז די מסילת ישרים האט זיך געשניטען די בארד ווערט ער אימבאקוועם.
והא ראיה איך קען כמה בני תורה וואס לערנען נישט קיין אידיש ווארט אבער זיי ווילן זיין פין די סארט (למשל די וואס האבן זיך שוין מוחל געווען זייער עבירות) וועלן זיי אייביג זיין אויפ'ן זעלבע טיקעט ווי דיינע בני תורה.
אוודאי דארף מען לערנען תורה צי קענען וויסן וואס די תורה וויל. אבער. דארף זיין זייער אפן צי פרישע איידיעס.

"ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך,"

איך האב א חשד אז עס איז נישט קיין אמתער כלל. ס'איז באשאפן געווארן ווען די וואס די ריפסט בני תורה האבן געוואלט ארויפצווינגען זייער מיינונג אויפ'ן נישט בני תורה'דידע ציבור.
ס'האט אבער נישט געמאכט קיין סענס, ס'איז נישט געווען אויגעהאלטן תורהדיג, די בעלי בית האט געפרעגט קשוית.
האט מען זיי משתיק געווען מיט יסוד "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה".
איך זאג קלאר איך קען נישט די מקור אין היסטאריע פין "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה" ס'איז נאר א שפעקעלאציע.
באניצער אוואטאר
משכיל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 422
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 1:39 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 221 מאל

שליחה דורך משכיל »

ליידער האבען זייער ווייניג מענטשען א שיעור אין די ספרים לשם שמים כדי צו פארבעסערען זייער אידישקייט, אפילו די מארקעט וואס עס איז דא פאר די ספרים איז עס נאר פאר די וואס דארפען עס פאר זייער פרנסה צו זאגען א שיעור אדער צו האלטען דרשות,וכדומה

אויך איז דא מענטשען וואס לערנען די ראנג ספרים וואס וועט זיי נישט צוברענגען קיין סאך יראת שמים וד"ל
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

נולד מאוחר האט געשריבן:חסיד דיין הנחה אז געווענדליך די וואס לערנען מסילת ישרים האבן איין מיינונג אין די וואס לערנען יוטוב האבן אן אנדרע מיינונג, איז אמת אבער עס ווענדט זיך אסאך אין די זיפקאוד. איך האב שוין אסאך מאל זיך אנגעשטויסן אין דיעת וואס איז געווען גנוי ווי די יוטוב לערנערס , אין עס איז געווען די מיינונג פין ערענסטע מסילת ישרים לערנערס. פרעגדינג יענעם זיין זיפקוד איז עס רובאדרובא נישט געווען 11211.
ס'ארבעט אזוי ס'הייבט זיך אז דער בן תורה האט א געוויסע בליק אויף אידשקייט דערנאך ווען ער לערענט מסילת ישרים זעט ער דארט וואס שטימט מיט זיין פריערדיגע מהלך. נישט אז די מסילת ישרים פארמענט זיין מיינד. זאג עם אז די מסילת ישרים האט זיך געשניטען די בארד ווערט ער אימבאקוועם.
והא ראיה איך קען כמה בני תורה וואס לערנען נישט קיין אידיש ווארט אבער זיי ווילן זיין פין די סארט (למשל די וואס האבן זיך שוין מוחל געווען זייער עבירות) וועלן זיי אייביג זיין אויפ'ן זעלבע טיקעט ווי דיינע בני תורה.
אוודאי דארף מען לערנען תורה צי קענען וויסן וואס די תורה וויל. אבער. דארף זיין זייער אפן צי פרישע איידיעס.

"ס'איז דא א אויסדריק "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה", אן אריינגיין אינעם מקור, איז עס א פארשטענדליכע זאך,"

איך האב א חשד אז עס איז נישט קיין אמתער כלל. ס'איז באשאפן געווארן ווען די וואס די ריפסט בני תורה האבן געוואלט ארויפצווינגען זייער מיינונג אויפ'ן נישט בני תורה'דידע ציבור.
ס'האט אבער נישט געמאכט קיין סענס, ס'איז נישט געווען אויגעהאלטן תורהדיג, די בעלי בית האט געפרעגט קשוית.
האט מען זיי משתיק געווען מיט יסוד "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה".
איך זאג קלאר איך קען נישט די מקור אין היסטאריע פין "דעת בעה''ב איז היפך דעת תורה" ס'איז נאר א שפעקעלאציע.


