א מזל טוב פאר מרן!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

א מזל טוב פאר מרן!

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

אידישע הערצער זענען עלעקטעריזירט פון פרייד אז מרן האט דערגרייכט צום גרויסן טאג, און אלס אן אפשטאמיגער פון נעמערוב גלייכט מרן ליבערשט צו נעמען ווי צו געבן, און נאך ארייננעמען גאנצע 3 טויזנט לייקס מיט'ן געזונטסטן אפעטיט, האט מרן דערגרייכט דעם טויזנטסטן געגעבענעם לייק, וועלכע איז געוויס נישט געגאנגען פאר [tag]ריכטיג[/tag] אפילו ער האט זיך געבעטן ווי א גאנז ביי דער שחיטה, נאר ליבערשט פאר [tag]ממי שאמרו[/tag], פארוואס? ווייל ער איז אויפגעקומען מיט א טעאריע פארוואס דער קלויזנבורגער איז יא גערעכט מיטן שרייען נאצי אויף א פייערלעשער, און דאס איז דאך סחורה ווי גאלד און שחורה ווי ביאנסעי פאר מרן, גיי פארשטיי...

די גימיק פון די טויזנט געגעבענע לייקס זענען דאך פשוט, ווארום גאנצע 500 זענען געגאנגען שטייצעך פאר הוגה'ן, ער האט א בלענק טשעק ביכל פון מרן, יו רינג איי ברינג...

ווידער דריי הונדערט לייקס זענען געגאנגען פאר פגעים, קאפ פארדרייער, קריטיקירער, לעקער, און קאמפלימענטירער. בבחינת האסטו א לייק און זיי דיך מקנח דערמיט... בלויז ארום א מאגערע הונדערט זענען אויטענטישע לייקס געגעבן ווייל מ'האט עס פארדינט.

און די לעצטע הונדערט לייקס? דאס איז געגאנגען פאר ווער ס'רעדט פון געלט! איי איי איי ווערט מרן עקסייטעד ווען מדערמאנט דעם דאלער. א רויטע שמאטע פאר אן אקס איז קוים א ווייטער משל צו דער פייער אפפער און עקסטאז עס כאפט אן מרן ווען ער הערט די קלינגענדיגע רענדלעך, ווי דער מאמר החכם: ווער סהאט די דעה וויל די מאה.

געדענק איך נאך ווען איך האב אמאל אנגעטראגן פאר מרן א מאיאנטאק, אוי איז ער געווארן מיין פרענד, עטס האטס געדארפט זען ווי זיינע אויגן האבן געפינקלט. און א וואך האט מיר מרן אראפגעדרייט דעם קאפ צו וויסן וויפיל זלמן ווידער האט מיר גע'שילם'ט פאר דעם מבשר בחסד עליון ארטיקל.

ווילט איר דאך א וודאי וויסן ווער דער מרן איז?

יא מיין קינד, הערט מיט געדולד. מרן איז טאקע דער ניק וואס ווען מ'זעט אים אויף איין זייט גאס לויפט מען שנעל צו דער אנדערער זייט. ווער וויל זיך דאן אנטשעפשענען אין דעם אורייתא קמרתחא, ת"ח הנוקם ונוטר כנחש, ונשיכתן נשיכת שועל.

מרן איז דער פערזאן וואס נעמט אזעלכע רואיגע שמועסן ווי וועלכער איז א בעסערער ספר משנה ברורה אדער ערוך השלחן? א געזעמל וואס אריגינעל געהערט דאס צו דיסקוסירט ווערן איבער א פרישע מעלאנע אויף די גרינע גראז, א דיסקוסיע וואס יעדער וואס האט נאר אמאל גרונטליך געלערנט הלכה מעג האבן א מיינונג און סגעהערט נישט עקסקלוסיוולי פאר מרנ'ס, ובחרבו ובקשתו פארוואנדלט ער דאס -- מיט זיין סיקרעט פארמולע וואס מאנכע האבן דערויף א נאמען אין ענגלישע בוכשטאבן -- אין א בלוט באד, אזש די שלאכטן אויף גלעדיעיטאר פון ראסל קרוי און ברעיווהארט פון מעל גיבסאן זעען אויס לעומתן ווי קינדער שפילעכלך מיט א גי רעיטיניג. מי חכם וישמר אלה כאפט זיינע זיבן טשוועטשקן און באהאלט זיך בנקבת הצור מיט די מייזן.

מרן איז דער ניק וואס מאכט איינשטיין אויסזען קליינקעפיג. וואו ס'ענדיגט זיך קאממאן סענס הויבט זיך אן די טעאריע פון רעלעטיוויטי און וואו סענדיגט זיך רעלעטיוויטי הויבט זיך אן תורתו של מרן, דער גרעסטער איפכא מסתברא'ניק ווערט א הארטער לאגיקער אין שאטן פון מרן.

אזעלכע ניקים ווי קארל, מיט אן אייזערנעם שכל הישר שכל דבריו נהירין כשבילין דרקיע, ווערן צעשמאלצן כדונג נמסו נעבן מרן. איר מיינט דאס אז מ'הערט נישט קיין ראדיא צוליב קול מבשר איז זיין מעלה, נעך דרייט מרן מיטן גראבן פינגער, וואס פארשטייט עטס, דאס איז גאר זיין עצם חסרון! אלע מיילער עפענען זיך, וואס איז פשט, שמעקעדיג פרובירט עס צו פארוואסערן אז דו קענסט נישט נעמען א בדיעבד מיט וואס א מענטש דארף זיך ספראווען ווען דער ראדיא איז אנגעפיקעוועט מיט אלע מיני חאזערייען און דאס גאר באצירן אלס א מעלה, אבער מרן איז שוין לאאאנג אנטרינען. ווילט עטס הערן די מעשה איז גוט און אז נישט... דא קראצט מען אפיר מרנ'ס בוזעם פריינד, מיסטער גורן האט"ד. ער ווערט גערופן אין קריטישע פעלער, ווען מ'דארף נויטיג עמיצער זאל שרייען וואס מאכט עטס אזא אפגאט פון מרן...

מרן איז דער ניק וואס נעמט אונז אויף א סייקעלאן יעדן ערב ובוקר וצהריים, און ווען אימער ס'פאלט אים נאר איין. וואס איז שלעכט צו שווימען מיט פרעמדע פרויען? און בנשימה אחת איז ער אונז מעורר לתשובה לתיקון המעשים לכבוד אלול, ווייל אפילו די פיש ציטערן יא אדער נישט. דער מה למעלה ומה מלמטה איז דאך א ווערטל במשנתו, און דערנאך זאגט ער מיט א תמימות: וודאי א איד טאר נישט אלעס טראכטן און חירות המחשבה בלי גבול איז נישט קיין וועג ווי מען קען פירען א אידישע קהילה. העלא, דו ביזט מרן, וואס פאר א מין גערעדעכטס איז דאס פאר דיר.

מרן איז אחוז בכוחו דהיתרא. דארפט איר א היתר, וויי דע וועיט, וואן עיט האנדרעט מרן, א טוש אין די ניין טעג, וואס קען זיין בעסער, איי רב עובדי' לאזט נישט, אבער ער לאזט הערן מוזיק פון פרויען באינו מכירו. דעריבער איז מרן אויף א מיסיע צו פארשפרייטן ליבע אויף דער וועלט. ווי מרן אליין זאגט עדות, האט ער זיך מתדבק געווען אין: "מיין הארץ וועט אנגיין" אויף א בחינה פון ליפרוש ממנו אינו יכול אז ער קען נישט מסיח דעת זיין דערפון. צוזאמען מיט סעלינע דיאן פארשפרייט מען טי.על.סי. אויף דער וועלט.

