ואת לחצינו זו הדחק
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
ואת לחצינו זו הדחק
ואת לחצינו זו הדחק
מורי ורבותי איך ווייס אז מען האט שוין פארגאסן אזוי פיל טינט אויפן נושא, אבער דאך קען איך זיך נישט איינהאלטן, מיר מיזן נאך אמאל אויסברעכן מיינע געפילן אויפן ענין, כאטשיג איך אליינס האב א דירה ב"ה, איז די וויליאמסבורג געווארן אימדערטרעיגלעך, די מאנגל און פלאץ גייט מיר צו צי די נערוון, עס איז פשוט נישט צי פארשטיין, ווי אזוי האלטן מיר דאס אויס, איך קים אהיים נאך א שווערן טאג ארבייט, איך פריוו צי געפינען א ארט פאר מיין מיני ווען, איך פארמאג נאך עפעס קאנפידענץ און מיין פישקע, נאכן ערשטן מאל ארים קרייזן דעים בלאק נעם איך א טולער, אריין און פישקע, איך האב אינזין א ספאט אויף שבעים לשון, אבער אין קול ואין זונה, עס איז נישט דא גארנישט, איך קיק אויף מיין פישקע מיט א פארשעימטע בליק אולי איז די פרייז מער, שוין געהערט לעצטענס אז ר' מאיר בל הנֶם איז ארויף, פריוו אינזין האבן אז עס איז דא שווערע צייטן, סיז פאר פסח, אבער איך דריי זיך נאך ארים, איך זעי א אינגערמאן אין א קאר, איך לאז אראפ די פענסטער מיט א בעיטענדע בליק, וואס איז דיין פלאן, ווען קען איך נעמען דיין ספאט, מיט א שנעלקייט געט ער א לייג אוועק זיין טריפה כלי, איך קלער אפשר איז דא ערגעץ דא פרי ווייפיי, ער זאגט מיר אז ער וואלט שוין געגאנגען נאר היות זיין מיני ווען איז גרעסער ווי זיין דירה, על כן בלייבט ער דא, ער גייט נישט אהיים נאר אויף צי שלאפן, זיין פענסטער פארט ארויף, איך פריוו נאך עפעס זאגן, אבער שוין נישטא, זיינע אויגן זענען געוואנדען צים טעלעפאן, מען קען נישט פארפאסן קיין רגע, ער וויל נישט מפסיק זיין, ער האט שוין עקספיריענס מיט אזעלכע נודניקעס ווי איך.
איך פאר ארים איך זעי די גאס ווירבעלט מיט נפשות העושות בקרב עמם, יעדער לויפט יעדער קויפט, ווי קיין מאל גארנישט, ריזיגע הערליכע קערידזשעס איך טראכט צי מיר, ווי לייגט מען די דאבל קערידשעס, ווי איז דא פלאץ פאר אזוי פיל קערעדזשעס, אנא יכנס כל המחרייקע הזה, יעדער איז פריילעך, אלעס פארט און קימט, קיינער כאפט נישט וואס דא גייט פאר, פארוואס שטעלט קיינער נישט ציזאם איינס מיט איינס, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין, אז וויליאמסבורג איז צי קליין פאר אזא גרויסער וואקסענדע באפעלקערינג, אינזער וואוקס איז מער וויפיל פלאץ מיר פארמאגן, ווען איינער וויל אריינלייגן זעקס אנצעס וואסער אין א פינף אנצעס וואסער גלעיזל, וואס גייט פאסירן, העלא איינער הערט מיך, מען קען נישט אריין לייגן, עס איז פיל, וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין אזא דבר פשוט מאוד, מיר זענען פיל, אקעי מען גייט זיך אריין קוועטשען, אבער אלעס האט א גבול, צוואנציג יאר איז א גבול וואס איך קען נעמען, מיר האבן שוין צוואנציג יאר נישט קיין דירות, מיר האבן געשטיפט אהער און אהין, אבער עס איז שוין געים אווער.
פארוואס איז די פאקט אז מיר זענען אזוי עינג און וואוין ארט נישט קיין הויפט נייעס, נאר אויב איינעם פאלט איין א שמע קולינו צי שלעפן דעים עולם קיין בלומבערג וכדומה, אה דאן איז מען מיר מסביר אז היות עס איז דא א פראבלעים וואס הייסט דירות, אשר על כן האבן די עסקנים זיך אריין געלייגט ראשם ורובם צי שליכטן דעים פראבלעים, און דער עולם זאל שוין גיין דארט ווי מיר פאקט איין, אבער בדרך כלל הערט מען נישט קיין אפעציעלע העצעריי.
פארוואס איז נישט דא יעדע וואך כאטש עטליכע בלאט העצעריי, אז די וואך האבן חתונה בשעה טובה פיפצן פער פעלקער וועלכע זענען ליידער נישט זוכה צי קיין הרחוות הדעת, ברעיקינג נוז מיר האבן זיך דערוויסט פון צוויי אינטער ערדישע בונקערס עטליכע סקווער פיסלעך אן קיין פענסטערס, וואס האט זיך ליידער פארדינגן פאר זיבעצן הינדערט טולער, דער עולם ווערט געבעיטן איינרייסן, די גזירה איז איום ונורא, מיר זעיען נישט און ערגעץ באשריבן די צוועלעף קאפעלעך וואס האלטן זיך אויף און פוינטע פלאזע אויף א אימבאשטימטע טערמין, מיר הערן נישט אז אינטער דער ערד און א סאב בעיסמענט אויף בעדפארד עוועניו א גאנצע שטאק אינטער די בעיסמענט געפינען זיך א אימבאשטימטע סכום פון קאפלעך, מיר הערן נישט טעיגלעך פון די דירות אויפן זיבעטען שטאק אויף וואלאבאט איז פארהאן נעיז לעכער וואס ווערן ציכאפט דורך אינגע מחותנים פאר זייערע חתן'ס דומה לכלב'ס, כאטש עס האט ניטאמאל די מינדעסטע וואס א אידישע דירה ברויך האבן, נעמליך א וואנע, מיר זעיען נישט און די צייטינגען וועיגן די קולא דלא פסוק אז עס איז דא ערגעץ און וויליאמסבורג שטיבער וואס מען ניצט פאר חתן כלה דירות אבער די בית הכיסה איז נאר דא איינס פאר יעדע עטליכע, אויב איינער ווייסט גענויע אינפארמאציע זאל ביטע איבערגעיבן, מיר זעיען נאר וויפיל שעירי תורה גייט זיין חאלאמויעד, מיט אנדערע שטותים וואס איז נישט נוגע.
פאר וואס פארשטייען מיר נישט אז ווען איינער זאגט געים אווער, הייבט מען אן א נייע געים, די געים ווייסט יעדער אז עס איז אווער, די געים איז פיניש, מען שפילט מער נישט די געים, העלא, די האסט נישט געהערט קיינער זיכט מער נישט דעים גנב ביי פליס גנבים ווייל געים אווער, פארוואס דעי געים וואס הייסט וויליאמסבורג פארשטייט מען נישט אז געים אווער מיינט עס איז מער נישט דא קיין דירות, על כן זיך דיר א דירה ערגעץ ווי די געים איז נאך אפען, גיי זיך און א פלאץ ווי עס איז נאך דא א דירה זיך מער נישט דא, עס פאלט קיינעם נישט איין אזא זאך, יעדער הייבט אן דעים זעלבען גאנג כאילו ער איז דער איינציגער וואס זיכט א דירה.
איך האב א חלום פון א געיגענט ווי עס וועלן זיין דארט שטחים אן קיין גבול, די גאסן זענען גרייט אויף די פריש אנקימענדיגע פער פעלקער, יעדע וואך שפרייט זיך אויס די גאס מיט צוואנציג דרייסיג נייע דירות, קלענערע דירות פאר די נייע קאפלעך, גרעסערע פאר משפחה געבענטשטע קינדער, ביז די סוף פון תשע"ה וועט שוין לכאורה זיין דארט על פי חשבון עטליכע הינדערט נייע פאמילעס, טעמפלער'ס כולל האט אהין געמאפט, ווייל ער שפירט אז דא היות אלעס איז גאר ביליג איז נישט דא קיין סיבה מער צי האבן די כולל אין שטאט, מיין חלום זאגט אז סאטמער שפארט אפ די כולל אויך וועיגן די זעלבע טעם, ווער עס וואוינט און וויליאמסבורג קענען זיי ממילא נישט אויסהאלטן, ער האט נישט קיין שום שאנץ צי שטייגן, אויך האט בי ענד עיטש געמאלדן אז זיי מאפן אוועק זייער ווער הויז אהין און יענעם נייעם געיגענט און שטעלן צי ארבייט פאר ווער עס וויל נאר, עס קימט זיי אויס סאך ביליגער, און אינגע לייט קענען דורך שטיפן דעים באדזשעט מיט זייער געהאלט אסאך גרינגער ווי און שטאט, עס בלייבט איבער געניג אויך אויף חתונה מאכן די קינדער, אויך קרן עזר האט אויף געהערט העלפען פאר איינער וואס בלייבט און שטאט, ווייל קרן עזר טענה'ט אז עס איז נישט באגרינדעט מער צי וואוינען און שטאט, ווען מען מאפט ארויס צי די נייע געיגענט שניידט מען גלייך אלע הוצאות אויף העלפט, אויך מחמת די פלייץ פון אינגעלייט אינעם נייעם געיגענט וואס שפרייט זיך אויס מיט א אימגעהויערע אימפעט עפענען זיך אן א שיעור נייע פרנסות פאר אינגע לייט און ביזנעס לייט, די דעוועלעפערס געבען איבער אז היינט ענדיגן זיי פינף און צוואנציג שפאגעל נייע דירות יעדע וואך, צי די ציפרידענהייט פון אלע נייע איינוואוינער, אבער היות די נאך פראגע איז אזוי גרויס גייען זיי אויף נעמען טאקע די אינגעלייט וואס וואוינען שוין אינעם נייעם געיגענט, און מען גייט אויסשפייען פיפציג נייע דירות יעדע וואך מיטן אייבישטען'ס הילף, עד כאן החלום.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אוי, פליקער: ס'איז נאר געווען א חלום?! איך האמיך שוין געוואלט איינשרייבן אין די נייע געיגנט. אין מיין פאנטאזיע האב איך שוין געזעהן ווי איך זיץ אויפ'ן גראז-שניידער טרעקטאר און איך פאר ארויף און אראפ דעם בארג אפצושעהרן מיין גארטן פאר די ספירה. כ'האב שוין געזעהן די סאמעט אינסייד די קיטשען קעבינעט'ס און געדרייט מיט די נאז אז דאס איז נישט די קאליר וואס איך האב ליעב. כ'הא שוין געוואלט טוישן דירות מיט מיין שכן שמערל ווייל די קאליר אין זיין קיטשען געפעלט מיר בעסער. צום סוף קומסטו און דו זאגסט מיר גאר אז דאס איז נאר געוועין א חלום...
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
א חלום בבחינת "איי העוו עי דרים"
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 408
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
- האט שוין געלייקט: 8 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל
איך האב א שפיר אז [tag]פליקער[/tag] וויל חלילה אונטערברעכן דעם "סיסטעם"!!!
להוי ידוע אז דער רבי זי"ע איז געווען שארף קעגן "צעברעכן דעם סיסטעם" - דו זאלסט צעסראכן ווערן, כאפן א נערוון-בראך, מעלט-דאון, די פרוי און קינדער זאלן אומגליקליך ווערן, אבער דעם "סיסטעם" טאר מען חלילה נישט ברעכן!

Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1358
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 915 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל
גראדע איז עס נישט קיין חלום, לויט ווי איך הער, האט בעלזע קהילה אין בארא פארק גענימען די זאך אין די הענט, אין געטוהן צי די זאך, זיי האבן אפגעקויפט א ריזן שטח אין לעקוואד, נישט ממש לעקוואד, אבער א 10 מעניט אוועק פין שטאט, ווי זיי האבן געבויט א פיפציג הערלכע הייזער, אין הייבן יעצט אהן די צווייטע פראז, פאר נאך 50 משפחות, די ערשטע 50 זענען ערווארטעט אריינצימאפען נאך שבעות, בנוגע די פראפעגאנדע, ארבעטן זיי אויף אלע פראנטן אהין צי שלעפן דעם עולם, אין ב״ה דער עולם וועקט זיך אויף אין מעקויפט אין גרויסן. איך האף אז זיי וועלען מצליח זיין, אין אנדערע וועלען עס נאך טוהן, ווייל פלאץ איז דא דארט איבער געניג.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
פליקי ווי געווענליך אראפגעלייגט דעם מצב אייזן גוט בבחינת צחוק מכאיב.
איך בין געקומען צו די מסקנא, די אמת'ע סיבה פארוואס מען וויל נישט איינזעהן אז געים אווער איז ווייל עס איז נישט פאראן קיין פלאץ פאר א נייע געים! יא, פראסט און פשוט! קוק אהער בלומינגבורג, וואספארא העצעס און הסתות וואס טוט זיך אפ דארט, ליידער קיינער ברויך אונז נישט פאר שכנים, בשעת מיר זוכן דייקא דאס ביליגסטע און די עסקנים און דעוועלאפערס וואס שטעלן איין זייער פארמעגן אויף נייע שטחים זאלן דערלייגן די הויזן, מיט די אלע זאכן וועט קיין נייע ישוב נישט ווערן עניטיים סאאן. העכסטנס וועט מען אין וויליאמסבורג בויען 150 שטאקיגע הייזער מיט א עקסטענשאן פאר די באגעבאס וטשולנט על ישראל.

וירח ה' את ריח הניחוח
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
שמעקי, איך דינג זיך.מיט דיר, די פאקט אז מען וויל אינז נישט פאר קיין שכנים, והוא שעמדה לאבותינו ולנו, דעיס איז די בעסטע זאך פאר אינז, אז ווען א איד קימט אן צי א קאנדא, אדער א הייזל ציען אלע ערלים אפ ווי די אויגן פירן, מען קען טרעפן פראפערטי'ס וויפיל מען ברויך, יא מען ברויך א ריקן ביין אריין צי טאנצען אוודאי ברויך מען, וועיגן דעים האבן מיר רבי'ס מוסדות עסקנים וואס זענען דא קער צי נעמען פון יעדע פינטעלע פון די לעינג אויפן קלייד, ביזן שמיר ביי די אויגן, וועלכע גלעיזער מען מעיג טראגן, ווען מען מעיג בכלל נישט טראגן, אבער ווען עס קימט צי אינוועסטירן מאכן זיי זיך טאמע וואטע, כאילו עס איז נישט פארהאן קיין פראבלעים, אבער און די זעלבע צייט וואס פון אינז שפריצט אידיש בליט, קויפן זיי בנינים פאר שווערע מיליאנען, דא טאקע דא ווי עס איז נישט דא קיין פלאץ ווי צי וואוינעו אבער פארן חסידות איז אלעס דא, וואס איז פשט דערפין, ווער קען דאס פארשיין, ווי אזוי איז מעיגלעך אז עס איז נישט הויפט נייעס, ווי שעימען זיך נישט די מוסדות אויסציריפן אז מען האט אט געשלאסן קאנטראקט אויף א בנין, עס גייט אפקאסן א קאלאסאלע סכום פון פינף און צוואנציג מיליאן, און איך ברויך זיך פרייען, מיין הארץ ווערט פארטיליגט, ווען איך הער אזא נייעס, ווי איז אינזער שכל, פאר וואס נעמט מען נישט די פינף אין צוואנציג מיליאן און מען קויפט אפ פראפערטי'ס, מען לאזט איבער איין מילאן פאר מוסדות, פאר די איין מילאן האט צעין מאל אזויפיל וויפיל מען האט דא פאר 25מ.,
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
אונזער קולטור האט אונז להפליא'דיג אויפגעברענגט אזוי אז מיר קענען נאר לעבן זייענדיג ארומגענומען מיט מענטשען וואס טראכטן, טוהן, גייען אנגעטוהן, גענוי אזוי ווי אונז. אלעס אנדערשט קען נאר צוווארפען צוואנציג יאר חינוך הארעוואניע. ממילא קען א יחיד זיך נישט ארויסזעהן, ער קען נישט גיין קיין לעיקוואד ווי ס'איז ביליגער, ווייל זיינע שכנים דארט הייסן נישט יאקאוויטש און שווארץ. און א רבים צו רוקען אויף איין מאל, איז נאר שייך דורך שפאנישע און נאצישע מיליטער.
Under influence
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
אינז קענען נישט איבערמאכן אינזער סטראקטור, דאס קען איך פארשטיין, אבער איז דען נישט געניג ביטער ווי אזוי עס איז, פארוואס מאכן נישט די מוסדות א פריז דא, פארוואס איז דאס נישט הויפט נייעס, העמיר עס תיקו'נן, שוין ארויף שיקן צים ציון הקדוש.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- גנדי
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1181
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
- האט שוין געלייקט: 2151 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל
היינט האט א לענדלאר אויף קליימער סט וואס זיין טענענט צאלט נישט קיין רענט. געפארקט זיין קאר אויף די סיידוואלק טייט צום טיר און באפוילן אז ווילאנג מצאלט נישט אפ דעם חוב פלאס 3 חדשים סיקיורעטי גייט ער פון דארט נישט אוועק. ער האט מיטגענומען עסן פאר 3 מעת לעת און זיין טלית ותפילין. ואין יוצא ואין בא. איין פענסטער אביסל אפן מזאל קענען אריינגעבן א ענוועלאופ. די האלבע שטאט איז זיך צאמגעלאפן און ביז א קורצע צייט האט ער געהאט פעימענט און פול... זיך געשפארט דין תורות און עוויקשאנס א קליגער לענדלאר...c/p
You must be the change you want to see in the world
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1396
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
[justify]רענט
+
שכר לימוד
+
כשר עסן
+
הוצאות שבת ויום טוב
+
זוממער
וויאזוי ווערט עס אויסגעהאלטן דורך
כולל געלט
+
ווייב מאגערע געהאלט
+
פוד סטעמפס
+
מעדיקעיד
די נאמבערס שטימען נישט.
אלא מאי? מען וויל אלע לעבן אין אונזער סיסטעם ריגארדלעסס.
יעצט, דער לענדלארד, ער וויל דאך אויך זיין א שיינע איד אין אונזער סיסטעם, ער וויל נהנה זיין פון זיין א רייכע באקוועמע שמייכלדיגע מדושן עונג אין אונזער געזעלשאפט, נו, וואס איז זיין באשטייערונג דערצו?
דער ארעמע כולל יונגערמאן באשטייערט צו אונזער סיסטעם דורך איינצאלן מער ווי ער נעמט ארויס, אבער דער לענדלארד, די גראבע אנגעפרעסענע בעלי בתים (איך רעד פון די אפארטמענט בילדינגס בעיקר), זיי פארדינען דאפעלט פון דער סיסטעם, הן זיי הייסן שיינע מלוה מלכה / דינער אידן, און הן זיי רייטן אויפ'ן סיסטעם דורך נעמען די געשוואלענע פרייזן וואס די ארעמע יונגעלייט לאזן זיך קאסטן כדי צו באלאנגען אין דער סיסטעם.
ולקתה מידת הדין בכפליים.
אשר על כן?
אשר על כן, זאלן די חשוב'ער רבנים ערקלערן איינמאהל פאר אלעמאהל פאר די דאזיגע בעלי בתים טעראריסטן וואס דאווענען ביי זיי אין בית המדרש, אז מער קענען זיי נישט נהנה זיין דאפעלט פון דער סיסטעם. איינס פון די צוויי: ווילסט באלאנגן דא און הייסן א שיינע איד? צאל איין!