איז סך הכל שרייבסטו אז מסילת ישרים אליינס איז נאך נישט גענוג, אבער ביזט מודה אז אן מסילת ישרים איז זיין בליק זיכער נישט די תורה'דיגע בליק, כ'האב גוט פארשטאנען?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך לערן מוסר ספרים, הגם נישט טאג טעגליך, אבער לכה"פ עטליכע מאל אין וואך.

אבער עס איז זיכער אז מיין דעת איז נישט קיין דעת תורה..... איך האב שוין געהערט פון איינעם נאכזאגן עפעס בשמי (פון דעם פריוואטן פארום) און עס טוט מיר וויי אז מענטשן וועלן אנהויבן מקיל זיין אין זאכן וואס זיי האבן מחמיר געווען ביז היינט.

איך בעט יעדן, אין אני אומר קבלו דעתי, דא איז נאר א פלאטפארמע וואו מען גיבט זיך אויס די מחשבות..... פאר יעדן ספק, פרעגט אייער אמת'ן דעת תורה... איך וויל זייער נישט שטיין מיט אייך פארן בי"ד של מעלה....
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

חסיד
chasid האט געשריבן:פארשטייט זיך אז נאר מיט א שיעור קבוע אין ספרי מוסר/חסידות איז מעגליך צו האבן דעם תורה'דיגן בליק, וואס יעדער וואס לערנט די ספרים בקביעות קען עדות זאגן דערויף ווי ס'טוישט אינגאנצן די מחשבה און דעם בליק אויף יעדע נושא.

circular reasoning.
די גר"א זאגט אז דעת תורה קומט פון הארעווען שעות ארוכות בתורה לאסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

חסיד! באמת בין איך נאך בכלל נישט קלאר פונקטליך אין די וועג וויאזוי דו שטעלסט אראפ די חילוק צווישן א דעת תורה און דעת בעה"ב. דער וואס האט א שיעור אפ' יעדן טאג מיינט עס נאך אינגאנצן נישט אז ער באקומט א דעת תורה. א דעת תורה הייסט עמיצער וואס איז חוץ זיין לערנען (אסאך, און נישט בלויז שיעור קבוע) איז ער א ירא שמים און נאכאלץ באהאוונט אין דברים שבין אדם לחבירו, ד.ה נישט ער זאל זיין א שיפעלע זיבעלע.

ווי למשל אפטמאל וועט זיך די שאלה האנדלען בדברים וואס פילע ריכטיגע דעת תורה'ס וועלן נאכאלץ נישט קענען האבן קיין מיינונג דערין אויב האבן זיי נישט קיין בלאסן אהנונג אין וועלטליכן טאג טעגליכן לעבן און קענען נישט קיין צורת מטבע. אבער ב"ה לא אלמן ישראל און מיר פארמאגן נאך היינט גוטע רבנים וואס זענען קיינע נערנים.
אבער דאס מיינט נאכנישט אז די צוויי שעה מוסר מאכט יענעם גענוג שטארקן דעת תורה זיך צו קענען פארגלייכן ווען ס'קומט אין קעגנזאץ מיט א פסק פון א ת"ח, רב, אדער סתם קלוגער ערליכע איד וואס איז נישט קיין בעה"ב און "טאקע אין פילן זין פון ווארט".

און דער ענין פון פאלגן א דעת ת"ח קעגן א דעת בעה"ב איז טאקע געזאגט געווארן אויף אזא פאל ווי דער בעה"ב לערנט נישקשה, און איז א ירא שמים אויך אבער פארט א בעה"ב, אבער קען זיך נאך גאנץ כמעשה פארגלייכן מיטן רב, משא"כ דער רב איז עמיצער וואס זיצט אגאנצן טאג און לערנט און איז נישט קיין בעה"ב, (און קען זיך אויס אין יענעם נושא אין וועלכע געביט ס'זאל נאר זיין) וואס אפ' דאן פאלגט מען דעם רב וויבאלד ער איז א דעת תורה. אבער ווען דער בעה"ב האט נישט קין ערנסטע שיעורים, און אפ' ער האט יא, אבער אויב קען ער זיך נישט פארמעסטן מיטן רב אין תלמוד וחכימות איז דאך א דבר פשוט אז מ'נעמט נישט אן ווי עם. נישט אזוי?

