**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
**קאווע בלעטער** לפסח - עם מוספים!
ברוך הנותן ליעף כח, אז מיר האלטן שוין ביי די לעצטע פאזן פאר'ן הוצאה לאור פון די פסח'דיגע "קאווע בלעטער".
קאווע שטיבל איז עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר. תקופות גייען אדורך אהן זאכליכע הודעות, אבער הודעות פון אנדערע זמנים ערגענצן דעם חלל. מען דארף זיי נאר אויפזוכן בחורין ובסדקין, און זיי מוציא יקר מזולל זיין. מיר האפן אז די "קאווע בלעטער" וועט צוריק אנצינדן א פייער אין די הערצער פון די שרייבער, און דאס טינט וועט ווידער נעמען פליסן אינהאלטסרייכע מאמרים.
אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די מעינסטרים מאגאזינען און צייטונגען, אז לכבוד פסח געבן מען ארויס א מאגאזין וואס מעסט זיך אויף די פונט, מיט מוספים על גבי מוספים, מוסף והולך ביז עס פרעגט זיך היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פּיש? נו! ביי אונז רעדט מען נישט אזוי...) הזה, וועלן מיר לכבוד פסח אויכעט נאכגיין אין זייערע דרכים.
אויסער די "קאווע בלעטער" וועלן מיר האבן צוויי מוספים. איינס הייסט "ילד שעשועים" - געאייגענט פאר קינדער. כאן המקום להודות פאר "[tag]קאוועניק[/tag]" פאר'ן אנדרייען און בעטן דערפאר. די צווייטע - און גאר חשוב'ער - מוסף הייסט "ספר האישים", מעשה ידיו להתפאר פון ידידנו הדגול והמוכשר מאוד כמר [tag]מאראנצןזאפט[/tag] שיחי' וואס איז קובע ברכה לעצמו און איז ממש כליל לאישים... כל כולו געווידמעט פאר די אנשי שם אנאלעזירונגען פון דער שרייבער.
היות איך בין יעצט בין דזשאב לדזשאב, האבענדיג אויפגעגעבן מיין איצטיגע דזשאב ממש די וואך, און איך גרייט מיך צו מיין נייע דזשאב אי"ה תיכף נאך פסח, האב איך פון איין זייט טאקע מער צייט (איך מוף אריין צום שווער אויף גאנץ פסח, סאו איך דארף נישט פסח מאכן) אבער פון דער אנדערע זייט האב איך פארלוירן מיין צוטריט צו א קאמפיוטער וואס איך פלעג האבן אין די ארבעט. איך אב מיך איינגעהאנדלט א נייע לעפטאפ, און איך האב עס שוין אויפגעסעט. אבער עס קען דויערן אביסעלע לענגער ביז די בלעטער וועלן זיין גרייט.
די איצטיגע אויסגאבע פון "קאווע בלעטער" וועלן אי"ה האבן א לינק אונטער יעדע קעפל וואס וועט צופירן צום אריגענעלע ארטיקל דא אין שטיבל, אזוי וועלט מען קענען לייקן דער מחבר כדבעי. - עס באדערט שטארק ווען מען זעהט אז הונדערטער על גבי הונדערטער מענטשן לאדענען אראפ די בלעטער, און מען נעמט זיך ניטאמאהל די מיה איבערצולאזן א גוטע געפיהל ביים מחבר פון אן ארטיקל וואס מען האט דערפון הנאה געהאט.
היו נכונים.
נ.ב. די בלעטער וואלטן קיינמאהל נישט געוועהן אזא סאקסעס ווען נישט די אקטיווע מיטארבעט פון אונזערע היימישע ניקס, כל אחד בשמו הטוב יברך, ובפרט [tag]רויטע וואנצעס[/tag], [tag]ברסלבער[/tag], און [tag]קליגער אינגערמאן[/tag] און [tag]אבטולמוס[/tag] וועלכע האבן צוגעהאלפן בעצה ותושייה. טוב עין הוא יבורך.

(- - -)
- מצטמק ויפה
- היימישער באניצער
- הודעות: 479
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 761 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- מאראנצןזאפט
- ידיד ותיק
- הודעות: 994
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
- האט שוין געלייקט: 1544 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל
א קורצער אנאליז איבער דעם ניק פישלע הערינג.
פון א פארהעלניסמעסיגע נייע ניק איז ער פארוואנדלט געווארן אלס איינע פון די עמודי השטיבל. זיינע שארפזיניגע תגובות און בליציגע רעיונות מיט א זעלטן אייגנארטיגער שפראך זענען צעזייעט און צעשפרייעט און אלע עקן פונעם שטיבל .
מיר קרוינען אייך איינשטימוג צו דינען אויף דעם פרעסטיזשפולן פאזיציע אלס עדיטאר אין טשיף פון קאווע בלעטער גלאבאל ענד קא.(כאילו נאך איינער לויפט אויף די פאזיציע...)
און ביידעוועי, טענקס, מעט שוין רעדן... כקען נישטא דא אזוי...

צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די מעינסטרים מאגאזינען און צייטונגען, אז לכבוד פסח געבן מען ארויס א מאגאזין וואס מעסט זיך אויף די פונט, מיט מוספים על גבי מוספים, מוסף והולך ביז עס פרעגט זיך היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פּיש? נו! ביי אונז רעדט מען נישט אזוי...) הזה, וועלן מיר לכבוד פסח אויכעט נאכגיין אין זייערע דרכים.
קודם א געוואלדיגן ישר כח פאר דיין ארבעט פון ארויסגעבן אזא הערליכן ארבעט, און פאר אלע דיינע תגובות וואס מען קען קלאר זאגן אויף זיי, אז די שטיבל וואלט געהאט אן אנדער פנים אן זיי.
כ'האב נאר געוואלט מוסף נופח זיין צו דעם "היכן יכנס כל הפישתן (מלשון א ton פיש)" אז מיר האבן TONS תגובות פון פיש =עלע
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
דער ניק [tag]נעגאשיעיטאר[/tag] האט מיך אריינגעשיקט א לאגא צו נוצען. ער שרייבט אז דער לאגא איז געמאכט געווארן ביי א פריערדיגע פראוו צו מאכן א אויסגאבע, דורך א אומאקטיווע ניק, און ער האט עס איבערגעארבעט בתשואות חן לכבוד מיינע בלעטער. איך בין מסופק אויב עס רעפלעקטירט ריכטיג די אינהאלט פון די בלעטער ממילא איז מעגליך אז איך וועל עס נישט נוצן.
יישר כח נעגאשיעיטאר ושכרך הרבה מאוד, אבער למען האמת איך האב עס נישט ליב. וואס האלט דער עולם?

- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
קודם כל א ריזן יישר כח פארן עורך.
איך אליין פרינט געווענליך ארויס לענגערע ארטיקלן לכבוד שבת און איך בין מזכה אויך אנדערע דערמיט.
די מאכסט אן הערליכן ארבעט און די מאכסט אסאך גרינגער פאר מיר.
אויך א ריזן דאנק פארן מאכן די קינדער אפטיילונג, איך זוך שוין לאנג צו געבן פאר מיינע קינדער אביסעל דברי חכמה צו ליינען (חוץ די תורות, סיפורי צדיקים און מפרשים וואס זיי באקומען אין חדר, און חוץ די ACTION / DRAMA מעשיות פון שפאקטיוו / שטערן)

You must be the change you want to see in the world