חסידים vs ליטווישע 2014

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 168 מאל

חסידים vs ליטווישע 2014

שליחה דורך עפל סיידער »

[justify]אין די לעצטערע תקופה בארה''ק קומט פאר גאר גרויסע ענטוישונגען פינעם ברייטען ציבור צו די ארטיגע ממשלה, ווי באוויסטע שונאים פאר אידען האבען אינאיינעם מיט פארטרעטער פון מזרחי זיך גענימען צו די ביינער פון די חרדי'שע באפעלקערונג, איך וואלט געוואלט כאפען א קורצער איבערבליק אויף די פילע שיכטען ביים יודנטום אין אר''י וויאזוי זיי ספראווען זיך יעצט מיטען מצב, און זעהן א געוויסע אינטערסאנטע נקודה איבער וואס פילע שיכטען און קרייזען שלאגען זיך שוין ארום עטליכע הינדערט יאר איבער וועלכע קרייז איז דער ריכטיגער דרך להצלחה פארן אידישער פאלק צו די ממשיכים פינעם דרך החסידות אדער די אנדערע וואס רופען זיך היינט /ישיבישע/ליטווישע/אמעריקאניזירטע א.ד.ג.
יעצט לאמיר כאפען א שטיקעל איבערזיכט ביים ארץ ישראל'דיגע באפעלקערונג.

מזרחי
ווי עס שטעלט זיך ארויס איז דער מזרחי פארטיי אינגאנצען אראפ פון אירע שינעס ווען אין אזא שעת חירום טוען זיי אפען ארויסהעלפן די ציוניסטישע ממשלה מיט אלע פינסטערע פלענער קעגן אירע חרדישע איינוואוינער, בפומבי ובריש גלי.

ספרדים
קוקענדיגע אויף די שבט הספרדים קוקט אויס אז די מצב איז גענצליך צוטומעלט דארטען דערנאך וואס די פירער פון ש''ס פירען די לייצעס גענצליך אליין אהנע קשר צו רבנישע פירער, און טייל רבני הספרדים מאכען גענצליך שבת פאר זיך מיטן ארויסגעבן הוראות און רופען כינוסים איבער'ן מצב,


ליטאים

אריבערשפרייזענדיג צו די לאגער פון די ליטאים הערשט א טאטאלער כאאס און דעמארעלעזאציע, זעהנדיג ווי די ציבור איז אינגאנצען צוריסען און צופליקט אויפען מצב, ווען פון איין זייט שטייען די ראשי מפלגת דגל התורה און פרובירען כופה זיין מיט אלע סארט מעטאדען און מיטלען זייער מיינונג אויפען ציבור דורך זיך באניצען מיט פארשידענע גדולים זייערע,
און פון די אנדערע זייט שטייט א נייע פירערשאפט פון א צייטונג און עטליכע בענקלעך אינעם שטאטראט פון ירושלים וואס געבן ארויס אנדערע הוראות והדרכות וואס ברענגט צו א טאטאלער צומישעניש און טומלעריי אינעם מחנה הליטאי.