יידל האקט........ און ער איז זיך גראדע נישט סותר מיט מיר
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
chasid
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 244
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 1:02 am
האט שוין געלייקט: 146 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך chasid »

אבער דאס פארשטייט איר אז אן א שיעור מוסר איז נישטא די תורה'דיגען בליק, די שאלה איז נאר דער שיעור מוסר איז גענוג, פארשטיי איך גוט?
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ניטאמאל קיין שאלה. נו זיכער איז עס נישט גענוג. און אפ' די שעה צוויי לערנען נאך די שעה מוסר וועט אויך נישט זיין גענוג, צו הייסן דעם "דעת תורה"
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

כ'האב אמאל געהערט אז די עליטיסט מליצה פון "דעת בעה"ב היפך דעת תורה" קומט פון סמ"ג אדער סמ"ק, און ס'איז בכלל נישט געזאגט אין די ברייטע קאנטעקסט וואס מ'ניצט עס היינט. ס'איז אזא סארט חדש אסור מן התורה מליצה וואס איז געווארן אבויזט, און טאקע מערסטנעס ביי עמי הארצים וועלכע האבן נישט די אריגינעלקייט צו עפעס מחדש זיין, נאר חזר'ן איבער צושלאגענע קלישעס.

בנוגע די שאלה דא איז די זאך זייער קלאר.

לערנסטו מוסר פונעם בעל מסילת ישרים: דעת תורה!
לערענסטו מסילת ישרים פון רמח"ל: דעת בעל הבית!
ווייסטו בלויז נאכצוזאגן פונעם בעל מסילת ישרים אין זיין הקדמה אז ער איז נישט געקומען מחדש זיין קיין נייעס זאכן וכו': דעת תורה
ווויסטו אויך נאכצוזאגן פון דרך תבונות פון רמח"ל אז א איד איז מחיוב צו באקומען א סעקוילער ערציאונג און לערנען די חכמות וואס העלפט פאר פרנסה: דעת בעה"ב
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די גאנצע קאנסעפט פון דעת תורה ווערט כמעט נישט דערמאנט ביז פאר ארום הונדערט יאר צוריק, און די פענאמענאן וואס פלעגט מיינען אז די דעת איז משלים די תורה, ד.ה. אז דעת = סעקולארע ידיעות און חכמה בגוים, איז משלים די תורה אז א תלמיד חכם זאל קענען פסק'נען בדברים וואס פעלט זיך אויס צו פארשטיין די סייענס צי סיי וועלכע חכמה כדי ארויסצוקומען מיט'ן ריכטיגע פסק, איז איבערגעדרייט געווארן צו א לייסענס פאר א "פוסק" צי א "גאדעל" זיך אריין צו מישן אין זאכן וואס האט גארנישט מיט הלכה, צי מיט'ן תירוץ פון "דעת תעירע" אדער "השקפה" אן אנגעבן קיין שום מקור צום פסק דין.

ס'דא א בריוו אין אגרות קודש פונעם בעל התניא וואס האקט אויף דעם קאנסעפט:
ההיתה כזאת מימות עולם ואיה איפוא מצאתם מנהג זה באחד מכל ספרי חכמי ישראל הראשונים והאחרונים להיות מנהג ותיקון לשאול בעצה גשמיות כדת מה לעשות בעניני העולם הגשמי אף לגדולי חכמי ישראל הראשונים כתנאים ואמוראים אשר כל רז לא אנס להו ונהירין להון שבילין דרקיע כ"א לנביאים ממש אשר היו לפנים בישראל כשמואל הרואה אשר הלך אליו שאול לדרוש ה' על דבר האתונות שנאבדו לאביו...
... וע"כ היטב חרה להם בצער הגוף ח"ו ה' ירחם ואין יכולין לקבל כלל עד שמעבירם על דעתם לכתת רגליהם מעיר לעיר לשאול עצות מרחוק ולא שעו אל ה' לשוב אליו ברוח נמוכה והכנעת הגוף לקבל תוכחתו באהבה כי את אשר יאהב ה' וכו':...


