אדמו''ר מקלויזענבורג: פייערלעשער'ס זענען ווי נאציס?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

אומגלויבליך ווי היסטאריע חזרט זיך איבער:
בערלין 1939: ערב פסח אין די הויפט גאס אין די אידישע קווארטאל איז אפגעשפארט אין פון אלע זייטן גייט ארויף וואלקענעס פון רויך, טויזנעטער אידן שלעפן זיך מיט זעקלעך אריינציווארפן אין איינע פון די צענדליגע פייערס וואס זענען דעזיגנירט געווארן דורך די ווערמאכט, וואס מיט זייער רשעות האבן זיי באגרעניצט די שריפות צו בלויז איינס אויף יעדע פיר גאסן, אין די שפעטע שעות ווען די פייערס האבן זיך שוין געדארפט פארלעשן לויט די רשעות'דיגע פארשריפטן האט זיך פלוצלינג באוויזן א גרופע פון צורידערטע חסידישע בחורים וואס האבן זיך ארויסגעלאזט מיט טענץ אויף די גאסן און פארוואקירט די ווערמאכט, ווען איינע פון זיי האט פרובירט צו אנהייבן א דיאלאג מיט איינע פון די בחורים איז ארויסגעשפרינגען א העעראישע בחור און דערלאנגט פאר דעם אפיציר א פאטש אין פנים למען ישמעו ויראו, און דאן האט זיך באוויזן די רבי און געגעבן גערעכט פאר דעם בחור, און די כבוד פון כלל ישראל איז נתרומם געווארן ברוך ה', מען האט געוויזן אז מען שרעקט זיך נישט פאר די רשעים און מען לאכט פון זייערע פארשריפטן, כן יאבדו כל אויביך ה'.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

רבותי בנפשינו הדבר! ווער טראגט זיך אן צו מאכן דעם פעטישען ווי מען זאל איבערבעטן דעם פיירלעשער? עס איז א חוב קדוש צו ווייזן אז מער זענען נישט אזא צושרויפטע געמיינדע!
עס איז וויכטיגער ווי די פעטישען וועגן מציצה און וועגן שטארק, עס קען זיין א פראגע פון פיקוח נפש, פארוואס זאל א פייערלעשער זיך איינשטעלן דאס לעבן פאר אונז נאכ'ן זעהן אזא מיאוסע קליפ?
ווער מאכט א פעטישען?
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

קען איינער וואס וואוינט אין ב.פ. אריינגיין צו דעם קלוזנבארגער רבי און בעטן אז ער זאל ברבים מפייס זיין און זיך אנשטולדיגן זיך פאר די פייער דיפארטמענט.
נאך בעססער - ער זאל שרייבן א בריוו פון אפאלאדזשי צו די נ.י. פייער דיפ. און צו דעם גשלאגנעם פייער-לעשער.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

א נארמאלע פיוס וועט נישט העלפן און וועט נישט האבן קיין אפקלאנג, דא פארלאנגט זיך א פרעצעדענטלאזע רעאקציע פונעם ציבור, א פארדאמונג און גלייכצייטונג א מתנה צו ווייזן אז מיר זענען נארמאלע מענטשן און מיר שעצן די העעראישע מענטשן וואס שטעלן זיך איין זייער לעבן פאר אונז, איך האב אויפגעברענגט א געדאנק פון א פעציטיע ווי יעדער זאל אויך געבן א דאלער, און סזאל זיך אנזאמלען א שיינע סכום אלס מתנה פאר דעם אומשולדיגן קרבן.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

מצטרף
$10
Under influence
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

היצט באקומען אין וואטסעפפ: כ'האב געפלאנט צו גיין חאלעמויד צום האלאקאוסט מוזעאם, אבער אנשטאט בין איך געגאנגען אין פייער דיפארטמענט צו זען לייוו נאציס.
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ערנסט גערעדט, ווייסט איינער וויאזוי מען שטעלט צוזאם א אנליין פעטיציע? און ווי קען מען דערגיין די אידנטיטעט פון דעם פייערלעשער?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

ישר כח אצינד ווער האט א גוטע ענגליש? איך נישט
ממרום שלח אש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 545
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
האט שוין געלייקט: 447 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל

שליחה דורך ממרום שלח אש »

10 דאלער +
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

כיהודה ועוד לדברי אנאליזירער, קען זיין אז דו מאכסט מער דעמעדשז מיט דאס ארויפשטעלן אנליין.
דאס בעסטע זאך איז חתימות + א פאר דוללער, מיט א שיינע בריוו פרעזנטירט צו די פ.ד.
דאס בעסטע וואלט גווען אויב איינער קען אינפלוענסן דעם רבי אדער די ראשי קהילה פון קלאזנבערג.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי האט געשריבן:אומגלויבליך ווי היסטאריע חזרט זיך איבער:
בערלין 1939: ערב פסח אין די הויפט גאס אין די אידישע קווארטאל איז אפגעשפארט אין פון אלע זייטן גייט ארויף וואלקענעס פון רויך, טויזנעטער אידן שלעפן זיך מיט זעקלעך אריינציווארפן אין איינע פון די צענדליגע פייערס וואס זענען דעזיגנירט געווארן דורך די ווערמאכט, וואס מיט זייער רשעות האבן זיי באגרעניצט די שריפות צו בלויז איינס אויף יעדע פיר גאסן, אין די שפעטע שעות ווען די פייערס האבן זיך שוין געדארפט פארלעשן לויט די רשעות'דיגע פארשריפטן האט זיך פלוצלינג באוויזן א גרופע פון צורידערטע חסידישע בחורים וואס האבן זיך ארויסגעלאזט מיט טענץ אויף די גאסן און פארוואקירט די ווערמאכט, ווען איינע פון זיי האט פרובירט צו אנהייבן א דיאלאג מיט איינע פון די בחורים איז ארויסגעשפרינגען א העעראישע בחור און דערלאנגט פאר דעם אפיציר א פאטש אין פנים למען ישמעו ויראו, און דאן האט זיך באוויזן די רבי און געגעבן גערעכט פאר דעם בחור, און די כבוד פון כלל ישראל איז נתרומם געווארן ברוך ה', מען האט געוויזן אז מען שרעקט זיך נישט פאר די רשעים און מען לאכט פון זייערע פארשריפטן, כן יאבדו כל אויביך ה'.

איש עברי: ייש"כ פאר אראפלייגן אזא הערליכע פאנטאזיע/נאוועללע, וועלכע אינוואלווד אידן, להבדיל נאציס, וועהרמאכט, ערב פסח, שריפת חמץ און א צעווילדעוועטן רעבין מיט חסיד'ישע בחורים. נאר היסטאריש (אפשר היסטעריש) איז עס נישט אויסגעהאלטן. ווייל ערב פסח פון יאר 1939 האט מען אין די פייערן וועלכע האבן געברענט אין בערלין ליידער נישט געברענט קיין חמץ, נאר די אידן אליין. ס'איז שוין געווען נאך "קריסטאללנאכט" און די מערסטע אידן זענען שוין געווען אין קאנצענטראציע לאגערן אדער אין בית החיים. אלנפאלס. די מעשה איז זייער א שיינע און ס'רייצט אן די פאנטאזיע. איך האלט אז דו זאלסט עס פארקויפן פאר'ן איד אדער בלאט. זיי וועלן עס שוין באשרייבן אין פארזעצונגען. ווען מ'קען נאך אריינמישן ערגעץ די ציונים אויך, וואלט עס געווען גאר געלונגען... :? 8-) :lol: :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :o :אומגלויבליך:
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

אנאליזירער האט געשריבן:איז דען טאקע דא אן אויפברויז אין דעם פייער דעפארטמענט? דערווייל זע איך נאר אן אויפברויז דא אין ק"ש און אין וואטסעפפ. עס איז בכלל נישט אין די נייעס, און עס איז נישט דא קיין שום אינדעפענדענט סטעיטמענט אדער באריכט איבער דעם.

אין אז עס איז נישט אין די נייעס ??
די האסט דען איין הוה אמינא אז דער פייערלעשער איז נישט אויפגעברויזט ?
ער פון זיין זייט איז געווען דאס איידעלסטע וואס איז נאר שייך, אנשטאט צו ריפן די פאליס אז איינער האט אים געשלאגן אין מאכט א גאנצע סקאנדאל מיט אן ארעסט, איז ער צוגעגאנגען איידעלערהייט צו די ראביי אין וואלט זיך באגעניגט אז די ביג ראביי נעמט זיך אן פאר אים, אין וואס האט ער באקומען פאר דעם ???
נישט קיין שום ספק אז וויפיל ער האט פיינט געהאט אידן פאר דעם איז זיין שנאה צו אידן בכלל אין היימישע אידן בפרט געשטיגן פי כמה, אין ווען ער איז אהיימגעגאנגען האט ער פארציילט די סטארי פאר זיינע פרענדס אין פעמילי וואס פאר א סארט מענטשן די האסידיק קאמיוניטי איז....
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

אנטשולדיגט מיר אלע, איך מיין אז אלע האבן דא געטרינקען די ארבע כוסות פון גאר א הויכן אלקאהאל, און טייל האבן נאך אנגעהויבן ערב פסח. בארואיגט אייך אביסל, מען פירט נאך נישט אידן אין די קאנצענטראציע לאגערן. בארואיגט אייך.

איך וויל אייך פארציילן א קליינע מעשה'לע, א אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט מיט ווייניגער ווי א וואך צוריק:
איך קום אן צו די ארבעט מיט מיין קאר, אריינפארנדיג צו די בילדינג ווי איך ארבעט, פאר איך אריין אין א ברייטע דרווייוועי, גענוג ברייט פאר דריי קארס און פון דארט קום איך אן צום פארקינג לאט. אזוי ווי איך וויל אריינפארן, זעה איך איינער פון מיינע באקאנטע ארויסקומען פון דעם דרייוועי, און איך האב געדארפט רעדן צו אים. איז אנשטאט אריינפארן די רעכטע זייט (ווי מען טוט געווענליך, אז די אריינקומענדע קארס גייען די רעכטע זייט) בין איך געפארן צו די לינקע זייט ווייל איך האב עפעס געדארפט רעדן צו דעם מענטש וועלכער איז יעצט ארויסגעקומען פון דארט.

אין די פאר מינוט וואס איך בין דארט געשטאנען זענען עטליכע קארס געפארן אריין און ארויס, און די וואס זענען געפארן אויף ארויס זענען געפארן ארום מיר, עס איז געווען דארט גענווווג פלאץ. נאך אפאר מינוט קומט אן א גוי'טע צו פארן מיט איר קאר, זי פארט ארויס פון דעם פארקינג לאט, אבער אנשטאט פארן ארום מיר, פארט זי צו ביז מיין קאר און הייבט אן צו פייפן. זי האט געהאט מער ווי גענוג פלאץ, אבער זי איז דאך גערעכט, זי דארף ארויס פארן פון די זייט און זי וועט זיך נישט רירן פון אירע רעכטן. שטייט זי און זי פייפט אזוי, און ווען איך האב געענדיגט רעדן מיט דעם מענטש האב איך געוואלט פארן ווייטער, אבער זי איז געווען אזוי נאנט צו מיר אז איך האב נישט געקענט פארן.

האב איך אויסגעלאשן דעם מאטאר און געלאזט דארט דעם קאר. פופצן מינוט שפעטער האט זי שיינערהייט גערוקט איר קאר פון דארט, און איך בין צוריק געקומען און געגאנגען פארקן מיין קאר. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב בכלל געהאט סיי וועלכן אויסטויש מיט די דאזיגע גויטע, וועלכע ווייסט אז איך ארבעט דארט, אבער מיר ארבעטן אין אנדערע דעפארטמענטס. די גויטע האט אבער מחליט געווען אז "איך האב איר געבלאקט" און נישט סתם, נאר איך האב עס געטוהן ווייל איך בין א איד און איך האב פיינט גוים. זי האט מיך שוין געזעהן ביי די ארבעט עטליכע מאל זייט דעמאלס און יעדעס מאל שרייט זי מיר נאך אז איך האב איר געבלאקט ווייל איך בין א איד און איך האב איר פיינט, און אז אזוי זענען אלע אידן.

איך גלייב אז טייל פון אירע מיטארבעטערס גלייבן איר אז איך האב איר געבלאקט און זיי גלייבן אפילו די סיבה. מיינט דאס שוין אז עס איז אזוי געווען? מיינט דאס שוין אז אלע גוים גייען שוין פירן אלע אידן אין די גאז קאמערן?

איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איך זעה נישט ווי דער בחור שלאגט דעם (איידעלן!!!) פייערלעשער, איך זעה נישט ווי דער פייערלעשער רעדט צום רבי'ן מיט גרויס דרך ארץ, איך זעה נישט די גאנצע וויי געשריי. לדעתי האט דער רבי אפגעטוהן זיך מער ווי סיי וועמען. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א פופצן יעריגער בחור'ל, גארנישט מער. אזא הנהגה פאסט אינגאנצן נישט פאר א מענטש אין דעם בענקל פון קלויזענבורגער רבי, אבער פון דעם עס צו מאכן פאר אזא הימלשרייענדע עוולה איז נאך א שטיקל וועג. איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען, איך ווייס נישט וואס דער פייערלישער האט געטון פאר דעם, איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען.

מעגליך גאר אז דער פייערמען איז גארנישט אזוי אויפגעברויזט ווי איר זענט. איך זאג נישט אז דער קלויזענבורגער האט עס געדארפט טוהן אדער אז עס איז געווען נארמאל, אויסדרוקליך נישט. אבער פליז, בארואיגט אייך, מען מאכט א פעטישן, געלט, מתנות, איידעלער גוי, בנפשינו הדבר, חוב קדוש, פיקוח נפש, די רביס מיט זייערע חסידים זענען שולדיג אין דעם האלאקאסט... פליז...

עס קוקט דא אויס ווי יעדער טרייט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט עקסטרעמע סטעיטמענטס און לאזונגען.
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

Sign the Petition

שליחה דורך לאליפאפ »

Hello there,

I just signed the petition "The Insulted Firefighter: Forgive the community" and wanted to see if you could help by adding your name.

Our goal is to reach 100 signatures and we need more support. You can read more and sign the petition here:

http://www.change.org/en-GB/petitions/t ... ail_mobile

Thanks!
Klal
באניצער אוואטאר
הויזן טראגער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 117
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:33 pm
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 63 מאל

שליחה דורך הויזן טראגער »

הדד בן בדד האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר אלע, איך מיין אז אלע האבן דא געטרינקען די ארבע כוסות פון גאר א הויכן אלקאהאל, און טייל האבן נאך אנגעהויבן ערב פסח. בארואיגט אייך אביסל, מען פירט נאך נישט אידן אין די קאנצענטראציע לאגערן. בארואיגט אייך.

איך וויל אייך פארציילן א קליינע מעשה'לע, א אמת'ע מעשה וואס האט פאסירט מיט ווייניגער ווי א וואך צוריק:
איך קום אן צו די ארבעט מיט מיין קאר, אריינפארנדיג צו די בילדינג ווי איך ארבעט, פאר איך אריין אין א ברייטע דרווייוועי, גענוג ברייט פאר דריי קארס און פון דארט קום איך אן צום פארקינג לאט. אזוי ווי איך וויל אריינפארן, זעה איך איינער פון מיינע באקאנטע ארויסקומען פון דעם דרייוועי, און איך האב געדארפט רעדן צו אים. איז אנשטאט אריינפארן די רעכטע זייט (ווי מען טוט געווענליך, אז די אריינקומענדע קארס גייען די רעכטע זייט) בין איך געפארן צו די לינקע זייט ווייל איך האב עפעס געדארפט רעדן צו דעם מענטש וועלכער איז יעצט ארויסגעקומען פון דארט.

אין די פאר מינוט וואס איך בין דארט געשטאנען זענען עטליכע קארס געפארן אריין און ארויס, און די וואס זענען געפארן אויף ארויס זענען געפארן ארום מיר, עס איז געווען דארט גענווווג פלאץ. נאך אפאר מינוט קומט אן א גוי'טע צו פארן מיט איר קאר, זי פארט ארויס פון דעם פארקינג לאט, אבער אנשטאט פארן ארום מיר, פארט זי צו ביז מיין קאר און הייבט אן צו פייפן. זי האט געהאט מער ווי גענוג פלאץ, אבער זי איז דאך גערעכט, זי דארף ארויס פארן פון די זייט און זי וועט זיך נישט רירן פון אירע רעכטן. שטייט זי און זי פייפט אזוי, און ווען איך האב געענדיגט רעדן מיט דעם מענטש האב איך געוואלט פארן ווייטער, אבער זי איז געווען אזוי נאנט צו מיר אז איך האב נישט געקענט פארן.

האב איך אויסגעלאשן דעם מאטאר און געלאזט דארט דעם קאר. פופצן מינוט שפעטער האט זי שיינערהייט גערוקט איר קאר פון דארט, און איך בין צוריק געקומען און געגאנגען פארקן מיין קאר. דאס איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב בכלל געהאט סיי וועלכן אויסטויש מיט די דאזיגע גויטע, וועלכע ווייסט אז איך ארבעט דארט, אבער מיר ארבעטן אין אנדערע דעפארטמענטס. די גויטע האט אבער מחליט געווען אז "איך האב איר געבלאקט" און נישט סתם, נאר איך האב עס געטוהן ווייל איך בין א איד און איך האב פיינט גוים. זי האט מיך שוין געזעהן ביי די ארבעט עטליכע מאל זייט דעמאלס און יעדעס מאל שרייט זי מיר נאך אז איך האב איר געבלאקט ווייל איך בין א איד און איך האב איר פיינט, און אז אזוי זענען אלע אידן.

איך גלייב אז טייל פון אירע מיטארבעטערס גלייבן איר אז איך האב איר געבלאקט און זיי גלייבן אפילו די סיבה. מיינט דאס שוין אז עס איז אזוי געווען? מיינט דאס שוין אז אלע גוים גייען שוין פירן אלע אידן אין די גאז קאמערן?

איך האב געזעהן דעם ווידיאו, איך זעה נישט ווי דער בחור שלאגט דעם (איידעלן!!!) פייערלעשער, איך זעה נישט ווי דער פייערלעשער רעדט צום רבי'ן מיט גרויס דרך ארץ, איך זעה נישט די גאנצע וויי געשריי. לדעתי האט דער רבי אפגעטוהן זיך מער ווי סיי וועמען. ער האט זיך אויפגעפירט ווי א פופצן יעריגער בחור'ל, גארנישט מער. אזא הנהגה פאסט אינגאנצן נישט פאר א מענטש אין דעם בענקל פון קלויזענבורגער רבי, אבער פון דעם עס צו מאכן פאר אזא הימלשרייענדע עוולה איז נאך א שטיקל וועג. איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען, איך ווייס נישט וואס דער פייערלישער האט געטון פאר דעם, איך ווייס נישט וואס דארט איז געווען.

מעגליך גאר אז דער פייערמען איז גארנישט אזוי אויפגעברויזט ווי איר זענט. איך זאג נישט אז דער קלויזענבורגער האט עס געדארפט טוהן אדער אז עס איז געווען נארמאל, אויסדרוקליך נישט. אבער פליז, בארואיגט אייך, מען מאכט א פעטישן, געלט, מתנות, איידעלער גוי, בנפשינו הדבר, חוב קדוש, פיקוח נפש, די רביס מיט זייערע חסידים זענען שולדיג אין דעם האלאקאסט... פליז...

עס קוקט דא אויס ווי יעדער טרייט איבערצושטייגן דעם אנדערן מיט עקסטרעמע סטעיטמענטס און לאזונגען.

יעצט אז די מאכסט קלאר אז מען פירט אונז נאך נישט אין די קאנצענטראציע לאגערן שלעפט זיך ארויס פון כלל ישראל א בארואיגונגס זיפץ אין מען אטעמט אפ...

איך וועל נישט אריינגיין יעצט אין די מעשה מיט די דרייוועי ווער סיז גערעכט, אבער דאס איז קלאר אז ווי לאנג אונז זעמיר אין גלות האט אונז די אייבישטער געלייגט אינטער די גוים אין אונז מעגן זיך נישט קריגן מיט זיי אין אונז מעגן מוותר זיין אפילו ווען זיי זענען גערעכט.
אין ווען מען צינדט אן דעם עשיו שונא ליעקב אויף א העכערע דעגרי (אפילו די ביזט גערעכט!) גייען אידן ליידן פון דעם, סקען זיין אז נישט די נאר א צווייטער אבער איינער גייט ליידן פון דעם, די ביזט יעצט שטערקער פון איר זי קען דיר גארנישט טון נאר שימפפען אבער ווען זי וועט האבן א מעגליכקייט עפעס צו טון וועט זי עס טון.
אונז וואוינען אין א געגענט פיל מיט אנ״ש זעיט/פיעלט מען עס נישט אזוי אבער פרעג דיך נאך ביי אונזערע ברודער אין יוראפ וועסטו הערן אז דארט, ווייל זיי וואוינען צווישן די גוים פארשטייען זיי עס אסאך מער.
איך האב אויך נישט געזען אויף די ווידאו ווי דער בחור שלאגט, אבער זיי זאגן אז אזוי איז געווען אין אויף דעם גייט די גאנצע שמועס, אויב ווילסטו קומען זאגן אז די גאנצע מעשה הייבט זיך נישט אן דאן איז עטוואס אנדערש....
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

טאקע וועגן דעם, ווייל מיר זענען אין גלות צווישען גוים וואס האבן אונז פיינט, נניח אז ס'איז אזוי, דארפען מיר זיך אויפפירען %200 נארמאל און מענטשליך. נעכטען ביים פארן חול המועד האלטן בין איך געשטאנען על המשמר און מחנך געווען די קינדער וויאזוי נישט אריינצוהאקן אין מענטשען, און כ'האב יא באצאלט באן-איינטריט פאר יעדען קינד כהלכה, און כאטש וואס אנדערע קינדער, אידן און אלגעמיינע, האבן געגעסן אינעם געשעפט/מעיוזעם, האבן מיינע קינדער נאר געגעסן ביים ווינקל וואס ס'איז געאייניגט דערפאר, וכדומה.
אויב וויל מען זיך אויפפירען וויאזוי מ'וויל, איז דא איין עצה, היה יהודי בביתך ואמריקאני בצאתך.
כלפי בדד בן בדד הדברים אמורים.
בנוגע דעם קלויזענבורגער, אילו וואלט ער עפעס געטוהן צו ווייזען חרטה ומחילה, דיינו, אבער וויבאלד - לויט ווי איך הער - איז ער עומד במרדו, דארפען מיר זעהן צו מגנה זיין זיין אקט, און ווייזען פאר די פעלקער אז רבי'ס רעפרעזנטירן נישט דעם עולם.
Under influence
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

לאליפאפ האט געשריבן:Hello there,

I just signed the petition "The Insulted Firefighter: Forgive the community" and wanted to see if you could help by adding your name.

Our goal is to reach 100 signatures and we need more support. You can read more and sign the petition here:

http://www.change.org/en-GB/petitions/t ... ail_mobile

Thanks!
Klal


יישר כח.
הערה נחוצה - ביטע נעמט ארויס פון דעם פעטישן די אלע זאכן וועלכע מאכן מער שאדן ווי אויפטוה. למשל, פארוואס ציטירן די טיפשות'דיגע ווערטער פון דעם גרענד ראביי? פארוואס אינדעטיפייען דעם רבי (מענטשן גייען דאס דערנאך אויפקוקן אויף יו-טוב)? פארוואס ארויסברענגן אז דער ווידעא איז גגאנגין "וויירל", דאס אליינס מאכט מער פובליסיטי (כנ"ל. ועוד עס איז משמע אז דאס איז די סיבה פארוואס מיר זענן מפייס ווייל עס איז גגאנגין "וויירל")
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

אויך דאס אז עס קומט פון ענגלאנד קען מאכן אן איינדרוק כאילו דאהי אינטערסירט עס קיינעם.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
outspoken
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1227
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 10:43 am
האט שוין געלייקט: 269 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 802 מאל

שליחה דורך outspoken »

ער איז נאך נישט פערטיג, ס'גייט אסאך טיפער

http://vocaroo.com/i/s1Iy2A1xxxud
פאקט, אז מ'זאל נעמען אלע נסיונות פונם דור אריינגערעכענט אינטערנעט און ארונים אויף איין זייט און ציונות אויף די אנדערע וועט דאס לעצטע איבערוועגן SO LETS BE FOCUSED NOT STUPID
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

נישט ער דארף א דאקטער
זיינע חסידים דארפען, אז זיי לויפען עם נאך נאך קענען זיין ניצען א גיטער דאקטער
בעל הבית
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 680
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 2:26 pm
האט שוין געלייקט: 214 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 193 מאל

שליחה דורך בעל הבית »

Delted
דעת בעל הבית העפעח דעת תורה
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעו נא רבותי דיינים מומחים. (אזוי מיינט עטץ.) איך וויל דא מוסר מודעה זיין אז איך בין נישט קיין קלויזנבורגער חסיד. און נאך צוואנציג אנדערע זאכן און חסידות'ן וואס איך בין נישט. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. אבער איך וויל דא זאגן אז איך פארשטיי זייער שטארק דעם קלויזנבורג'ער רבי'ן. אזוי ווי מיר האבן שוין געשמועסט פריער איז ער אויפגעוואקסן אין א שטוב ביי א טאטן וואס האט אדורך געמאכט דעם האלאקאוסט און ער האט געלעבט מיט דעים א יעדע מינוט פון טאג. ממילא שפירט ער זיך אינגאנצן שאקירט ווען א גוי האט א סכסוך מיט א איד. ס'איז אביסל אזוי ווי "פי.טי.עס.". פאוסט טראומאטיק סטרעסס סינדראם. פון וועלכן א סאך וויעטנאם און איראק מלחמה וועטעראנען ליידן. אמאל האט מען זיך אויסגעלאכט פון דעים און געזאגט אז ס'איז בלויז איינרעדענישן. אבער היינט טוט די אמעריקאנער ארמיי אנערקענען אז דאס איז א מחלה און זיי פרובירן דאס צו היילן. נאכמער. ווען איז געווען דאס לעצטע מאל וואס א גוי האטציך אדורכגעשמועסט מיט זיינע חברים און זיך געזארגט אז ער האט אפשר באליידיגט א איד. אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל איז אייביג געווען און ס'וועט אייביג זיין. יא. אינז דארפן מאכן א חשבון הנפש און זעהן זיך אויפצופיהרן מענטשליך. אבער מיר דארפן זיך נישט איבערנעמען פון א מינדערוויכטיגן אינצידענט וועלכער האט זיך ווארשיינליך אנגעהויבן ווען דער שטאט-אנגעשטעלטער האט גערעדט מיט גרויסקייט און געהאנדלט מיט אומסענסיטיוויטעט, אין בעסטן פאל. אינז דארפן אויך געדענקען וואס שלמה המלך האט געזאגט אין קוהלת. "דברי חכמים בנחת נשמעים". ווען דער פייערלעשער וואלט צו געגאנגען צו די בחורים און גערעדט מיט רעספעקט בין איך זיכער אז דער גאנצער אינצידענט וואלט געקענט פארמיטון ווערן.
א ראי' צו מיינע ווערטער איז די תגובה (און די מעשה) פון הדד בן בדד... :? 8-) :roll: :twisted: :evil: :x :P :oops: :cry: :( :o
פארשפארט