ציקוקענדיג די חג הסמיכה צערעמאניע און אויסהערענדיג די דרשות האב איך באקומען גאנץ אן אנדערע בליק אויף אונזערע YU ברודער. איך האב אלץ געוויזט אז כאטשיג זיי זענען מאדערן, איז דאס נישט קיין סתירה מיט זיין ערליך און מדקדק במצוות, ווי נישט ווי בין איך דאך אן "אויפגעקלערטער" קאווע שטיבל ליינער ווי מ'באהאנדעלט יעדעם מיט רעספעקט. נעווערדעלעס, האב איך נאכאלץ געהאלטן אז זיי האבן וואס ארויפציקוקן אויף די חרדישע וועלט וואס פירן זיך לפנים משורת הדין אנטלויפענדיג פון א. ג. היתרים, אלץ צו פארזיכערן אז די ירידת הדורות זאל נישט ארויסגיין פון קאנטראל.
צוהערענדיג די דרשות האב איך מיך געכאפט אז איך בין טאטאלי ראונג. איין ספעציפישע נקודה וואס האט מיך דאס מערסטע באנומען איז בנוגע אסימילעישאן. שטעלטס אייך פאר אז איינע פון אונזערע עסקנים באקומט א ידיעה אז ס'רעדט זיך א שידוך צווישן א וויליאמסבורגער אדער ב"פ בחור מיט א גויטע רח"ל, און פאר געלט קען מען עס אפראטעווען. עס וואלטן פארגעקומען אסיפות עסקנים אנציווארעמען דעם עולם פאר די וויכטיגסטע צוועק, שרעקעדיגע קול קורא'ס וואלטן באדעקט די גאסן, הויכהילכערס וואלטן טויב געמאכט די איינוואינער ביז דאס געלט וואלט געשאפן געווארן.
און אמעריקא און איבער די וועלט זענען פארהאן מיליאנע אידן מיט געמישטע הייראטן. אסאך זענען תינוקות שנשבו וואס מ'וואלט געקענט ראטעווען דורך אויפקלערונגען. פאר סאום ריזען איז דאס נישט א טאפיק וואס נעמט צו די שלאף פון אונזערע עסקנים. אבער YU זארגט זיך פאר דעם. זיי זארגן זיך אז ס'זאלן זיין ערליכע רבנים איבער גאנץ אמעריקא וואס זאלן פארשפרייטן דעם דבר השם און אריינברענגן יודישקייט און פארקראכענע יודישע נשמות, אפראטעווינדיג דורות.
דאס איז בלויז א משל פון איין זאך וואס זיי געבן זיך אוועק בשעת אונז חרדים געבן נישט קיין האאט!
דאס איז נאר א שפיץ-פון-א-אייז-בארג, פון א לאנגע ליסטע פונאנדערשיידן וואס טיילט אונז אפ פון אונזערע ערליכע מאדערנע ברידער. בשעת וואס אונזער ראשו ורובו ליגט אין וויאזוי צו היטן און רעזערווירן און האלטן דעם עולם'ס לעבן שטייגער ווי פאר צוויי דורות, וכל המרבה, צו דריי אדער פיר דורות, הרי זה משובח. און אלץ מיטן טענה "קוק נאר ווי געמיין די אלגעמיינער באפעלקערונג איז... נישטא קיין ברירה, מ'מוז זיך באהאלטן...", אין קורצען רופט זיך דאס "לייקענען די מציאות", זענען אונזערע קלוגערע ברודער אפען צו די מציאות, און פראבירן דאס בעסטע מעגליך צו לעבן ווי א איד, יעצט! דא! און אזוי!
נעם למשל די "שבת-הגדול-דרשה" פון מארגן. אונזערע רבנים וועלן אנהייבן מיט פשעטל! חצי שיעור, נותן טעם, מצה גזולה, ס'וועט פליען מנחת חינוך'ס, ר' יוסף ענגיל, שב שמעתתא'ס, א שווערע שואל ומשיב, און אזוי ווייטער, דער רב וועט מפלפל זיין, בויען און צו-ווארפען, ארויף אראפ... בקיצור, קיינער האלט נישט מיט - ס'האט דעם רב גענומען 4 וואכן צו פאבריצירן דעם פשעטל אז דער איין תלמיד חכם אין בית המדרש "וואס קען עכט מער לערנען ווי דער רב" זאל נישט כאפן פון וועלכע אלטע קובץ ער האט דאס גע'גנב'ט. פארוואס זאגט דער רב א פשעטעל? ווייל אזוי האט מען געטוהן!! נאכן פשעטל גייט מען אריבער צו אגדה, ווי דער רב איז משלב א חתם סופר מיט א מהרש"א, און נאר אזוי שטימט בכלל די גאנצע הגדה, - אה, שיעור נישט פארגעסען, אז ס'דא א וועלט'ס קשיא, וואס ס'פארלאנג א באלדיגע תירוץ, הלמאי רופט מען דעם שבת "שבת הגדול" (אזויווי מ'זאגט ביי "רצה" (יעדע וואך...) "שבת הגדול והקדוש הזה")? - אבער לויט ווי די זיידע זכרונו לברכה טייטש די גאנצע ענין פון מצה VS חמץ, שטימט שוין זייער גוט פארוואס די אידן זענען בכלל ארויס פון מצרים. סוף דרשה זאגט דער רב הלכות פון ראש חודש ניסן... און אז מ'דארף רויטע וויין פאר די כוסות, די שיעור פון כזית (-גראדע א וויכטיגע הלכה צו זאגן יערליך פון דאסניי, ווייל די כזיתים ווערן גרעסער פון יאר צו יאר), און אז "חצות" וואס שטייט אין שלחן ערוך איז נאר אויב מ'קען, אויב מ'קען נישט איז נישט!
האסטו אמאל געהערט א רב זאגן ביי שבת הגדול דרשה אז מ'דארף קויפן א מתנה פאר די ווייב? ניין.