חסידים
יעצט צוקומענדיג צו אינזער טעמע אויף וואס מיר האבען פותח געווען דעם נושא, איז אינטערסאנט אנצומערקן ווי די באריכטען און סימנים צייגען אהן אז די ענדגילטיגער הנהגה און פאקטישער החלטה ביים חרדישער ציבור ליגט ביי די הייזער פון די חסידישע גדולים, מיר איז אינטערסאנט געווען זיך אריינצוטון אין די נושא, זעהנדיג ווי עטליכע יורשים וואס האבען בלויז גע'ירשנט פאזיציעס פון פריערדיגע גרויסע דינאסטיעס און הויפען, האבען באקומען די ענדגילטיגע און סאמע לעצטע ווארט איבער וויאזוי דער ברייטער ציבור זאל זיך נוהג זיין יעצט בעת צרה,
וואס דאס פאר זיך בעצם איז א גרויס ווינדער, אמער די ליטווישע גדולי ומנהיגי ישראל האבען אסאך יארען געהארעוועט ביז זיי האבען ערייכט זייערע פאזיציעס, ומאידך גיסא איז די הנהגת רבני החסידים על פי רוב בסך הכל נאר ווייל בזכות אבותיו האט דער אדער יענער זוכה געווען לישב על כס ממלכת חסידות פלוני, נו הדבר הזה אומר דרשוני? וואס טוט זיך דא?
נאך פילע נאכפארשונגען אינעם נושא, איז מיר אויסגעקומען א גאר אינטערסאנטער בילד זיך דערזעהנדיג אז דייקא די וואס רוממות התורה בפיהם, די וואס ליארמען אז די תורה איז זייער'ס און זיי קעמפן פאר דעם, די האבען דעם חרב הגיוס בידם און זענען נישט דערשראקען אז פילע טיילען פינעם אידישען פאלק זאלען נטמע ווערן אינעם מיליטערישער פראנט אין מיטעל מזרח, און זיי האבען נישט קיין פראבלעים במישרין ובעקיפין צו אריינארען דעם ברייטען ציבור אין די מיליטערישע באזעס,
און פון די אנדערע זייט די וואס זייער ספעשילטי איז דאס פירען טיש און די קוגעל טיילען דייקא די האבען א חרדה און פילען א שטארקער אחריות און פאראנטווארטליכקייט צו היטען יעדע אידיש נשמה ווי די שווארץ אפל פינעם אויג און זענען בשום אופן נישט מוכן צו פארשיקען קיינעם צום מיליטערישער אפאראט, אויס מורא פאר זייער אידישער עתיד, און די סכנה פון שיקען אינעם מיליטערישע באזע שטייט זיי פאר די אויגען,

אין מיינע אויגען שרייט דאס אויס ''דידן נצח'' 'יד החסידים על העליונה' 2014 נאכען זיך ארומקריגען אזויפיל יארען ווער עס האט רעכט די מנגדים צו די חסידים, האבען מיר עס סוכ''ס געמאכט...
איך וואלט ארויפגעריפען אויפען סטענד [tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag] @היימישער ליטוואק @לעיקוואד
צו געבן די ארגומענט'ס פינעם ליטווישער אידנטום.

דא האט איר א באריכט פון כיכר השבת איבער די אנגייענדע מיטינגען צווישען די רבנים איבער'ן מצב אין אר''י, ווי איר זעהט אביסעל א קלארער בילד פינעם סיטואציע.

ככר השבת האט געשריבן:
בציבור הליטאי הבינו שעמדת המועצת החסידית עלולה לגרום לשינוי כיוון של כלל המגזר החרדי בנושא ההתייצבות", מסביר ל"כיכר השבת" גורם בכיר המעורה בפרטי הסוגיה, "לכן בימים האחרונים משוגרות ע"י גדולי ישראל משלחות של ראשי הישיבות במטרה לדון ואולי גם לשכנע את גדולי האדמו"רים לצדד בעמדתם בעד או נגד התייצבות בלשכות הגיוס".
בשבוע שעבר, הגיעו הגאון רבי יגאל רוזן ר"י אור ישראל והגאון רבי שמחה הכהן קוק רבה של העיר רחובות לביתו של כ"ק מרן האדמו"ר מגור בכדי לנסות ולתאם עמדות להחלטה משותפת בעניין. במקביל, נפגש הגאון רבי חזקיהו משיקובסקי עם בנו של כ״ק האדמור מסלונים.
מתברר, כי גם הצד השני המזוהה עם העמדה ההפוכה במגזר הליטאי מפעיל את כל כובד משקלו בסוגיה. ביום ראשון בשעות הערב שוגרה משלחת למעונו של האדמו"ר מגור, בה השתתפו הגאון רבי אשר דויטש ר"י פוניבז', הגר"י ארנברג ר"י כנסת יצחק בחדרה, ראשי ישיבות וכן הר' יוסף פטרוב, נאמנו של הרב אוירבך. אמש, חלק מחברי המשלחת ביקרו בביתו של האדמו"ר מסלונים. ההבנה כעת הינה כי החלטת האדמו"רים החסידיים החברים במועצת גדולי התורה היא זו שתכריע את העמדה הרשמית.
[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום עפל סיידער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.

דער אשכול פארמאגט 12 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר