אין עוד מלבדו אויפן העכסטן פארנעם

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

אין עוד מלבדו אויפן העכסטן פארנעם

שליחה דורך מאטי »

ס'איז באקאנט די קושיא וואס אלע פרעגן : ווי אזוי האט דער רבוש"ע געקענט שטראפן פרעה'ן נאכן אוועקנעמן זיין בחירה אזוי ווי ס'שטייט מערערע מאהל אין די תורה  די לשון  "ויחזק ה' את לב פרעה" און אנדערע ענדליכע פסוקים.

די באקאנסטע תירוץ וואס די וועלט ענטפערט איז: אז פרעה האט זיך שוין גענוג פאזינדיגט נאך "מיט" זיין בחירה אז ס'זאל זיך אים קומען די אלע עונשים. נאר דער רבוש"ע האט געוואלט ווייזן זיינע וואונדער פאר די אידן און די גאנצע וועלט, דעריבער האט כביכול פארהארטעוועט זיין הארץ אז ס'זאל זיך אויסשפילן די אלע וואונדער וואס איז געשען אין מצרים.

אבער ס'איז נאך אלס שווער,   אויב איז זיך שוין יא געקומען די אלע עונשים פאר פרעה'ן דאן פארוואס האבן די עונשים געמוזט צוגיין ווי א קאץ און מויז שפיל? האט דען די רבוש"ע נישט געקענט געבן די עונשים סתם אזוי?  וואס האט אויסגעפעלט צו מאכן דעם אנשטעל מיט די התראות "לאז ארויס די אידן ווייל אויב נישט..... נאכאמאל און נאכאמאל ביז די ענדע.

די קושיא פרעגט דער רמב"ם אין שמונה פרקים נאכן פארענטפערן די וועלטס קושיא אויף אביסל אן אנדערן מהלך ווי פריער. די תירוץ  וואס דער רמב"ם שרייבט איז א וואונדערליכע,  געשריבן ממש אין עטליכע שורות אבער מיר וועלן דאס מבאר זיין דא בטוב טעם ודעת.

מיר אלע ווייסן אז פרעה האט זיך געהאלטן פאר אן אפגאט.  "הנה יוצא המימה כאפ אים בשעת ער גייט ארויס בחשאי ביים נילוס" האט גאט געזאגט פאר משה'ן. דער ציל דא איז געווען צו ווייזן פאר פרעה'ן און זיינע עבדים און פאר גאנץ מצרים, אז פרעה איז נישט אין קאנטראל אויף... גארנישט! נאר א פשוט'ער בשר ודם וואס איז אנגעוויזן יעדע רגע אויפן כח פונעם רבוש"ע.

ס'איז באקאנט פונעם הייליגן מהר"ל אז  יעדע איינע פון די צען מכות האט אויסגעריסן א געוויסע כח וואס פרעה האט פארקויפט אז ער קאנטראלירט און כביכול האט דערמיט געוויזן אז אני הוא ולא אחר.

א מענטש איז טאקע אנגעוויזן אויפן כח פון גאט צו עקזיסטירן א יעדע רגע.  אבער; ווי כמה פעמים שוין אויסגעשמועסט דא אין שטיבל איז יא דא א געוויסער כח וואס א מענטש פארמאגט אין וואס כביכול האט נישט קיין קאנטראל. דאס איז די "נקודת הבחירה".  ווי אזוי דאס ארבייט, איז א שמועס פאר זיך, אין גייט אריין אין די באקאנטע ידיעה /בחירה פראבלעם.

עכ"פ בחירה אז א געוויסע געטליכקייט וואס דער אייבישטער האט געגעבן פאר א בשר ודם און פארמאגט כחות צו מאכן אייגענע באשלוסן אן די אינטערווענץ פון כביכול.

דאס איז אבער אמאל זיכער אז גאט איז בכח דאס אוועקצונעמען א יעדע רגע אויב ער וויל, אבער ער טוט דאס נישט , חוץ דא ביי פרעה'ן.

דער אייבישטער האט גענומען דעם פרעה'ען און געזאגט: "הער מיר גוט צו,  דו האלטסט דיך פאר א גאט הא?  זייער שיין ..... איך וועל דיר ווייזן אז נישט נאר דעם נילוס און די אנדערע זאכן וואס די האסט איינגערעדט דיינע אינטערטאנען אז דו קאנטראלירסט ליגט אויסשליסלעך בידי. נאר אפילו דעם סאמען פנימיות פונעם נקודת הבחירה, וואס אין דעם איז יא דא עפעס א קאנטראל דורך א בשר ודם,אפילו דאס! קאנטראליר איך כביכול בלויז, און איז בידי דאס אוועקצונעמן לפי רצוני. 

און כדי צו ווייזן פאר גאנץ מצרים אז ס'איז טאקע אזוי האט אויסגעפעלט דעם גאנצן קאץ און מויז ווארענען שפיל.

שטעלט אייך פאהר אויב איר האט א ויכוח מיט איינעם וואס זאגט אייך אז ער ווייסט פוקטליך  וואס איר גייט טון מארגן,  און זאגט למשל,  אז ער ווייסט אז איר גייט טרינקען מארגן צוויי קאוועס. איר ווילט אים איין מאל פאר אלעמאל ווייזן אז ער ווייסט נישט.. וואס וואלט איר געטון ?

איך וואלט געגאנגען אויף נאציאנאלע טעליוויזיע אין פריים טיים דעם קומענדיגע טאג און אריינגעזויפט דריי קאוועס ולמהדרין פינעף קאוועס, און אזוי געמאכט צו שאנד און צו שפאט דעם  אזויגערופענער "אלס ווייסער" און דער ויכוח וואלט געווען געשלאסן.

דעם טשאלאנזדש האט גאט געגעבן פאר פרעה. דער אייבישטער האט געזאגט פאר משה'ן ער זאל זאגן פאר פרעה אזוי: "איך גיי ברענגען אויף דיר מכות אויב די לאזט נישט ארויס די אידן.  אזעלכע מכות וואס וואלטן געבראכן יעדן בר דעת אז ער זאל יא וועלן ארויסלאזן די אידן. און איך כביכול זאג דיר פרעה,  אז איך בין בעל הבית אויף דיין נקודת הבחירה און איך ווייס פאראויס אז דו גייסט נישט ארויסלאזן די אידן".  וואס וואלט פרעה געדארפט טון צו מאכן א חוזק פון כביכול ? אודאי וואלט ער געדארפט  יא ארויסצולאזן די אידן.

אבער.... ס'איז אנגעקומען פריים טיים אויף די עגיפטישע נאציאנאלע טי ווי, גאנץ מצרים איז געווען צוגעשמידט צום גלעזערנעם סקרין, און געווארט צו זען צו איז נאך פארט געבליבן עפעס א כח וואס פרעה קאנטראלירט יא איבער גאט. די נקודת הבחירה וואס גאט קען אויבן אויף נישט אריינרעדןן דערין. 

און וואס האט פאסירט?  פונקט וואס גאט האט פאראויסגעזאגט!! פרעה האט אויסגעטרינקען "צוויי" קאוועס אויף נאציאנאלע טי ווי אין פריים טיים,נישט איין מאל און נישט צוויי מאל, נאר ניין גאנצע מאל!! בשעת אלע אדס האבן געפאדערט ער זאל טון פונקט דאס פארקערטע. אי מצד די קאנסעקווענצן פון די מכות,  און בעיקר  ווייל כביכול האט דאך  פאראויסגעזאגט וואס פרעה גייט באשלוסן, און פרעה איז דא געווען אין א געיעג צו ווייזן אז ס'איז פארט פארבליבן כאטש עפעס... וואס גאט האט "נישט" אויסשליסליכע קאנטראל.

דאס איז דאך אין עוד מלבדו אויפן העכסטן פארנעם!

יעצט זאגט זיך די פסוקים "רק  תדע כי אין כמוני בכל הארץ" אדער "ולמען תספר באזני בנך ובן בנך את אשר התעללתי במצרים" מיט גאר אן אנדערן באדייט.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

הערליך שיין, [tag]מאטי[/tag]. איך האב עס נאכגעזאגט ביים סדר.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברסלבער האט געשריבן:הערליך שיין, [tag]מאטי[/tag]. איך האב עס נאכגעזאגט ביים סדר.

און מיינע קינדער האבן גאר הנאה געהאט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך פארשטיי נישט האט דען משה רבנו געזאגט פאר פרעה אז ער וועט נישט ארויסלאזן די יודן?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום zurich, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
זוכער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 408
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 11, 2014 3:03 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 164 מאל

שליחה דורך זוכער »

זייער א שיינער צושטעל בטוב טעם ודעת. אבער קענט איר אפשר אנצייגן וואו אין תורה ווערט געבראכט אז משה רבינו זאל זאגן פאר פרעה אז דער אידישער ג-ט ווייסט אז דו גייסט נישט ארויסלאזן?

מיר געפונען אז גאט האט דאס געזאגט פאר משה, אבער אז משה זאל דאס איבערזאגן, געדענק איך נישט.

א דאנק
Please do not LIKE me!
I'm here to say the hard truth / not to accumulate "likes"
פארשפארט