יאיר האט געשריבן:קינדערלעך טייערע, הערט אויף צו וויינען. אז מען באיקאטירט נאר מדינת ישראל פון אלע מיטל מזרח לענדער פאר'ן כלומר'שט פארשוועכן ציווילע רעכטן איז דאס אנטיסעמיטיזם. אז מען באשולדיגט חסידישע אידן פאר'ן זיין פאראזיטן און לעבן אויף די רעגירונגס חשבון איז דאס א ווייטאגליכע און גערעכטע טענה. מיר וועלן דארפן אויסוועלן וואס לוינט זיך אונז ענדערש, ליבליכע שכנים אדער געלט פון אנקל סעם. איך מיין אז פאר יעדן חסידישע איד איז נישט שווער צו מאכן די החלטה.
יאיר, מען קען מיינען אז מען דארף טאקע זוכן א בארעכטיגטע סיבה הלמאי זיי האסן די אידן. איך האב פאר דיר נייעס, זיי וועלן אונז פיינט האבן סייווי אזוי, דאס וואס איך און גאלד שרייבן איז נישט קיין נייעס, החסיד ר' יוסף יעב"ץ שרייבט עס שוין בספרו אור החיים, אז ווען אימער אידן זענען געווארן צו באקוועם אין גלות, האט זיך אנגעהויבן א סעריע פון צרות רח"ל.
און אז עס זענען דא אפאר שווינדלערס, איז וואס? די שווארצע שווינדלען נישט? די ספאנישע? און נאך אנדערע פעלקער... איך וועל דיר לאזן וויסן! נאר אז מען זוכט, טרעפט מען.
איך גיי נישט גארנישט בארעכטיגן, אויך נישט די קראנקע וועג ווי אזוי די רעגירונג פירט די מידל-אינקאם חברה אין די אדמה, מען צאלט אוועק ריזיגע טעקסעס און די ארימע באקומען עס צוריק סוף יאר, ממילא איז די גאווערמענט אליינס היבש שולדיג אין די דריידלעך; אבער קאמאן, זיי נישט נאאיוו, נישט דאס איז די סיבה פארוואס די שונאים האבן אונז פיינט.