שערורי' פון "מאשין מצות"

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
רעאגיר
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 816 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 851 מאל

שערורי' פון "מאשין מצות"

שליחה דורך מצטמק ויפה »

די ימי הפסח זענען שוין אט אט דא, עס שפירט זיך אז באלד גייט מען שוין זיצען אנגעלאנט ווי א מלך און מקיים זיין די ד' כוסות און מצוות מצה, און ווי אויך אלע אנדערע מצוות פון די הייליגע נאכט.

אין פרשת בא שטייט אין די תורה "בערב תאכלו מצות וגו', און די תורה איז אונז מזהיר אז מען זאל זייער אכטונג געבן אויף די מצות, "ושמרתם את המצות וגו' און ווי רש"י ברענגט ושמרתם את המצות, שלא יבאו לידי חימוץ וכו'. דער יום טוב פסח כידוע, ברענגט מיט זיך א געוואלד פון מנהגים און חומרות וואס קהילות שונות האבן אנגענומען אויף זיך, ולא ראוי זה כראוי זה, אבער הצד השוה שבהן, אונז וויל מיר אלע זיין געטריי צו די הייליגע תורה און מצוות, און מקיים זיין דעם יום טוב פסח ווי עס דארף צו זיין, און חלילה נישט נכשל ווערן מיט קיין ברעקעלע חמץ חס ושלום. איינע פון די מערסטע באקאנסטע שערורי'ס ביי כלל ישראל אום פסח, איז די פרשה פון "מאשין מצות", וואס יעדער חדר יונגעל ווייסט אז עפעס איז געווען א מעשה עפעס א דברי חיים וכו' כל אחד לפי ידיעתו , און די חידוש דערפון איז, אז די מחלוקה איז געווען מן הקצה אל הקצה, טייל האבן געהאלטן אז עס איז גאר א חומרא און א שטארקע מעלה צו עסן מאשין מצות, בעת וואס די חולקים האבן געהאלטן בבירר אז עס איז חמץ גמר.

אנגעהויבן האט זיך עס בשנת תרי"ח לפ"ק, ווען א סוחר פון גערמאניא, האט געברענגט דער נייעם ערפונדונג צום שטאט לעמבערג, וואו בזמן איז דער גאון רבי יוסף שאול הלוי נאטאנזאהן זצ"ל בעל שואל ומשיב א געווען די רב אין שטאט. דער סוחר האט עס צום ערשט געלייגט אינעם חצר פונם גביר מו"ה יצחק קאלישער ע"ה פון לעמבערג, דער סוחר האט מיטגעברענגט א כתב המלצה פון הגאון רבי יעקב יוסף עטינגער זצ"ל הרב ואב"ד של היראים בעיר בערלין יצ"ו, וואס ער איז מבטיח די כשרות פונם מאשין און עס איז בתכלית ההידור.
ווי נאר די ידיעה איז אנגעקומען אז דער מאשין געפונט זיך אין שטאט איז דער גאון דער בעל שואל ומשיב צוזאמען מיט נאך צוויי רבנים, געגאנגען זען דעם מאשין. זיי האבן דאס אויספרובירט און געזען אז עס טויג נישט, ווייל נאכן ענדיגען האבן זיי בודק געווען, און געטראפן שטיקלעך טייג צוגעקלעבט צום מאשין, און עס איז געהעריג חמץ. למעשה האבן זיי עס אבער תולה געווען און די שטארקע קעלט וואס האט געהערשט דאן אינדרויסן, און וועגן דעם האט דער מאשין נישט געקענט ארבעטן געהעריג. און אויך אז דער וואס איז געווען דאן געוועו ממונה אויפן מאשין איז נישט געווען קיין גרויסע מומחה און האט נישט געוויסט פונקטלעך וויאזוי זיך אומצוגיין מיט'ן מאשין. ממילא האבן זיי געהייסן מען זאל די מאשין אריבערפיר'ן צו א געהריגע מצה בעקעריי כדי עס זאל נישט זיין אינדרויסן אין די קעלט, און ווי אויך זאל דארט זיין א מומחה וואס קען זיך גוט אויס מיט'ן מאשין. און למעשה ווען מען האט עס אויספרובירט אין די בעקעריי איז עס געווען געוואלדיג, און אלעס איז געגאנגען כשורה. און אויף דעם ארויף, האט דער גאון דער שואל ומשיב מיט די אנדערע צוויי רבנים מתיר געווען די מאשין, און געשריבן בכתב א היתר, און מ'האט מפרסים געווען איבעראל אז דער גאון פון לעמבערג האט מתיר געווען "מאשין מצות".