ביי אונז יודן אבער, גלייבען מיר אז תורה לא בשמים היא ולא מעבר לים, ס'איז אקסעסיבעל צו יעדע איד וואס וויל, און אוודאי איז א רבי, א מורה דרך א שיינע זאך, אבער זיי דארפן אויך פארשטיין ווי זייער כח ענדיגט זיך און אויב אינטערדריקען זיי דעם המון עם פאר זייער אייגענע געברויכען, צי פאר תאוות הממשלה, צי פאר פאליטיק, זענען זיי עתיד ליתן את הדין פונקט ווי יעדע דיקטאטור.

יעצט שרייט אלע אין א כאר בענעאזאם אז איך בין דאך א נישטיגע דעת בעה"ב און וואס פארשטיי איך.
אשכנ
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 88
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 24, 2012 7:34 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל

שליחה דורך אשכנ »

עס איז וויכטיג אנצומערקען אז די כלל איז שטארק גילטיג אין עניני ממונות, ווי דעת תורה האט געוויסע יסודות ווי מוחזוק, קים לי, וכדומה, וואס דעת בעה"ב ע"פ זיין הבנה אין מסחר וואלט געזאגט להיפך.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

דער סמ"ג אדער סמ"ק וואס איך האב אויבן דערמיינט, זאגט עס אין / אויף חושן משפט. (כ'שרייב פון זכרון פון זכרון. קען איינער טרעפן די מקור?)
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

אשכנ האט געשריבן:עס איז וויכטיג אנצומערקען אז די כלל איז שטארק גילטיג אין עניני ממונות, ווי דעת תורה האט געוויסע יסודות ווי מוחזוק, קים לי, וכדומה, וואס דעת בעה"ב ע"פ זיין הבנה אין מסחר וואלט געזאגט להיפך.

איך גלייב דאס איז אמאל געווען דעת בעל הבית.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

גאגעל ברענגט צי שיחת קןדש מנחם מנדל שניאורסאהן
א ו ו ד ע ר נ א ך א י ז ד א א מ א ד נ ע ר ד י ו א י ו ח ו ש ו מ ש פ ט , ( ו ו א ס " ח ו ש ו מ ש פ ט " א י ז א
ג ע ד ר ו ק ט ע ר ס פ ר א ו ו א י ז ג ע ד ר ו ק ט ה ע כ ע ר מ י ט צ ו ו י י ה ו נ ד ע ר ט י א ר צ ו ר י ק ב מ י ל א ק ע ו
מ ע ו נ י ט ה א ב ו ק י י ו ט ע נ ו ת א ז דא ס א י ז פ א ר ב ו נ ד ו מ י ט ד ע ם ק ר י י ז ב י י א י ד ו א ו ו מ י ט
א צ ו ו י י ט ע ר ק ר י י ז ב י י א י ד ו ) , ש ט י י ט א י ן ח ו ש ו מש פ ט א י ו ה ל כ ו ת ד י נ י ם א ו ו ס י ו ו ע ט
א ר א פ ג ע ב ר א כ ט א י ו א ח ר ו נ י ם , א ז בש ע ת מ י ד א ר ף מ צ ר ף ז י י ו ( צ ו ז א מ ע נ ש ט ע ל ו ) א ב י ״ ד ט א ד
מ ע ן נ י ט מ צ ר ף ז י י ו ק י י ו ב ע ה ״ ב , ד ע ר נ א ך ז א ג ט מ ע ו ד ע ם טע ם א ו י ף ד ע ם , א ז " ד ע ת
ב ע ה ״ ב י ת י ם ( א י ז ) ה י פ ו ( פ ו ו ) דע ת ת ו ר ה " .
סקיקט אויס אז סאיז אן הלכה אין שלחן ערוך
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

נולד מאוחר האט געשריבן:גאגעל ברענגט צי שיחת קןדש מנחם מנדל שניאורסאהן
א ו ו ד ע ר נ א ך א י ז ד א א מ א ד נ ע ר ד י ו א י ו ח ו ש ו מ ש פ ט , ( ו ו א ס " ח ו ש ו מ ש פ ט " א י ז א
ג ע ד ר ו ק ט ע ר ס פ ר א ו ו א י ז ג ע ד ר ו ק ט ה ע כ ע ר מ י ט צ ו ו י י ה ו נ ד ע ר ט י א ר צ ו ר י ק ב מ י ל א ק ע ו
מ ע ו נ י ט ה א ב ו ק י י ו ט ע נ ו ת א ז דא ס א י ז פ א ר ב ו נ ד ו מ י ט ד ע ם ק ר י י ז ב י י א י ד ו א ו ו מ י ט
א צ ו ו י י ט ע ר ק ר י י ז ב י י א י ד ו ) , ש ט י י ט א י ן ח ו ש ו מש פ ט א י ו ה ל כ ו ת ד י נ י ם א ו ו ס י ו ו ע ט
א ר א פ ג ע ב ר א כ ט א י ו א ח ר ו נ י ם , א ז בש ע ת מ י ד א ר ף מ צ ר ף ז י י ו ( צ ו ז א מ ע נ ש ט ע ל ו ) א ב י ״ ד ט א ד
מ ע ן נ י ט מ צ ר ף ז י י ו ק י י ו ב ע ה ״ ב , ד ע ר נ א ך ז א ג ט מ ע ו ד ע ם טע ם א ו י ף ד ע ם , א ז " ד ע ת
ב ע ה ״ ב י ת י ם ( א י ז ) ה י פ ו ( פ ו ו ) דע ת ת ו ר ה " .
סקיקט אויס אז סאיז אן הלכה אין שלחן ערוך

כדי מ'זאל קענען לייענען, האב איך אראפ גענומען די ספעיסעס.
נולד מאוחר האט געשריבן:גאגעל ברענגט צי שיחת קודש מנחם מנדל שניאורסאהן
און דערנאך איז דא א מאדנער דין אין חושן משפט,(וואס "חושן משפט" איז א געדרוקטער ספר און איז געדרוקט העכער מיט צוויי הונדערט יאר צוריק במילא קען מען ניט האבן קיין טענות אז דאס איז פארבונדן מיט דעם קרייז ביי אידן און מיט א צווייטער קרייז ביי אידן), שטייט אין חושן משפט אין הלכות דינים און ס'וועט אראפגעבראכט אין אחרונים, אז בשעת מידארף מצרף זיין (צוזאמענשטעלן) א בי״ד טאר מען ניט מצרף זיין קיין בעה״ב, דערנאך זאגט מען דעם טעם אויף דעם, אז "דעת בעה״ב'תים (איז) היפוך (פון) דעת תורה".
איינער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 10, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 493 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך איינער »

איך האב (איך האף) דעת בעה"ב און איך בין זייער שטאלץ מיט דעם. איך וואלט מיך זייער געשעמט צו האבן דעם אזויגעריפענע דעת תורה.

א טייל פון די דעות פון די דעת תורה:

ארויסגעבן פסקים, בריוון, אן אויסהערן דעם צווייטן זייט.
שרייען אז יענער טאר נישט גיין אין קאורט, ווען מען איז אליין אין קאורט.
ציען א דין תורה פאר אייביג...
זיצן ביין די תורה און פסק'נען דיני ממנות ווען זיי קענען נישט חשון משפט
רבנים וואס האקן אף די אינטערנעט, ווען זיי אליין האבן אינטערנעט אפילו אן א פילטער.
פארדעקן מאלעסטאשען.
מאכן גזרות שאין רוב הציבור יכולים לעמוד בהם.

די ליסטע גייט אן, נאך און נאך, אבער מיין צייט ערלויבט נאר דאס.
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

יאנקל האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:דער סמ"ג אדער סמ"ק וואס איך האב אויבן דערמיינט, זאגט עס אין / אויף חושן משפט. (כ'שרייב פון זכרון פון זכרון. קען איינער טרעפן די מקור?)


...

למעשה קומט עס פון שו"ת מהר"י וייל קמו: "שפסקי בעלי בתים ופסקי לומדים שני הפכים הם". הובא בסמ"ע חו"מ ג יג.


זעה איך שוין, מיין זכרון ראסט אוועק. כ'האב פארטוישט סמ"ע מיט סמ"ק.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