ווילט איר א היתר פאר בוירט קאנטראל, יו העוו קאם טו דע רייט פלעיס, נישט ווי די רבנים וואס זענען מאמלל אידישע קינדער רח"ל. אפילו אויף *** האט מרן אפגעשריבן א לענגערע תשובה בלשון הקודש במאחורי מיט א ברייטקייט, נישט ווי די רבנים פון אליצפן וואס זענען נאר מתיר איינמאל א וואך. ווילט איר א היתר אויף טעקסטן אום שבת, יו גאט איט, אבער, עסן פסח'דיגע קוקיס,דאס נישט, הס מלהזכיר... מרן לאזט נישט, אוי מיין קאפ דרייט זיך.

פאר די וואס גלייכן גילוי, העלין מיר בהורמנתא דמלכא פארציילן סודות פון חדר און מגלה זיין דער מראש צורים אראנו. מרן איז אריגינעל א מונקאטשער פונדערהיים און זיין פאטער איז געווען א תלמיד פון מנחת אלעזר. נאך דער מלחמה האט ער זיך אביסל מאדערניזירט, און ער גייט אזא שליש בערדל. די קינדער גייען שוין אבער מיט שטריימלעך. פון קליינווייז אן איז ער שוין געווען א טראכטער און נאך פון אלס קינד האט מרן זיך מתדבק געווען בתורתו של בעל מי השילוח, קען דען זיין זיסער פון נעמען זמרי אלס א ראול מאדעל...

אלס פרישער יונגערמאן האט מרן בוחר געווען אינעם טוב תורה עם דרך ארץ און געדינט אלס משגיח פאר עדת ישורון. א גרויסער ווענדפונקט אין זיין לעבן איז געווען יענעם ווייסן אויגוסט דעם אכט און צוואנציגסטן, דריי און זעכציג, ווען עדת ישורון האט דעמאלט געדארפט לאזן לויפן א ראן פון שוועמעלעך אין א פאבריק אין וואשינגטאן די סי. אזוי ארום האט די השגחה עליונה צוגעפירט אז מרן זאל זיך באטייליגן ביי דעם גרויסן "איך האב א חלום" רעדע פונעם קעניג.

ומצאתה את שאהבה נפשו, שליים איז אים גערינען פונעם מויל, דאס איז דאך ממש זיין זאך, א חלום! א טרוים! אין איזביץ איז דאס דער יסוד היסודות. ר' צדוק ברענגט דאך פון זיין רבין אין צדקת הצדיק אות ג' אז א חלום דאס מעסט דעם מענטש, און אפילו אין חלום איז יעקב געווען דבוק אין אויבערשטן, (און אזוי שטייט אין מי השילוח פ' תצא; און אין בית יעקב פון זיין זון פ' ויצא, ומקורו מר' בונם כמוש"כ במחשבת חרוץ אות י' ויעוי' עוד צדקת הצדיק אות ר"ד, ואות רמ"ג. ליקוטי אמרים דרשה לסיום הש"ס ד"ה ואחיו. מחשבת חרוץ אות ג' ד"ה ועיקר, וד"ה וכך זה, אות ב' ד"ה וזהו הגאולה, סוף אות ז' ד"ה וזהו שאמרו, סוף אות י' ד"ה וזהו שכלל כנ"ל. ישראל קדושים אות ט' ד"ה ואלו המזומנים. קומץ המנחה ב' אות ע"ב. דובר צדק אות ח' ד"ה אמנם. פרי צדיק ויצא אות א', ואות ב', וילך שבת שובה אות ו', סוכות אות ל"ב. ועוד. ואכן רבינו נאה מקיים וכתב ס' דברי חלומות). איז דאך ממש דער חלום דער יסוד פון א מענטש, און זייט דעמאלט איז מרן פארזינקען אין א וויסטן חלום, חלמתי חלום ואיני יודע מהו, ס'חלומט זיך זיסע חלומות, פעטע קיען דארע קיען, בלוט זאל שפריצן אבער א חלום זאל זיין.

מרן איז דער ניק וואס מאכט דעם בארדיטושבער אויסזען ווי א מקטרג קעגן אים. אין א בחינה פון מה הוא רחום אף אתה רחום איז ער מלמד זכות אויף דער כעמיר גורן האט"ד'ניקעס גענוי ווי דער אב הרחמן אברהם אבינו האט געטון אויף אנשי סדום. אולי יש צדיק, דער עוד מעט ואין רשע כמתאמריה משמיה דרבי בונם. נבלה נעשית בסקווירא האמערט ער אויפן טיש, ובמקום שיש חילול ה' אין חולקין כבוד פאר קיינעם.

אין א סיורויס נאוט איז מרן דער וואס האט ארויפגעשלעפט קאווע שטיבל פון א פארום צו א בית וועד לחכמים, ווען מרן איז פתוח פיו בחכמה ציפט מען זיך אויב עס עקזיסטירט טאקע אזעלכע מענטשן, ווען נישט די טיטלען זענען געטרעיד מארקט פאר בורים וריקים וואלט מען אים באצייכנט אלס חכימי דיהודאי, נר ישראל, עמוד הימיני, פטיש החזק, עס איז מרן וואס די גרעסטע קארפן קעפ דא (און אין עצכ"ח און אין ספר הפנים, ועוד ידו נטוי' ואין מגלין אלא ליודעי ח"ן) זענען מקבל מרות מיט א ביטול גמור.

מרן איז דער ניק וואס הונטער דעם זון פון א ב*טש וואס מיר אלע קענען, ווערט באהאלטן א הארץ פון גאלד, און פאר ווער ס'געדענקט, ווען א ניק האט דא אמאל געוויינט אז ער איז איינזאם, האט אים מרן געאפפערט צו פארברענגען מיט אים 24 ביממה, און אלעמאל גרייט אויפצוהייבן אויף אים די פאון.

בשם מכון מהרנ"פ להוצאות ספרי רביה"ק פרידיריך ניטשה זי"ע וואונטשן מיר א מזל טוב פאר מרן לרגל דאס געבן דעם טויזנטסטן לייק (דאס איז אגב א פעלד וואס מרן צייכנט זיך נישט אויס, און ווען ס'קומט צו דיפלאמאטיע איז ער אן עי"ן ה"א גמור...) למען יאריך ימים על ממלכתו, וכמאמר ז"ל אפילו אתה נותן לי כל כסף וזהב ואבנים טובות ומרגליות שבעולם, איני דר אלא במקום תורה, מיר בלייבן מיט'ן עיר התורה, מרן זאל זיין געזונט (נישט שטארק ווייל ווען יא איז דעינזשרעס) און אונז פירן קעגן משיח'ן במהרה (על צד אז מ'פסק'ענט נישט ווי הלל), און אגב מרן מעג אריינקומען אפטער אפילו אנקל... שוין וואטעווער.

#אייאיךציטערוואססווארטמיר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזא גיי פארשטיי ווען מרן גיבט מיר א לייק? נישט שיין...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פשיהא מאראנצן... זאג נאר, די קאשע איז פסח'דיג?...
לא יאומן וואס דו ווארפסט אלס נישט צאם. דו ביסט א מומחה עצום.
א דאנק פארן מיר מאכן א שמחת יו"ט!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שוין, אז מרופט מיר מרן קום איך <==יאאמים על ימאיי>>. איי איך ווייס ווער די וואס מ'רופט מרן ערנסטערהייט זענען, און איך וואלט נישט געוואלט שטיין אין איין דלת אמות מיט זיי, נו וואס זאל מען טוהן, כך מקובלני מרבותי, כבוד איז כבוד איז כבוד.

קודם איז פותחין בכבוד האכסניא, הרב מארנצנזאפט, איך האף אז לכבוד פסח איז דאס נישט קיין לעיקוואדער מארנאצנזאפט פון א פאבריק, נאר טאקע פריש געקוועטשטע מאראנצנזאפט, היימיש געקועטשטט פון היימישע מאראנצן. טאקע כנהוג בבית אמא.

