ישיבה אינברסטיה ברעכט רעקארד מיט די גרעסטע חג הסמיכה.

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

berlbalaguleh האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונז, לאמיר זאגן א יונגערמאן האט זיך יא געמאכט א ציהל אין לעבן און האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט און ענדליך זיך ערווארבן צו זיין א מושלם און ער קען גוט פסק'נען און ער האט אויך דעם 5'טן, קען ער אבער פארגעסן דערפון, ווייל זיין ווייב גייט נישט מיט א פרומען לבוש

און די צורה און אופן פון "פרומען" לבוש ווערט נישט גענומען פון שו"ע אדער פוסקים, נאר אזאלכע "גאונים וצדיקים" ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן, וואס מ'קען אמת'דיג זאגן אויף זיי אז לא קרא ולא שנא. נאר אויף וועים דען זאל מען ארויפקוקן אלס אונזער מורה דרך, איצא שייגעץ?! אדער מנשה פיליף?!... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :o

איך רעד פון א ספעציפישער פאל וואס די "נישט פרומע לבוש" באשטייט פון א צוגעדעקט שייטל
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

מ גפני האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
מ גפני האט געשריבן:ס'איז דא נאך א פראבלעם ביי אונז, לאמיר זאגן א יונגערמאן האט זיך יא געמאכט א ציהל אין לעבן און האט זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט און ענדליך זיך ערווארבן צו זיין א מושלם און ער קען גוט פסק'נען און ער האט אויך דעם 5'טן, קען ער אבער פארגעסן דערפון, ווייל זיין ווייב גייט נישט מיט א פרומען לבוש

און די צורה און אופן פון "פרומען" לבוש ווערט נישט גענומען פון שו"ע אדער פוסקים, נאר אזאלכע "גאונים וצדיקים" ווי הערשל קלאר און יואלי צימערמאן, וואס מ'קען אמת'דיג זאגן אויף זיי אז לא קרא ולא שנא. נאר אויף וועים דען זאל מען ארויפקוקן אלס אונזער מורה דרך, איצא שייגעץ?! אדער מנשה פיליף?!... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :P :oops: :cry: :( :o

איך רעד פון א ספעציפישער פאל וואס די "נישט פרומע לבוש" באשטייט פון א צוגעדעקט שייטל


ליידער, איך קען אויך א מעשה פון א אינגערמאן א תלמיד חכם, וועלכער איז שוין יא ענדליך אנגעקומען צו א פאסטן פון מגיד שיעור אין א חסיד'ישע ישיבה קטנה, און דוקא שטארק מצליח געווען, אבער האבנדיג א נישט געזונט קינד אינדערהיים האט די אידענע געשפירט אז עס איז איר וויכטיגע צו דרייוון. נאכ'ן אפלייגן עס פאר יארן, האט זי ענדליך געשפירט אז זי קען נישט מער און האט זיך געלערנט דרייוון און זיך איינגעהאנדלט א קאר. עס איז איבריג צו זאגן אז דער איד האט פארלוירן זיין פאסטן...

(אבער איך מיין אז מען קריכט שוין אריין דא אין אן אנדערן נושא)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ניין. הדד בן בדד: דאס איז נישט קיין אנדערע נושא. נאר די זעלבע זאך. היינו טעמא דמגילה והיינו טעמא דשופר. כדי זיך צו דערגרונטעווען וויאזוי אינז זענען צו געקומען צו דעם איצטיגן שפל המצב דארפן מיר פארשטיין די סיבות דערפאר. ערשטנס אז מ'האט זיך פארלייגט אויפ'ן חיצוניות. נישט אז דאס איז נישט וויכטיג. אבער ווען מ'מאכט פונ'ם עיקר א טפל און פון טפל אן עיקר. קומט מען צו א נקודה ווען מ'בלייבט נאר מיט'ן חיצוניות. און דאס פנימיות איז אינגאנצן נישט אינטרעסאנט. און דער לבוש איז דער איינציגער מאס וואס באשטימט צו דער מענטש איז בארעכטיגט אנצוהאלטן זיין פאזיציע אדער נישט... :roll: :evil: :twisted: :P :oops: :roll: :cry: :( :o
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

מיט דעם ביסטו הונדערט פראצענט גערעכט. איך רעד אבער פון דעם פראבלעם אז מיר לעבן אין א לאנד וועלכע האט א געוויסע פארמיולא וויאזוי מען קומט צו בדרך כלל צו א מענטשליכער פרנסה. און אונזערע אזוי גערופענע מנהיגים איטערעסירט עס ווי דאס פאריעריגע שניי. ביסטו ביזי מיט חיצוניות און דאס פנימיות אינטערסירט דיך נישט, זייער ביטער, אבער נאך ביטערער איז אז דער חיצוניות וואס אינטערעסירט אים יא איז נאר דער חיצוניות'דיגער טייל פון דעם חיצוניות. די ווייסע זאקן, גלעזער, דרייוון וכדו'. אבער ביי אזא פשוט'ע זאך ווי פרנסה זענען זיי נישט צום האבן.

