על אחת כמה וכמה.... והכניסנו לארץ ישראל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3593 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4507 מאל

על אחת כמה וכמה.... והכניסנו לארץ ישראל

שליחה דורך מאטי »

מדבר סיני, ט' באב :

ס'איז א פארנעפלטער טאג, א דינער רעגן שמייסט דינטשיקע פינטעלעך מדבר'דיגע טראפן אויפן נארוואס אפגערייניגטער - פון מן - זאמדיגער ערד, ווי פאראויסזאגענדיג דאס קומענדיגע אויסברוך וואס גייט אט אט אויסברעכן. 

גאנץ כלל ישראל אין שפיץ פון משה רבינו ע"ה ווארטן מיט אנגסט אז די צוועלף פארטרויליכע גרויסע לייט זאלן זיך צוריקקערן און פארציילן די גוטע נייעס צו באפרידיגן זייער האפענונג צו וואס זיי בענקען שוין זייט זיי האבן זיך אפגעליטן פון די פארשאלטענע עגיפטישע מצריים, און דערנאך ארומקריכנדיג אין א הייסע מדבר "בארץ לא זרועה" וואס נעמט שוין נישט קיין עק.

ענדליך ענדליך, נאך א לאנגער ווארטעניש שטארצט ארויס פון דערווייטענס עטליכע קליינע שווארצע פינטעלעך וואס אלץ נענטער טראנספארמירט זיך דאס צו א גאר אינטערסאנטער בילד. צען געשטאלטן מיט צינישע שמייכלען אויסגעשפרייט בלויז אויף א האלבן פנים, אויפן אנדערן האלב ליגט אזא מין שפאטישע פארזויערקייט. זיי קומען צו גיין פארשוויצט, זיך שלעפנדיג מיט מאדנע גרויסע געוויקסן אויף די פלייצע.

דער באריכט וואס די מרגלים האבן איבערגעגעבן איבערן הייליג לאנד איז געווען קאלאסאל און פארפירעריש. סי ען ען/ רויטערס, אדער די יו. ען.! וואלטן זיך גארנישט געדארפט שעמען דערמיט... 

דריי און דרייסיג הונדערט יאהר צוריק זענען טרערן פארגאסן געווארן, ווערנדיג פראוואצירט דורך צען פארקרומטע מרגלים וואס האבן געיאמערט זאגענדיג, "זיי זענען פיל שטארקער פון אונז" - לויט איין מדרש פון "כביכול" ח"ו.  גאנץ כלל ישראל וויינט מיט קראקאדיל טרערן, זיי גלייבן נעבעך, זיי ווילן צוריק גיין צו קנעכטשאפט, ווי איידער צו זיין אויסגעשטעלט ווי שאף צו די שחיטה. 

היינט, יאהרן שפעטער, וויינען מיר נאך אלץ אויפן הייליג לאנד, אבער דאס מאהל וויינען מיר ליידער מיט אמת'ע טרערן. מיר וויינען אויף די מאוים'דיגע שרעקליכע צרות וואס כלל ישראל גייט אריבער יעדע איינציגע שעה אינעם הייליג לאנד. אויף די טייכן בלוט וואס גיסט זיך ווי וואסער פון אונזערע שוועסטער און ברידער פאר די נאז פון די אזוי-גערופענע ציוויליזירטער וועלט, ואין פוצה...

דאס איז נישט א פשוט'ע געוויין, דאס איז א ספעציעלע געוויין! א אידישע געוויין, אזא וואס נאר א אידיש קינד קען זיך אידענטיפיצירן מיט איר.

ס'איז נישט קיין סוד אז ס׳איז פארהאן א דאפעלטער סטאנדארד - מילד גערעדט - צום אידישן פאלק און אויך בנוגע דאס אידיש לאנד. די וועלט קימערט זיך נישט דערמיט. ווען דער מחבר פונעם באקאנטן משל - ווי דאס אומשולדיגע שעפעלע איז צופליקט געווארן דורך די חיות מטרפות פארן "גרויסן" חטא פון שלעפן א שטיקל שטרוי צו שטילן איר הונגער - וואלט ווען געוואוסט ווי ווייט דער נמשל וועט זיך אויסשטעלן צו זיין אסאך גרעסער פונעם משל, וואלט די טינט פון זיין פעדער פארפרוירן געווארן פון שרעק. 

אזא געוויין וויינען מיר היינט.

ללעג ולקלס בגוים נחשבנו כצאן לטבח להרוג ולאבד. ובכל זאת שמך לא שכחנו.

מיר ווייסן אז דאס היינטיגע געוויין האט א שייכות צום אמאל. ווי אזוי גייט נאר דאס ווארט... "איר האט געוויינט אומזיסט ט' באב!, וועט איר נאכאמאהל וויינען דעם טאג יעדעס יאהר, און דאסמאל שוין האבנדיג פארוואס צו וויינען", זאגן חז"ל אין מסכת תענית.


וואספארא שייכות האט אונזער געוויין טויזענטער יארן שפעטער צו דאס געוויין פון אונזערע עלטערן? אויבן אויף קוקט דאס אויס ווי אן אומ'יושר'דיגער עונש.

ארץ הצבי והכרמל, די לעכצונג פונעם עם הנבחר, די לאנד וואס איר הויפט שטאט ירושלים ווערט דערמאנט אין תנ"ך איבער זיבן הונדערט מאהל, איז נישט נאר א הערליך פלאץ צו וואוינען אדער רעטייערן, אדער גאר א ריזן טוריזם אטראקציע פאר מיליאנער באזוכער. נאר אויך א העכערער ספירוטיאלער מקום, א טאון געבער פאר די גאנצע וועלט. א פארטל וואס איז מחבר דער העכערקייט צו דער מאטריעליסטישער וועלט.

נישט קיין וואונדער אז דורך די אלע יארן האבן אזויפיל פעלקער זיך מקריב געווען בלויז צו קאנקירן דאס קליינער לענדעלע. ווי א מאגנאט! ווי גראוויטאציע! נישט אפילו וויסענדיג פארוואס! האבן זיי פשוט געלעכצט צו פארכאפן אונזער הייליג לאנד, אזויפיל מלחמות, אזויפיל לעבנס פארשניטן, אלס כדי צו דאמינירן דאס קליינע פינטעלע אינעם מאפע. 

פארוואס איז דאס אזוי ?

ווייל דער נפש שפירט אז זי איז דער מקור החיות, זי געט כח פאר די גאנצע וועלט, זיי ווייסן אז אויב האבן זיי פארכאפט דעם מקור! דאן האבן זיי אלעס באקומען. זיי דארפן שוין גארנישט מער.

דאס איז די סבה פארוואס אלע זענען נאך היינט פארנומען מיט איר.

אויב אזוי שטעלט זיך די פראגע, וויאזוי טאקע האט געקענט פאסירן אזא טראגעדיע? וויאזוי האבן די מרגלים נישט געשפירט, דאס  וואס אפילו גוי'אישע פעלקער פארמאגן אין זייער אינסטינקט?

דער תירוץ דערויף איז: גלות הדעת.

זיי האבן געזען ארץ ישראל מיט אירע העכערע אנדערשקייטן און זיי האבן זיך נישט געקענט ארויסרייסן פון זייער עבדות'דיגע גלות מענטאליטעט. פונקט ווי א אינגעלע וואס קוקט ארויס אנצוקומען אין כיתה ט',  אבער ווען ער קומט שוין אן דערצו פארלירט ער זיך אינגאצן, טאקע צוליב איר גרויסקייט, ער ווייסט נישט ווי אזוי צו באהאנדלען די פרישע התחייבות'ער וואס קומט מיט מיטן טיטל כיתה ט' אינגל.

די זעלבע איז געשען דאן מיט די מרגלים. זיי האבן געברענגט ריזיגע פרוכטן ווי צו זאגן: יא יא! ס'איז טאקע גוט און דערפרישענד, אבער פארט גרעסער פון אונז.. גרעסער פונעם אייגענעם זיך. ס'איז דא צופיל התחייבות'ן וואס באלאנסירט די גוטסקייט וואס איז פארהאנען אינעם "גוטן לאנד" .

אבער יהושע און כלב האבן געשריגן, ניין! ס'לוינט יא ... מיר וועלן אריינלויפן אינעם שטורעם, מיר וועלן בייקומען די שוועריגקייטן, דערנאך וועלן מיר בלייבן בלויז מיט די בענעפיטן וואס דאס לאנד ברענגט מיט זיך.

אבער דאס פאלק האט שוין גארנישט געהערט.

די טבע פון א מענטש איז צו כאפן א קלענערע הנאה וואס איז שוין גילטיג, ווי איידער א גרעסערער הנאה וואס איז נאר לאחר זמן. דער אמת איז אבער, אז ס'איז נישט אזוי, א קלוגער דורכגעטראכטער מענטש ווייסט ווי אזוי אוועקצושטופן זיין יעצטיגער אפעטיט כדי צו פארדינען א גרעסערע חלק שפעטער.

דאס איז דער יסוד און טרייבקראפט פון אידישקייט און עולם הבא. זי זאגט אונז: ווער נישט פארבלענדעט פון באלדיגע הנאות וואס שפרינגען דיר יעצט פאר די אויגן. זעץ דיך אראפ מיט ישוב הדעת און מאך דיר א חשבון וואס לוינט מיר יא און וואס נישט, דערנאך מאך דיין באשלוס. לאז דיך נישט פון דיין נפש הבהמית אדער ווי זיגמענד פרויד וואלט דאס גערופן: דיין "אוד". נוץ דיין סופער עגא, דיין חלק המוח וואס ארבייט מיט ריזן און ריפלעקציע, דאן וועסטו נישט דארפן וויינען שפעטער אויף דיינע אומפאראנטווארטליכע באשלוסן.

דאס איז דער לימוד וואס מיר קענען זיך ארויסלערנען היינט טויזענטער יארן שפעטער פונעם אמאליגן געוויין.

(פון רעביי סיימאן זדשעקאבסאן מיט הוספות פון מאטי)

.
  
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves

דער אשכול פארמאגט 2 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר