צייטונגען צירקולאציע
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
צייטונגען צירקולאציע
ס'איז א האקעלע נושא אין די וועלט פון אידישע צייטונגען אז אפילו די קאנקורענטן האבן א פארשטענדעניש נישט ארויסצוגעבן די נומערן וויפיל קאפיעס איטליכער צייטונג פארקויפט.
אין די גויעשע וועלט פון צייטונגען איז דא אן אפיציעלער ביורא וואס גיבט ארויס די פונקטליכע ציפער'ן פון אלע גרויסע צייטונגען ארום די לאנד וואס יעדער קען זעהן.
צייטונגען סירקולעישאן פאלן לעצטענס זייער שטארק ווייל מער מענטשן ליינען אויף די וועב (אפשר יעצט נאכ'ן כינוס וועט עס צוריק ארויף...?) האט אבער ABC (Audit Bureau of Circulations) אויך צוגעלייגט אנליין דידזשיטעל סובסקריבשן צו זייער אפיציעלע צירקולאציע נומערן. (למשל א שיינער צאל פון די 1.1 מיליאן קאפיעס וואס די טיימס פארקויפט כלומרש'ט לויט די ביורא'ס חשבון איז אין אמת'ן נישט קיין פאפירענע קאפיעס נאר אנלייען סובסקרייבער'ס וואס צאלן פארן טיימס חודישליך)
די גרעסטע צייטונגען שוין פאר יארן זענען די יו עס עי טודעי, וואל סטריט דזשורנאל און דער נ.י. טיימס רעספעקטיוולי.
זכריני ימים ווען די פאוסט (וואס האט נאך דעמאלטס געקאסט א קוואדער) מיט'ן ניוז פלעגן זיך הארגענען טאקע ביי די נאז... ממש ווי בלוט שונאים. דער דעילי ניוז האט אבער אלץ געהאט דעם אויבערהאנט מיט א 50-100 טויזענט מער צייטונגען אין וויקדעי'ס (נישט זונטאג). דער פאוסט פלעגט האבן היפש איבער 700,000 פארקויפט און די ניוז מער צו 800,000.
יעדע 6 חדשים ווען די נומערס זענען ארויסגעקומען האט עס יעדער אויסגעטייטשט בעסער פאר זיך. איינמאל ווען די פאוסט האט כמעט אנגערירט די ניוז'ס ציפערן, האט שוין דער ניוז געוויסט אז גאר אסאך פון די פאוסט'ס קאפיעס פארקויפן זיך אינדרויסן פון די 5 באראס (גראדע אמת געווען), וואס איז נישט אזוי גונסטיג פאר "אדווערטייזער אגענטען" וואס זיכן סיטי ביזנעס!
היינט וואלט שוין דער ניוז געקענט באשטיין אז דער פאוסט זאל עם איבערשטייגן ווייל זיי גייען נעבעך ביידע אין דער ערד! דער פאוסט האלט שוין ביי בלויז 500,000.
-------------------
איך ווייס נישט פארוואס איך בין פארקראכן איך האב באמת געוואלט רעדן פון די היימישע צירקולאציע.--- ס'נישט פעיר אז דער עולם ווייסט נישט וואו וואס ווען, וועלכע צייטונג/מאגאזין פארקויפט ווי סאך ? צי איז ווערט די געלט אריינצולייגן א עד.
געהערט האביך שוין א לאנגע צייט אז דער דזשואיש פרעסס איז דער גרעסטער אידישער צייטונג. איך וואלט עס אבער נישט אריינגשעטעלן צווישן די אידישע צייטונגען כמובן.
נו, ווער איז נעקסט. יעדער וועט זאגן אז דער המודיע איז די גרעסטער פארקויפער. איז עס טאקע אזוי ? איך האלט אז דער המודיע איז די מערסט "אווער-רעיטעד צייטונג". ------ אין די מאגאזינען וועלט איז אנגענומען אז די ענגלישע משפחה פארקויפט די מערסטע אין די שווערע שווערע טויזענטערס, איז עס נאך אלץ אזוי זינט עמי איז ארויס לאור (חושך) עולם ?
און וואס איז מיט'ן איד און צייטונג ? שטערן שפאקטיוו ? יעטעד... ?
איר ווילט הערן עפעס אומגלויבליך ? די מערסט פארקויפטער אידישער מאנאטליכער מאגאזין איז... "מעלות"! יא! זיי דרוקן איבער 8000 קאפיעס און ס'צוגייט. (ס'איז זייער מסתבר פארוואס ס'גייט אזוי גוט, זייער אסאך נעמען "נאר" אריין מעלות אין שטוב)
יודעי דבר זאלן זיך אנרופן... און די וואס ווייסן נישט זאלן שטיל בלייבן, נישט שרייבן וואס מ'וויל אדער מ'דמיונ'ט. ס'איז א סיריעס נושא.

איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
[quote="יאנקל"]אן אינטערעסאנטע טעמע, זר זהב. .
מען קען אננעמען אז טראצדעם וואס "די צייטונג" פארקויפט ווייניגער קאפיעס, האט זי אבער מער געטרייע לייענער - לייענער וועלכע קויפן איר בשיטה, און לייענען איר ערליך יעדע וואך
סאיז א אמת'ער פוינט. אבער איך האב גראדע גאנץ לעצטענס אויפגעהערט צו ליינען דעם "צייטונג" צוליב מערערע סיבות, די צייטונג האב איך געלייענט א גוטע 20 יאר!
משא"כ ביי די אנדערע צוויי צייטונגען זענען ווארשיינליך פאראן טויזנטער וועלכע זענען שוין אזוי פראגראמירט לאנגע יארן צו קויפן די צייטונג לויט דער פארטיי. און טייל פון זיי לייענען עס קוים דורך.
לאנגע יארן ? איך גלייב אז רוב איד לייענערס זענען שוין מיט'ן איד פאר די פאליטיק האט זיך אנגעהויבן.
דאס אז "דער בלאט" פארקויפט דאס מערסטע פון אלע אידישע צייטונג איז א שרעקליכע בושה.
איי דיסאגרי עי ליטעל. זייט וויסן אז די פאוסט פארקויפט מער קאפיעס פונעם טיימס אין ניו יארק סיטי! גייסט ארויף אויפן טרעין יעדער שווארצער, יעדער נער וואס האט נישט געפינישט היי סקול זיצט מיט א פאוסט, איינס פון 20 אויפ'ן טרעין איז א אינטעלעגענטער גוי וואס זיצט מיט'ן טיימס אדער וו. סט. דזש.
איז עס א בושה ? ניין! סדא מער אויבערפלעכליכע אדער שוואכערע קעפ ווי אינטעליגענטע "וועל ווערסד" לייענער.
וויפיל פרויען און בחורים זענען גרייט זיך צוברעכן די ציינער אויף משה לייב'ס ארטיקלען ? היינט טאקע איז שוין דער איד טאקע מער אהערגעשטעלט אבער נאך אלץ נישט איטערעסאנט פאר די יעניגע וואס דארפן א אלף בית ארטיקל מיט שיינע גרעפיקס.
כאטש איך ווייס דאס נישט פאר א פאקט אז "דער בלאט" פארקויפט טאקע מער, שטימט עס מיט דעם אז "דער בלאט" לייגט כמעט נישט אריין קיין כוחות צו פארבעסערן און פארשענערן די אויסגאבע, אפנים זיי שפירן זיך פארזיכערט מיט זייער לייענערשאפט און האלטן אז דאס וואס זיי שטעלן צו זוכט דער עולם, ווידער "דער איד" קומט כסדר אויף מיט חידושים, און פארשענערט און פארבעסערט, אפנים אין א פארזוך צוצוציען מער קונים
אמת ויציב, ס'געווארן א כרכא דכוליה ביה, אבער זיי האבן זיך געכאפט 10 יאר שפעט...
אז מ'רעדט פון וואו צו אנאנסירן - עס איז קלאר אז היינט איז כמעט נישט ווערד צו אדווערטייזן אין די היימישע צייטונגען. ביי "קול מבשר", וואס ווערט געהערט דורך פיל מער מענטשן ווי די לייענער פון אלע דריי צייטונגען צוזאמען, זעט מען פיל שנעלערע רעזולטאטן.
איטערעסאנט, איך קען ניטאמאל קול מבשר'ס נומער!

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
זייער שיין צולייגט, סיי זר זהב און סיי יאנקל. במשך מיינע יארן בין איך דורך געגאנגען היבש אפאר צייטונגען, אנגעהויבן ביי די צייטונג, דאן דער איד און בלאט, און דערנאך א תקופה פון בלויז דער המודיע און צום לעצט די יתד און דזשואיש פרעס. למעשה האב איך אויפגעהערט לייענען די צייטונגען בכלל צוליב די אנליין צוטריט וועלכע ערלויבט מיר צו לייענען וועלכע סארט נייעס איך וויל און די צייט וואס עס פאסירט און נישט נאר דאנערשטאג נאכמיטאג. די רעיטינג וואס איך געב פאר די צייטונגען זענען ווי פאלגנד: די נידעריגסטע קומט אריין די בלאט (אזוי ווי דערמאנט דורך יאנקל, און בכלל די פרויענישע גערעדאכטס מיט די טשיקאווע נייעס האבן מיך געפערליך נערוועז געמאכט). דער איד איז דעפיניטלי העכער אבער די פאליטיק (עכ"פ אין די יארן וועלכע איך פלעג עס ליינען) האבן מיך געפערליך אויפגערעגט. די צייטונג איז העכער ווי דעם איד, און ווען נישט איך ליין אנליין וואלט איך מסתמא היינ צו טאגס צוריקגעגאנגען צום איד. דער יתד איז ממש געווען ארויסגעווארפן געלט, די ישיב'שע סטיל (שוואכע גראמאטיק, שלעכטע אויסשטעל, שטארק קאנזערוואטיווע בייעס) האט מיר קאנווינסד דאס אויפצוהערן קויפן. די דזשואיש פרעס איז נישט עפעס מורא'דיג, אבער פון די קאלומס איבער ענינים שונים האב איך הנאה געהאט. די המודיע טעיקס די קעיק מיט זייער שטענדיגע אפגרעידס און פארבעסערונגען, און כאטש איך בין מודה צו וואס זר זהב זאגט אז זי איז אווער רעיטעד דאך האלט איך אז עס איז מיט רעכט. גיב מיר איין אידישע צייטונג וועלכע איז בעסער פון איר.
אין די פעלד פון מאגאזינען איז קלאר אז עמי האט נישט צופיל באוויזן אראפצוצופן פון משפחה'ס קלייענטעל צוליב עמי'ס אפארטוניזם און טעבלויד-סטיל ארטיקלן (וועלכע משפחה האט אגב, פרובירט נאכצומאכן אבער גלייך אויפגעהערט נאכן באקומען טאנען קריטיק).
די מעלות איז בעיני די זעלבע זשאנרע ווי די ספרים וועלכע קארל דערמאנט דא. כאטשיג איך פלעג עס לייענען יארן לאנג, האב איך אויפגעהערט לעצטנס.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
היות די רעדע איז פון צירקילאציע, נישט פון קוואליטעט, וועל איך מיך האלטן בלויז צו דעם, און איך וועל מיך צושטעלן צו יאנקל'ן, אויב איינער זוכט צו אדווערטייזן אויף א פלאץ וואס האט אסאך ליינער/צוהערער, איז קול מבשר די שטערקסטע! ער האט מער צוהערער וויפיל ליינער אלע צייטונגען אינאיינעם האבן. דערנאך די דבר יום ביומו און גוט מארגן צעטלעך. אויב איינער וויל דוקא יא גיין צו די צייטונגען, זאל ער גיין א "Full colored" עד, אויף א "Full Page", און אויף די ערשטע זייט! ווען מ'מאכט אויף דעם יוד/בלאט די ערשטע פעידזש אויף די לינקע זייט! ס'זענען דא נאך גוטע פלעצער, די "Back Page" וכד', אבער דארט איז די בעסטע. סתם אריינווארפן א עד איז א Waste of money.
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
למעשה האט נאך קיינער נישט געזאגט וויפיל עס גייען פון די שטערן און שפאקטיוו.
דאס וואלט געווען אינטערעסאנט צו וויסן ספעציעל נאכוואס ער האט געליטן פון די בייזע אנשיקענישן די לעצטע צייט, וואס האבן געזוכט אים צו דערשטיקן. איך פלעג אמאל קויפן די אלע לייען מאטריאל און פארברענען שעות דערויף, ענגליש לייען איך, אבער גאנץ פאמעליך, ממילא בין איך געבליבן מיט די שטערן און שפאקטיוו. ס'וואלט אבער געווען אינטערעסאנט צו הערן וויפיל ער פארקויפט .