ווי נאר עס איז באקנט געווארן בקרב ישראל די היתר פונעם בעל שואל ומשיב, האבן זיך געוואנדען די רבנים פון די שטאט קראקא צום גאון הדור פון יענע זמן רבי שלמה קלוגער זצ"ל פון בראד וואס איז געווען דאן פון די זקן הרבנים, צו הערן חוות דעתו פונעם גאון בנוגע מאשין מצות, ער האט גענטפערט אויף דעם בכתב ,אין איז געדרוקט געווארן אונעם קונטרס מודעה לבית ישראל וואס איז ארויסגעקומען וועגן די נושא פון "מאשין מצות", און פון ציווישען אנדערע שרייבט ער דארט אזוי:
ע"ד שאלתם אם להתנהג לעשות המצות לחג הפסח ע"י מאשין הנתחדש במדינת אשכנז וכו' ואין ללמוד מאשכנזים מכמה טעמים, והנה טעם האיסור בזה נראה, כי ראשון שבראשון אין זה מגדר היושר והמוסר, ליהות גוזל עניים, אשר עיניהם נשואות על זה. כי מן העזר הזה שהם עוזרים במצות, יש להם סעד גדול להוצאות הפסח המרובים לבני עמנו וכו' וכו'. ומלבד זה נראה לי ג' טעמים, דאסור הוא מדינא. אחד, דלצאת בו ידי חובת מצה, וודאי לא מהני במצה הנעשית ע"י מאשין, כיון דאנן קיי"ל, דאין יוצאין אפילו בעשאו חרש שוטה וקטן שאין להם דעת, וישראל עומד על גביו נמי לא מהני. וא"כ מאשין זה לא עדיף מעשיה ממעשה קטן דאין לו דעת עצמו, ולא מהני אפילו גדול עומד על גביו וכו'. ועוד שנית וכו' כי מי יודע אם עסק המאשין מבטיל שלא יחמיץ. אנו לא מצינו בפוסקים רק בעסק אדם בידים, דהוה בכח יותר, ומי יוכל לשער הטבע וכו'. והנה חוץ מזה, יש נשאר הרבה פירורין ובצק תחב תוך המאשין וכו', הרי אחר שנסעסקו בו מיד מחמיץ וכו'. וגם זה אנו יודעים, ששכיח שיהי' במצות חטין שלמים או שבורים וכו', וא"כ העוזר במשמוש היד, מרגיש כן ועושה שאלה, משא"כ במאשין, מי ירגיש אם יהי' במצה איזה חטה וכו' וכו'

איז וועגן די אלע טעמים און נאך וואס ער ברענגט דארט אסר'ט ער פון ניצן "מאשין מצות" אום פסח.

אויף דעם האט גענטפערט דער שואל ומשיב זצ"ל, אונעם קונטרס ביטול מודעה וואס איז ארויס געקומען אפציווענדן אלע טענות פון די אוסרים, און דארט ברענגט די שאול ומשיב א תירוץ אויף אלע טענות פון הגאון רבי שלמה קלוגר זצ"ל, קודם אויף די טענה אז עס איז נישט יושר ווייל מענטשען האבן פון דעם פרנסה, זאגט ער אטו איינער מיט א גרויסע משפחה וועט נישט מעגן באקען אליין אן די הילף פון די עניים.... און נאך שרייבט ער דארט וז"ל:
מ"ש דלצאת ידי חובת מצה וודאי ל"מ, והאמשין הלז לא עדיף ממעשה חרש שוטה וקטן שאין בו דעת עצמו, א"כ אף שאר המצות אסור ע"י מאשין, דיש לגזור הא אטו הא. לא ידעתי מה שח, אטו חשב שהמאשין נעשה ע"י כישוף, שמשליכין עיסה לשם, ומתגלגל מאליו ונולד ע"י עיסה גדולה, והלא הרבה בני אדם בעלי כח מגלגלין בהגלגל עד שנערך מצה גדולה. וכי יגרע זה ממה שמגלגלין בוואלגר האלץ של עץ, וכי הוואלגער עץ יש לו יותר דעת מוועלגר מתכות וכו'. ומ"ש דלא מצינו רק בעסק ידים שמבטל שלא יחמיץ, אבל בעסק ממאשין מי יוכל לשער הטבע וכו'. מאי נפק"מ בין עץ למתכות וכו'. ומ"ש כיון שדרך לעשות מצות בדפוס עגול, ונשאר הרבה פירורין ובצק תחב תוך המאשין וכו', הנה כבר כתבתי שכל זה העסק נעשה בג' מנוטין, ולא נדבק שום בצק בהוואלץ והשלחן, רק הכל נקי, ולאחר כל מייערא, כאשר יקנח השלחן במטלית נקי', הוא נשאר נקי וטהור וכשר וכו'. גם מ"ש ששכיח שיהיה במצות חיטים שלמים או שבורים, ובמשמוש היד מרגישין ועושין שאלה משא"כ במאשין. אמרתי שגם זה וכו' דהלא גם כאן נוכל להרגיש במשמוש היד, כאשר ישמשו בהמצה הנעשה אח"כ ע"י ידים, גם מה שנותנין לנקרה נוכל להרגיש זאת וכו'.


און אזוי איז ער דארט מפלפל אפצופרעגן זיינע ווערטער און ער בארעכטיגט צו ניצעו די מאשין, און עס איז נאך מהדרין מן המהדרין.

דער גאון ר' שלמה קלוגער זצ"ל איז פארשטייט זיך נישט געווען אליין אין די מערכה צו אסר'ן די "מאשין מצות" נאר מיטגעשטאנען מיט איהם איז געווען אסאך גאונים און צדיקים פון יענעם דור וואס זענען ארויסגעקומען לאיסור, פון זיי איז געווען, רבי יצחק מאיר אלטער זי"ע דער בעל חדושי הרי"ם פון גור, רבי אברהם לאנדא זי"ע פון טשעכענאוו, רבי מרדכי זאב הלוי איטיגנא זצ"ל בעל מפרשי הים פון לעמבערג ( א שוואגער פונעם שואל ומשיב זצ"ל), רבי יהושע העשיל אשכנזי זצ"ל דער רב פון לובלין, רבי דוב בעריש מייזעלס זצ"ל רב פון ווארשע, רבי יצחק נתן ליפשיץ זצ"ל רב פון סאנטוב יצ"ו, און אזוי נאך אסאך גדולים און ועל כולם איז געווען דער הייליגער דברי חיים פון צאנז וואס איז געווען בראש המערכה צו אסר'ן מצות פון "מאשין מצה" און עס דן זיין ווי חמץ גמור.

לעומת זה איז דער גאון בעל שואל ומשיב זצ"ל אויך נישט געווען אליין, ווייל מיט איהם איז געווען רבי ישראל ליפשיץ זצ"ל רב פון דאנציג דער בעל תפארת ישראל, רבי יעקב יוקב עטלינגער זצ"ל רב פון אטלונא דער בעל ערוך לנר, רבי יצחק דוב הלוי באמבערגער זצ"ל רב פון ווירצבורג דער בעל לחם שמים, רבי אברהם שמואל בנימין סופר זצ"ל רב פון פרעשבורג דער בעל כתב סופר, און נאך און נאך צדיקים גאונים גדולים וואס האבן געכשר'ט די "מאשין מצות", און עסק איז נאך בעסער פון די מצות וואס איז געמאכט מיט די האנטי, און יעדער וואס איז חרד לדבר השם זאל זיך באנוצען נאר מיט "מאשין מצות".
און די אלע האבן זיך געשריבן בריוו אהין און צירוק זה בונה וזה סותר.

אבער אחרון חביב איז דער רבן של ישראל דער הייליגער דברי חיים זיעוכי"א ארויס געקומען זייער שארף קעגן "מאשין מצות" און עס דן זיין ווי חמץ גמור, און ער האט ארויסגעגעבן א מכתב קודש בקול חוצבים להבות אש וואס ליינט זיך אזוי:
ב"ה יום ה' תשא לסדר חג המצות תשמור תרי"ח לפ"ק פה צאנז. לידידי הרב המובהק החריף והבקי כש"ת מו"ה חיים נתן דעמביצער נר"ו, שלום. בדבר שאלתו אם מותר לעשות המצות על חג הפסח באמצעות המאשין בעירו, הנה ראיתי בזה תשובות גאוני זמנינו הגאון מו"ה שלמה קלוגער נר"ו מבראדי, והגאון מו"ה מרדכי זאב מלבוב, שהסכימו שניהם לאסור וצדקו מאוד בדבריהם, הגם כי על קצת דברים יש להשיב, אך די לאסור במה שכתוב הגאון מהר"ם זאב נר"ו שראה בעיניו את המאשין, וכי אי אפשר לגרור היטב הנגרר בוף וכמה מכשולים יכול לצמוח מזהץ אולם גם לדעתי הרבה טעמים ע"פ דין לאסור אך הם כמוסים אתי, כאשר כן קבלתי מפי מחו' הגאוןן מלייפניק זצ"ל, שבכמות אלה הדברים , אין לגלות הטעם, רק לפסוק הדין בהחלט, והשומע ישמע וכו'. ולכן בדרך החלט אני אומר לכם, כי העושה מצות על כלי זה, הוא חמץ גמור. ועוד זאת אודיע לכם ת כי העיד לפני אדם חשוב סוחר נכבד מפה, שהיה אשתקד במדינות אונגרין, וראה אצל קלי הדעת עושים המצות עם המאשין, והראה להם שהוא חמץ גמור ונתייבשו מאד, וגם אמרו לו, שהרב המתיר להם מתחראט מאוד על זה. ןלכן ידידי שאין להתיר זה בשום אופן, ואם לא יאוו שמוע, מה נעשה להם שאוכלים חמץ בפסח, ועעין בפרקי מהרמ"י, שהביאו ריאה, שאיו להקל מחמת חשש שיצאו חוץ לדעת, ולכן אין להתיר בשום אופן, וה' יצילינו משגיאות ומכשולות ח"ו והיה בזה שלוםת כנפשו ונפש הדוש"ת באהבה, הק' חיים הלברשטאם.

ווי נאר דער איסור איז נתפרסם געווארן האב'ן טיזענטער חסידים ואנשי מעשה זיך אפגעהאלטן פון עסן "מאשין מצות" און ביז'ן היינטיגען טאג זענען רובא דרובא היימישע יודן מקפיד נישט צו עס'ן "מאשין מצה".

(אויב איינער קען די היסטאריע ווייטער איז מכובד צו שרייבן.)

דער אשכול פארמאגט 21 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר