דריידל האט געשריבן:נא, עמיר זיך מחזק זיין מיט אפאר דפים אין מס' פסחים און א שטיקל בני יששכר אנשטאט די בלעטער. איך פראביר נאך צו ארלעדיגן ביי זיין יונגעל אז ער זאל נישט צוריק געבן די אפיקומן ביז ער זאגט צו אז די בלעטער וועלן זיין אוועילעבעל פאר די צווייטע טעג.
דער עיקר איז אז דער עולם, ובפרט פישעלע וואס גיט אוועק אזויפיל טייערע צייט אונז מהנה צי זיין, זאל האבן א שמחת יו"ט.
פישל׳ע האט אוודאי געהאט גאר א פרייליכער יום טוב, וואס איך בין נאך יא נייגעריג צו וויסן איז צו איין בלאט אין פסחים האט דיר געגעבן גענוג חיזוק אדער האסטו געמוזט אדורך לערנען מערערע בלעטער ביז די ביזט גיווארן מחוזק ??