איך וויל נישט זיין קיין מברך רעהו בקול גדול, אבער נישט מברב"ג גערעדט, אמאל מאכט זיך אז איך זוך עפעס אן אלטער אשכול, וואס איך צו א צוייטער האט געשריבען, ווייסען מיר געפילטע פיש האט א כלל בסוד המלאך למגדפ"י, אבער פסח האט מען ביי אונז אין מונקאטש נישט געגעסן קיין פיש, קלער איך מען קען זיך באנוצען מיט די פסח'דיגע דזשוס, ווייל ווי נישט ווי, געדענקט דער אשכולות וואס איך האב שוין לאנג פארגעסן, און ווייסט ווי תוספות צו פרעגן הכא אמר מר הכי והכא אמר הכי, [אינטרעסאנט ער האט נישט געטראכט פון דער כתוב השלישי המכריע, פונקט מיט אלע מעשיות ווי עס איז געווען, שוין, ווייס איך וועם צו פרעגן.

יעצט, כדרכי, נאך אפאר שורות פון אראפהאקען אלע מיינע קעגנער אזוי בדרכי שלום ואהבה, האב איך אזא לחש איך זאג ולגופו של ענין, איז אזוי. אז מען רופט דער מרן מלעיקוואד, האב איך מיך אנגעטוהן מיין לעיקוואדער ראש ישיבה קאפעליטש, און איך וועל זיך נעמען קעקעצן מסביר זיין פארענטפערן, אזוי אז עסו ועט ווערן א בחינה פון שפתיים ישק לויט דער צווייטער פשט.

איז אזוי <פאררעכט זיך דער הוט, מאכט אזא טיפע קרעכץ>, לכאורה פרעגט זיך דא אזא שיילע. וואס איז טאקע דער פשט פון דער יחס פון געגעבענע לייקס ווערסוס באקומענע לייקס (ודלא כמו שיש שטעו ואמרו גענומען, ווייל דער מנהג אין לעיקוואד איז נישט צו נעמען קיין לייקס, און אוודאי נישט תובע זיין בפה, נישט ברבים און נישט ביחיד, הגם ששמעתי מאחוה"פ שיש מקילים בזה, הרי זה טוב להקל לאחרים, אבל לעצמו נהג מרן להחמיר, נאר אז מבאקומט נעמט מען, פארוואס נישט. ומיושב בזה שאלה א). איז דארף מען וויסען אזעי, נארמאל א לייק איז שייך צו חל זיין אויף א תגובה שיש בה ממש, דאס איז דער פשטות'דיגער דין פון א לייק. איז פארשטאנדען פון דעם אז וויפיל לייקס א געוויסער ניק האט וועט זיין תלוי לויט וויפיל תגובות ער שרייבט וואס זענען כדאי בהם ללייק. און דער זעלבער דין ביי געבען א לייק, איז דער גדר דערפון אז מען גיט פאר א תגובה וואס איז פארשטענדליך און צו דער זאך. איז איך וויל נישט עובר זיין אויף דער דין פון עניוות, אבער עס לאזט זיך הערען א סבארע אז דער לעיקוואד שרייבט פשוט מער פראצענט צום זאכדיגער תגובות פון אנדערע, און < דא האלט שטארק קאפ, עס האנדלט זיך אביסעל מאטעמאטיק>, וויבאלד ער איז דאך נאר איין ניק, און די אנדערע זענען פיל מער, איז פשט וואסארא תגובה ער שרייבט צו דער זאך קען באקומען אסאך לייקס, באופן אז דריי לייק פאר איין תגובה למשל איז נישט קיין גרויסע נומער. משא"כ פאר עם אנצוקומען צו דער זעלבער מספר פון לייקן אנדערע, דארף זיין דריי גוטע תגובות פון א צווייטער. און אז מען ווארפט אריין די וועריעבלס פון וויפיל תגובות לעיקוואד שרייבט רעלאטיוו צו וויפיל אנדערע שרייבען און בכלל, קען מען גרינג זעהן אז עס זאל זיין בערך דריי מאל אזויפיל מער באקומען ווי געגעבן איז בכלל נישט קיין גרויסער נומער. וקל להבין, איינשטיין'ס רעלאטיוויטי איז שווערער פון דעם.

מיט דער יסוד פון לייקן פאר דער וואס שרייבט צו דער זאך, קען מען לכאורה אויך פארענטפערן די פינף הונדרעט לייקס פון הוגה. וד"ל.

יעצט אז דער עיקר נקודה איז מובן לכל, קען מען גיין ווייטער טרינקען אביסל גרעיפ דזשוס (איין מינוט, נישטא אזא ניק, שוין, וועט מען מוזען טרינקען אמתע גרעיפ דזשוס, אדער וויין), און אפשר שפעטער וועט מען זיך מתייחס זיין צו די אנדערע נקודות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ילמדנו מרן, וואס איז מיט א לייק פאר [tag]פישל'ע העררינג[/tag]? האט איר אויף אן אמת נישט הנאה געהאט פון די צענדליגער שעה'ן ארבעט? האלט איר אז דאס קומט נישט א לייק? דאס איז דאך דער מינימאלסטער צייכן פון הכרת הטוב!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאראנצןזאפט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

פון מרנ׳ס שטוב קומט יעצט אן אנווארט וזהו: ״ווער איז דאס פישעלע? ומה טיבו....?״
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לאליפאפ
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1281
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 276 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל

שליחה דורך לאליפאפ »

מאטי האט געשריבן:פון מרנ׳ס שטוב קומט יעצט אן אנווארט וזהו: ״ווער איז דאס פישעלע? ומה טיבו....?״

יעצט הער איך אז דאס איז א רומאר..
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

שליחה דורך סאשי פיש »

[center]בית המדרש דקאווע שטיבעל פה עיר התורה לעיקוואד[/center]
[center]בנשיאות מרן לעיקוואד שליט"א[/center]

[center]מיר דריקען אויס א הערצליכע מזל טוב
פאר מרן שליט"א
וואו עס וואונטשט מתפללים ולומדים דבי מדרשא[/center]








[tag]מאראנצןזאפט[/tag] אזא ארטיקעל באלאנגט אין אנשי שם איך האף אז עס וועט אריינגיין אין די ספר האישים,
בד"וו ש'כח פארען צולייגען די לינקס.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

יעצט ווען מרן [tag]לעיקוואד[/tag] איז טאקע אנגעקומען צום דריי טויזנסטן לייק, דארף מען פון פריש ארויפברענגן דעם אשכול.

וויפיל לייקס ער האט שוין געגעבן אינטערעסירט מיר נישט, דאס איז זיינע פריוואטע געשעפטן, אין וואס איך ברויך זיך בכלל נישט מישן. אבער דאס אז ער האט שוין באקומען דריי טויזנט לייקס, דאס ווייזט ווי שטארק דער עולם דא רעספעקטירט אים, און איך מיין אז דאס איז בעיקר פאר צוויי נקודות. איינס פאר זיין גראדן שכל, ער האט ארויס קלאר יעדע נושא, ער שווימט ווי א פיש אין וואסער אין סיי וועלכע נושא מען ברענגט נאר ארויף אויפן טיש. און צווייטנס צוליב זיין לא תגורו מפני איש וואס ער איז מקיים אויפן שטערקסטן פארנעם און נאך מיט א שמיץ אריבער, זעהט אויס אז דער עולם האט ליב א שטייפן פערזאן וואס זאגט דאס וואס ער האלט, אן זיך צו רעכענען מיט די קאנסקווענסן. פארשטייט זיך אז דאס איז אויסער זיינע אלע אנדערע מעלות.

זאל דער אייבערשטער העלפן אז ער זאל אונז ווייטער מהנה זיין ממיטב אוצרותיו עד ביאת הגואל במהרה אמן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
יואב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1677
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 2:55 am
געפינט זיך: בגאַטקעס דרבינו־תּם
האט שוין געלייקט: 5634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6194 מאל

שליחה דורך יואב »

מיי גאש! וואס דער מאראנצן ווארפט נישט אלץ צוזאם דא. ס׳גלייבט זיך מיר נישט אז דוקא דעם ארטיקל האב איך פארפאסט. א הומאריסט, ידען, בקי בחכמה ובמדע, רייכע דמיון, און וואס נישט. כה לחי! מאראנצן דו ביזט אונזער היראו!
פארשפארט