א פארשטינקענע דירה סרוחה אין בארא פארק אויף די פינפטע שטאק דארף צו קאסטן נישט מער ווי 800 ביז 1000 דאללער דאללער א חודש, געוואנדן וויפיהל שטובער עס האט. דער לענדלארד טראגט נישט קיין איין איינציגע הוצאה! די עלטערן פון די פארפאלק זענען די וואס האבן איינגעצאלט טויזענטע דאללער פאר די מעינטענענס פון זיין בילדינג! יעדע חתן כלה וואס מופט אריין מאכט איבער די דירה פונדאסניי, איינשפארענדיג דעם לענדלארד ביטערע שווערע אלפים ורבבות פון מעינטענענס. וואסער? די דאזיגע אלטע בילדינגס צאלן נישט קיין וואסער. וואס יא? א סופער? אן אלטע אויסגעצאלטע מארטגעדזש?
1800 פאר א דירה?
2000 פאר א דירה?
פון א יונגערמאן וואס "מוז" באלאנגן אין דער סיסטעם ווי דער לענדלארד וויל זיין א שיינע איד?
א רעוואלוציע איז א מאסט. אז די יונגעלייטלעך וועלן זיך נעמען אוועקפארן אין גרויסן, און די רבי'לעך וועלן בלייבן בעירום ובחוסר, נישט האבענדיג פאר וועמען צו האלטן די אינטערנעט און צניעות דרשות, דאן וועלן זיי אפשר אנהיבן פארשטיין אז עס איז בידם.[/justify]

(- - -)
- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
גנדי האט געשריבן:היינט האט א לענדלאר אויף קליימער סט וואס זיין טענענט צאלט נישט קיין רענט. געפארקט זיין קאר אויף די סיידוואלק טייט צום טיר און באפוילן אז ווילאנג מצאלט נישט אפ דעם חוב פלאס 3 חדשים סיקיורעטי גייט ער פון דארט נישט אוועק. ער האט מיטגענומען עסן פאר 3 מעת לעת און זיין טלית ותפילין. ואין יוצא ואין בא. איין פענסטער אביסל אפן מזאל קענען אריינגעבן א ענוועלאופ. די האלבע שטאט איז זיך צאמגעלאפן און ביז א קורצע צייט האט ער געהאט פעימענט און פול... זיך געשפארט דין תורות און עוויקשאנס א קליגער לענדלאר...c/p
ווי אזוי הייסט די לענדלאר?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאשי פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1108
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 9:54 am
- האט שוין געלייקט: 110 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 470 מאל
אשר על כן, זאלן די חשוב'ער רבנים ערקלערן איינמאהל פאר אלעמאהל פאר די דאזיגע בעלי בתים טעראריסטן וואס דאווענען ביי זיי אין בית המדרש, אז מער קענען זיי נישט נהנה זיין דאפעלט פון דער סיסטעם. איינס פון די צוויי: ווילסט באלאנגן דא און הייסן א שיינע איד? צאל איין!
איך הער וואס דו זאגסט, די פראבלעם איז אז א גרויסע פארצענט לענדלארס זענען רבנים אליינטס!!!!
א גרויס טייל פון די א.ג. עסקנים וואס פירען די שטאט זענען די לענדלארס!!!
זיי האבען זיך אנשטאפען די טאשען מיט אינזער געלט אלע יאהרען און קויפען ריל עסטעט און טרינקען יעצט אינזער בלוט מיט די הויכע רענט
די רבנים וועלען גארנישט טוהן, וואס יא? אינז קענען טוהן!!!! אינז קענען אויפטוהן!!!!
לאמיר זיי אלע דא אויספראקען איינס ביי איינס, יעדע לענדלאר מיט זיין נאמען, וואו זיינע דירות, זענען און וויפעל רענט ער בעט, זיי וועלען זיך שעמען ארויסצוגיין אויפען גאס ווען מוועט ווייזען די פינגער אז זיי זענען בלוט טרינקער
הייבטס אן דושינסקי רבי בערל כ"ץ וואו זענען זיינע דירות= הערשל קלאר וויפעל בעט ער פון זיינע טענענטס
ואידך זיל גמור

"וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזעהן אויגן וואס האבען געזעהן קאווע שטיבל..." (רביה"ק פר' נשא ת"ש-כ"ח)