כ'האב אמאל געהערט א בעל דרשן מסביר זיין וואס איז פשט דעת בעל הבית היפוך דעת תורה. למשל ברענט א פייער סטראשעט איינצושלינגען צוויי הייזער, אין איינעם געפינט זיך א פיצל קינד א וועזשעטעבל וואס האט קוים 6 שעה צן לעבן בעת אינעם צווייטן איז א דא גאלד און זילבער מיט דיאמאנטן און סאיז נאר דא אפאר עמערס וואסער אין שטעטל צו לעשן. פרעגט דעם אנגעפאשעטן בעל הבית וועט זאגן אוודאי גייט ראטעווען די הויז מיט געלט מיט וואס מען וועט קענען ראטווען אסאך לעבנס שטיצן די מוסדות און חתונה מאכן אלמנות ויתומים דאס קינד נעבעך איז שוין סייווי אויף יענע וועלט אין אפאר שעה. אבער דעת תורה זאגט ראטעוועט דאס קינד און זאל אלעס פארברענט ווערן. אט דאס מיינט דער פסוק דעת בעל הבית היפוך דעת תורה.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן תמליון האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א בעל דרשן מסביר זיין וואס איז פשט דעת בעל הבית היפוך דעת תורה. למשל ברענט א פייער סטראשעט איינצושלינגען צוויי הייזער, אין איינעם געפינט זיך א פיצל קינד א וועזשעטעבל וואס האט קוים 6 שעה צן לעבן בעת אינעם צווייטן איז א דא גאלד און זילבער מיט דיאמאנטן און סאיז נאר דא אפאר עמערס וואסער אין שטעטל צו לעשן. פרעגט דעם אנגעפאשעטן בעל הבית וועט זאגן אוודאי גייט ראטעווען די הויז מיט געלט מיט וואס מען וועט קענען ראטווען אסאך לעבנס שטיצן די מוסדות און חתונה מאכן אלמנות ויתומים דאס קינד נעבעך איז שוין סייווי אויף יענע וועלט אין אפאר שעה. אבער דעת תורה זאגט ראטעוועט דאס קינד און זאל אלעס פארברענט ווערן. אט דאס מיינט דער פסוק דעת בעל הבית היפוך דעת תורה.



אסאך דעת תורא'ס וואס איך קען וואלטן אזוי געהאנדלט:
עס איז דא א הויז מיט וועדזשטעבל'ס, קינדער, חולים און קראנקע, דערנעבן א הויז מיט געלט גאלד און זילבער, וואלטן זיי אנגעצינדן א פייער כדי צו קענען כאפן די גאלד און זילבער, און זאלן שוין בדרך אגב די קראנקע פלאקערן....
נאר וואס, דעת תורה שטייט נישט איין ביי די וואס פראפאגאנדירן איר, אסאך מאל איז דער שומרים מעמבער מיטן דזשעקעט וואס איז געבענטשט מיט געפיל, חמלה און יושר מער דעת תורה ווי דעם שיך'ן זאקן יונגערמאן
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

קופערניקוס האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:כ'האב אמאל געהערט א בעל דרשן מסביר זיין וואס איז פשט דעת בעל הבית היפוך דעת תורה. למשל ברענט א פייער סטראשעט איינצושלינגען צוויי הייזער, אין איינעם געפינט זיך א פיצל קינד א וועזשעטעבל וואס האט קוים 6 שעה צן לעבן בעת אינעם צווייטן איז א דא גאלד און זילבער מיט דיאמאנטן און סאיז נאר דא אפאר עמערס וואסער אין שטעטל צו לעשן. פרעגט דעם אנגעפאשעטן בעל הבית וועט זאגן אוודאי גייט ראטעווען די הויז מיט געלט מיט וואס מען וועט קענען ראטווען אסאך לעבנס שטיצן די מוסדות און חתונה מאכן אלמנות ויתומים דאס קינד נעבעך איז שוין סייווי אויף יענע וועלט אין אפאר שעה. אבער דעת תורה זאגט ראטעוועט דאס קינד און זאל אלעס פארברענט ווערן. אט דאס מיינט דער פסוק דעת בעל הבית היפוך דעת תורה.



אסאך דעת תורא'ס וואס איך קען וואלטן אזוי געהאנדלט:
עס איז דא א הויז מיט וועדזשטעבל'ס, קינדער, חולים און קראנקע, דערנעבן א הויז מיט געלט גאלד און זילבער, וואלטן זיי אנגעצינדן א פייער כדי צו קענען כאפן די גאלד און זילבער, און זאלן שוין בדרך אגב די קראנקע פלאקערן....
נאר וואס, דעת תורה שטייט נישט איין ביי די וואס פראפאגאנדירן איר, אסאך מאל איז דער שומרים מעמבער מיטן דזשעקעט וואס איז געבענטשט מיט געפיל, חמלה און יושר מער דעת תורה ווי דעם שיך'ן זאקן יונגערמאן


שפתים ישק משיב דברים נכונים.
פארשפארט