עס האט מיר לעצטענס פארציילט מיינס א באקאנטער וועלכער איז א ענגלישער טיטשער אין א סעמי ליטווישער ישיבה, אז איינער פון זיינע סטודענטס האט אים געזאגט אז זיין טאטע בייזערט זיך זייער אויף די אלע א"י'דיגע שנארערס וועלכע קומען נאנסטאפ נאך געלט. האט ער אים געזאגט: זאג דיין טאטן אז ער קען נישט האבן קיין טענות אויף זיי, טענות דארף ער האבן נאר אויף זיך פארן געבן מיליאנען פאר די ראשי ישיבות וועלכע הייסן די תלמידים זייערע לעבן אזא סארט לעבן. זאל ער זאגן פאר די גדולים אז ער גיט זיי מער נישט קיין געלט נאר אויב זיי וועלן אינזינען האבן דער עולם זאל האבן פרנסה, און פאר די שנארערס זאל ער געבן א שיינע נתינה מיט אפאר ווארימע חיזוק רייד.
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

ציקוקענדיג די חג הסמיכה צערעמאניע און אויסהערענדיג די דרשות האב איך באקומען גאנץ אן אנדערע בליק אויף אונזערע YU ברודער. איך האב אלץ געוויזט אז כאטשיג זיי זענען מאדערן, איז דאס נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך און מדקדק במצוות, ווי נישט ווי בין איך דאך אן "אויפגעקלערטער" קאווע שטיבל ליינער ווי מ'באהאנדעלט יעדעם מיט רעספעקט. נעווערדעלעס, האב איך נאכאלץ געהאלטן אז זיי האבן וואס ארויפציקוקן אויף די חרדישע וועלט וואס פירן זיך לפנים משורת הדין אנטלויפענדיג פון א. ג. היתרים, אלץ צו פארזיכערן אז די ירידת הדורות זאל נישט ארויסגיין פון קאנטראל.

צוהערענדיג די דרשות האב איך מיך געכאפט אז איך בין טאטאלי ראונג. איין ספעציפישע נקודה וואס האט מיך דאס מערסטע באנומען איז בנוגע אסימילעישאן. שטעלטס אייך פאר אז איינע פון אונזערע עסקנים באקומט א ידיעה אז ס'רעדט זיך א שידוך צווישן א וויליאמסבורגער אדער ב"פ בחור מיט א גויטע רח"ל, און פאר געלט קען מען עס אפראטעווען. עס וואלטן פארגעקומען אסיפות עסקנים אנציווארעמען דעם עולם פאר די וויכטיגסטע צוועק, שרעקעדיגע קול קורא'ס וואלטן באדעקט די גאסן, הויכהילכערס וואלטן טויב געמאכט די איינוואינער ביז דאס געלט וואלט געשאפן געווארן.

און אמעריקא און איבער די וועלט זענען פארהאן מיליאנע אידן מיט געמישטע הייראטן. אסאך זענען תינוקות שנשבו וואס מ'וואלט געקענט ראטעווען דורך אויפקלערונגען. פאר סאום ריזען איז דאס נישט א טאפיק וואס נעמט צו די שלאף פון אונזערע עסקנים. אבער YU זארגט זיך פאר דעם. זיי זארגן זיך אז ס'זאלן זיין ערליכע רבנים איבער גאנץ אמעריקא וואס זאלן פארשפרייטן דעם דבר השם און אריינברענגן יודישקייט און פארקראכענע יודישע נשמות, אפראטעווינדיג דורות.

דאס איז בלויז א משל פון איין זאך וואס זיי געבן זיך אוועק בשעת אונז חרדים געבן נישט קיין האאט!
פארדריי די דיר דיין קאפ
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דאס איז נאר א שפיץ-פון-א-אייז-בארג, פון א לאנגע ליסטע פונאנדערשיידן וואס טיילט אונז אפ פון אונזערע ערליכע מאדערנע ברידער. בשעת וואס אונזער ראשו ורובו ליגט אין וויאזוי צו היטן און רעזערווירן און האלטן דעם עולם'ס לעבן שטייגער ווי פאר צוויי דורות, וכל המרבה, צו דריי אדער פיר דורות, הרי זה משובח. און אלץ מיטן טענה "קוק נאר ווי געמיין די אלגעמיינער באפעלקערונג איז... נישטא קיין ברירה, מ'מוז זיך באהאלטן...", אין קורצען רופט זיך דאס "לייקענען די מציאות", זענען אונזערע קלוגערע ברודער אפען צו די מציאות, און פראבירן דאס בעסטע מעגליך צו לעבן ווי א איד, יעצט! דא! און אזוי!

נעם למשל די "שבת-הגדול-דרשה" פון מארגן. אונזערע רבנים וועלן אנהייבן מיט פשעטל! חצי שיעור, נותן טעם, מצה גזולה, ס'וועט פליען מנחת חינוך'ס, ר' יוסף ענגיל, שב שמעתתא'ס, א שווערע שואל ומשיב, און אזוי ווייטער, דער רב וועט מפלפל זיין, בויען און צו-ווארפען, ארויף אראפ... בקיצור, קיינער האלט נישט מיט - ס'האט דעם רב גענומען 4 וואכן צו פאבריצירן דעם פשעטל אז דער איין תלמיד חכם אין בית המדרש "וואס קען עכט מער לערנען ווי דער רב" זאל נישט כאפן פון וועלכע אלטע קובץ ער האט דאס גע'גנב'ט. פארוואס זאגט דער רב א פשעטעל? ווייל אזוי האט מען געטוהן!! נאכן פשעטל גייט מען אריבער צו אגדה, ווי דער רב איז משלב א חתם סופר מיט א מהרש"א, און נאר אזוי שטימט בכלל די גאנצע הגדה, - אה, שיעור נישט פארגעסען, אז ס'דא א וועלט'ס קשיא, וואס ס'פארלאנג א באלדיגע תירוץ, הלמאי רופט מען דעם שבת "שבת הגדול" (אזויווי מ'זאגט ביי "רצה" (יעדע וואך...) "שבת הגדול והקדוש הזה")? - אבער לויט ווי די זיידע זכרונו לברכה טייטש די גאנצע ענין פון מצה VS חמץ, שטימט שוין זייער גוט פארוואס די אידן זענען בכלל ארויס פון מצרים. סוף דרשה זאגט דער רב הלכות פון ראש חודש ניסן... און אז מ'דארף רויטע וויין פאר די כוסות, די שיעור פון כזית (-גראדע א וויכטיגע הלכה צו זאגן יערליך פון דאסניי, ווייל די כזיתים ווערן גרעסער פון יאר צו יאר), און אז "חצות" וואס שטייט אין שלחן ערוך איז נאר אויב מ'קען, אויב מ'קען נישט איז נישט!

האסטו אמאל געהערט א רב זאגן ביי שבת הגדול דרשה אז מ'דארף קויפן א מתנה פאר די ווייב? ניין.
Under influence
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

האסט פארגעסן מעורר זיין אויף פירצות הדור....
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מאטי האט געשריבן:האסט פארגעסן מעורר זיין אויף פירצות הדור....

און מ'וואלט עכט געדארפט איבער גיין די גאנצע ליסט. נאר, ואי אפשר לפורטם כי רבים וחדשים לבקרים הם... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :cry: ;) :( :o
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ר'' דריידל: ייש"כ פאר אויפווייזן דעם חילוק. מ'קען אפשר זאגן בדרך דרוש. (יעצט איז דאך ערב שבת הגדול.) אז אינז האלטן נאך ביי סור מרע. (שוין כמעט זיבעציג יאר.) און זיי (די מאדערן ארטאדאקס.) האלטן שוין ביי עשה טוב... :lol: :roll: :lol: :roll: :lol: :roll: :? :x :P :oops: :cry: :( :o
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דאס איז דאך א מחלוקה געווען צווישען ר' אלימלך און ר' זושא
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קאווע טרינקער האט געשריבן:האסטו אמאל געהערט א רב זאגן ביי שבת הגדול דרשה אז מ'דארף קויפן א מתנה פאר די ווייב? ניין.

גראדע מיין רב האט יא דערמאנט די פרויען ביי זיין דרשה.

(ער האט געזאגט אז מ'קען זיך נישט פארלאזן אז זיי רייניגען גוט)
Under influence
קאוועניק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 65
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 11, 2013 7:47 pm
האט שוין געלייקט: 49 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

שליחה דורך קאוועניק »

קאווע כהאב גראדע גפרעגט מיין רב דערוועגן זאגט ער מיר דאס קענסטו נאכקוקען אין די שאפערס רוט
פארשפארט