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 370
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 21, 2012 4:21 pm
- האט שוין געלייקט: 69 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 85 מאל
ניין, גיב צייט פאר די אינטערנעט מערכה צו ווערן עלטער און יעדער וועט צוריק האבן זיין סמארט-פאון גענוי ווי ביפאר די מערכה. די פאר געשעפטן האבן נישט געקענט ביישטיין די פרעשור וואס די חברה האבן געלייגט אויף זיי, און אזוי ווי ושאינו לשם שמים אינו סופו להתקיים, האט זיך די מערכה געענדיגט, קען מען דאס צוריק ארייננעמען.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יאנקל האט געשריבן:איך האב שוין געזען הונדערטער צייטונגען אין צענדליגער שפראכן לויף פון די יארן, און איך האב נישט געזען קיין איין איינציגע צייטונג וואס איז פול מיט אזויפיל טפשות און אזוי נידריג אין אינטעליגענץ ווי דעם "בלאט".
איך האב נישט געזעהן קיין "הונדערטער", און בעיקר בלויז אידישע, אבער איי פאלי אגרי מיט דיר 101%, טפשות און נידריג אין אינטעליגענץ. און לייג צו אויך גרייזן, גראמאטישע און ספעלינג, און אומריכטיגע ווערטער, און אייגן אויפגעמאכטע אידיש. א שאנד און א שפאט.
עכ"ז האבן זיי אינטערעסאנטע באשרייבונגען, בעיקר אין דעם "אוצר" אפטיילונג. איז קויף איך עס, און פרוביר צו מאכן "תוכו אכל וקליפתו זרק"...
וירח ה' את ריח הניחוח
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
דא האט איר די ליסט פון אמעריקע'ס גרעסטע 100 צייטונגען וויפיל זיי פארקויפן אין וויקדעי'ס און זונטאג. מערקט אן אז דער דעילי ניוז פארקויפט זונטאג 200,000 קאפיעס מער ווי דער פאוסט! די פאוסט איז אייביג שוואך געווען זונטאג.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יאנקל האט געשריבן:איך האב שוין געזען הונדערטער צייטונגען אין צענדליגער שפראכן לויף פון די יארן, און איך האב נישט געזען קיין איין איינציגע צייטונג וואס איז פול מיט אזויפיל טפשות און אזוי נידריג אין אינטעליגענץ ווי דעם "בלאט".
איך האב נישט געזעהן קיין "הונדערטער", און בעיקר בלויז אידישע, אבער איי פאלי אגרי מיט דיר 101%, טפשות און נידריג אין אינטעליגענץ. און לייג צו אויך גרייזן, גראמאטישע און ספעלינג, און אומריכטיגע ווערטער, און אייגן אויפגעמאכטע אידיש. א שאנד און א שפאט.
עכ"ז האבן זיי אינטערעסאנטע באשרייבונגען, בעיקר אין דעם "אוצר" אפטיילונג. איז קויף איך עס, און פרוביר צו מאכן "תוכו אכל וקליפתו זרק"...
כ'ליין שוין נישט יארן די צייטונגן אבער כ'פלעג זיי קויפן אלס געוואוינהייט. (פאר מיר זעלבסט אויף איינצושאלפן שבת נאכמיטאג האב איך א סובסקריפשאן צום ניו יארקער.)
אבער דער בלאט האט מיך געמאכט ברעכן, פשוט דורך מיך דערמאנען וואספארא קיען סטאדע מיר פארמאגן. ס'איז א פחד און א גרויל אז ס'עקזעסטירט דאס מין באשעפעניש פאר וועם דאס קען אנגעריפן ווערן זשורנאליזים אדער ליטעראטור. פעך! דאס איז די גרעסטע אינדייטמענט אויף אונזער אינטעלעגענץ. און מיר האבן זיך די חוצפה צו ריפן אן עם הספר! צו אלע צרות האט מיין זוהן - א טאטער - מיר אנגעהויבן אריינווארפן דער בלאט אין וועגעלע צוליב די בילדער אפטיילונג.
כ'קויף אבער יא די צייטונג, הגם ער האט גענימען א שארפע ירידה לעצטענס. ער האט זיך שנעל דערלערענט פון דער בלאט אז שוא עבוד אלוהים, ס'איז א שאד די הארעוואניע פאר פערפעקשען אין פראפעשיעאנליזים ווען קיינער כאפט אפי' נישט די חילוק. פארוואס צאלן פאר טאלאנט ווען מ'קען צאלן פאר א בחור פון ישיבה וועלכע האט נאך ניטאמאל געשריבן פאר א פורים צייטונג? פארט קויף איך עס וועגן מנשה פילאפף (קאמעדי) און חנא פר"מ (אריגינעלע ארבייט).
מעלות גלייך איך איר סטייל אבער נישט איר סובסטאנץ.
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
כ'קויף אבער יא די צייטונג, הגם ער האט גענימען א שארפע ירידה לעצטענס.
האסט אנגערירט איין ריזען פארוואס איך האב לעצטענס אויפגעהערט מיט'ן "צייטונג".
איך האב אבער דאך מורא אז איך וועל חלילה פארגעסן אלבערט פריעדמאנ'ס "זכור לך", בעט איך ווער ס'קען זאל אזוי גוט זיין און יעדע שטיק צייט דא דערמאנען אז בוש האט צוגעגאנבעט די וואלן פון על גאור אין 2000 מיט די הילף פון די קארופטירטע סופרים קארט.
ולמצוה גדולה יחשב.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:
גערעד צי א גראסערי מאן אין ער זאגט אויך אז דער בלאט גייט זייער אסאך, איך כשלעצמי קויף נישט גארנישט אבער ציליינען קים איך אן צי אלע (פרעג נישט וויאזוי...), איך זעה בכלל נישט פארוואס איר זאגט אזוי קעגן דעם בלאט איך האב מורא'דיג הנאה דערפין נאכדערצי פין זייער "אוצר אפטיילונג" דעס איז לפי עניות דעתי נישט דא אין קיין איין צייטונג.
אין נייעס מעגן זיי א טאקע א שטיקעלע שטיפ אבער היינט קויפן זייער ווייניג מענטשען א צייטונג פאר נייעס עס איז דא אזויפיל אנדערע פלעצער עס צי הערען גלייך אין נישט פארדעם דארף מען ווארטן ביז סוף וואך.
נאר וואס דען דארף מען היינט א צייטונג צי האבן עפעס אנגענעם צי ליינען אויפן וויקענד, אין אויף דאס איז מיינעך דער בלאט זייער זייער גיט. איר ווילט זיך קריגן נישט קיין פראבלעם, דאס איז אבער מיין מיינונג.
איך ווייס עס קימט נישט דא אריין אבער איך האב געזעהן א זאך וואס איז מיר זייער געפאלן איך האב עס נישט ווי צי שרייבן שרייב איך עס דא.
אין די בלאט איך מיין צוויי וואכן צירוק איז געשטאנען איך מיין חינקעס האט עס געשריבען (ביי דע וועי ער איז סאאליד נייעס..) וואס א חילוק צווישן א מענטש וואס איז א פיזיקעל מענטש אין א מאטעמאטישער מענטש?
איינער האט געפרעגט צוויי מענטשן וואס גייט איר טין איר דארפט א טיי, אין איר זענט אין א שטיב ווי עס איז דא א טשייניק, מיט א סינק, אין געז רענטש?
ענפערט איינער איך וועל נעמען די טשייניק אין אנפילן מיט וואסער, אין ארויף לייגן אויפן געז רענטש אין נאכדעם מאכן א טיי. פרעגט מען דעם צווייטער זאגט ער וועט אויך מאכן זיין טיי די זעלבע וועג.
פרעגט ער ווייטער אין וואס גייט איר טין אויב איר זענט אין א שטיב וואס עס איז שוין דא א טשייניק אבער מיט פילע וואסער? ענפערט ער ער גייט אויסגיסען די וואסער אין גיין צי די סינק אין אנפילן מיט פרישע ארויף לייגן אויפן געז רענטש אין ווען עס איז פיניש וועט ער מאכן זיין טיי. די צווייטער ענטפערט ניין ער וועט אויסגיסען די וואסער אין יעצט איז שוין די מצב פינקט ווי דער ערשטען פאל אין אויף דעם האט ער שוין געענטפערט פריער, איז אשאד סתם איבער ציזאגן!...

actually; i'm using my blackberry more than my computer
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
כקאמפיוטער ועוד לקרא
די נייעס היינט צוטאג איז מער ווייניגער אלס מנהג אבותינו בידינו, קומט זיך דער גרויסער שרייבער און מאכט א העד ליין דאנערשטאג צופרי פון א נייעס וואס איז געווען א וואך צוריק דאנערשטאג, קאם אן, 99 פראצענט ליינער קענען שוין די נייעס, אדער פונעם געוועב אדער פון קול מבשר אדער פון....
נאר וואס, ס'דארף האבן גוטע ארטיקלען

- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
דערמאנונג
דער אשכול רעט איבער צירקולאציע
עס איז דא א באזונדערע אשכול איבער דער איד און בלאט
דא רעט מען נומערן אדער שפעקולאציע איבער וויפיל פון איהר ווערט פארשפרייט,
אייער בויך ווייטוגען זאלט איהר אויסבויכען אין די אויבער דערמאנטע אשכולות, נישט דא, פרובירטס זיך צו קאנטראלירען.

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
זר זהב האט געשריבן:כ'קויף אבער יא די צייטונג, הגם ער האט גענימען א שארפע ירידה לעצטענס.
האסט אנגערירט איין ריזען פארוואס איך האב לעצטענס אויפגעהערט מיט'ן "צייטונג".
איך האב אבער דאך מורא אז איך וועל חלילה פארגעסן אלבערט פריעדמאנ'ס "זכור לך", בעט איך ווער ס'קען זאל אזוי גוט זיין און יעדע שטיק צייט דא דערמאנען אז בוש האט צוגעגאנבעט די וואלן פון על גאור אין 2000 מיט די הילף פון די קארופטירטע סופרים קארט.
ולמצוה גדולה יחשב.
ווען איך פלעג ליינען זיינע אנאליזן איז זיין "זכור לך" באשטאנען פון ניקסאן'ס רעזעגנאציע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 55 מאל
Re: צייטונגען צירקולאציע
איך האב עס געזען אבער איך פארשטיי נישט וואס האבען זיי מיטן יוד וויפיל עס ווערן געדרוקט?
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3508 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל
יאנקל האט געשריבן:אין "דער איד" איז די וואך ערשינען מטעם דער USPS די אפיציעלע ציפערן וויפיל קאפיעס עס ווערן געדרוקט. שטעלט זיך ארויס אז דער ציפער איז אין דורכשניט 11,000.
דאס איז זייער אינטערעסאנט! מ'דארף אריינלייגן יעדע שטיק צייט די נומערס, און ביז היינט פלעגט שטיין 60,000 צי מער. איך האב עס נישט פארשטאנען
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
- קלאר
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1230
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 19, 2012 1:06 pm
- האט שוין געלייקט: 162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 192 מאל
יאנקל האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע טעמע, זר זהב.
עס הייסט אז "דער איד" און "דער בלאט" פארקויפן ארום צען טויזנט קאפיעס א וואך, און "דער בלאט" אביסל מער ווי דעם "איד". "די צייטונג" ארום זיבן טויזנט א וואך. פארשטייט זיך אז דאס זענען נישט קיין קלארע פאקטן, נאר וואס מ'שמועסט, און אזוי האב איך אויך געהערט פון א דרוקער וועלכער דרוקט צומאל "אינסערטס" - אנאנסן וועלכע ווערן געדרוקט עקסטער, און ווערן אריינגעשטופט אין יעדער צייטונג.
מען קען אננעמען אז טראצדעם וואס "די צייטונג" פארקויפט ווייניגער קאפיעס, האט זי אבער מער געטרייע לייענער - לייענער וועלכע קויפן איר בשיטה, און לייענען איר ערליך יעדע וואך. משא"כ ביי די אנדערע צוויי צייטונגען זענען ווארשיינליך פאראן טויזנטער וועלכע זענען שוין אזוי פראגראמירט לאנגע יארן צו קויפן די צייטונג לויט דער פארטיי. און טייל פון זיי לייענען עס קוים דורך.
דאס אז "דער בלאט" פארקויפט דאס מערסטע פון אלע אידישע צייטונג איז א שרעקליכע בושה. כאטש איך ווייס דאס נישט פאר א פאקט אז "דער בלאט" פארקויפט טאקע מער, שטימט עס מיט דעם אז "דער בלאט" לייגט כמעט נישט אריין קיין כוחות צו פארבעסערן און פארשענערן די אויסגאבע, אפנים זיי שפירן זיך פארזיכערט מיט זייער לייענערשאפט און האלטן אז דאס וואס זיי שטעלן צו זוכט דער עולם, ווידער "דער איד" קומט כסדר אויף מיט חידושים, און פארשענערט און פארבעסערט, אפנים אין א פארזוך צוצוציען מער קונים.
אז מ'רעדט פון וואו צו אנאנסירן - עס איז קלאר אז היינט איז כמעט נישט ווערד צו אדווערטייזן אין די היימישע צייטונגען. ביי "קול מבשר", וואס ווערט געהערט דורך פיל מער מענטשן ווי די לייענער פון אלע דריי צייטונגען צוזאמען, זעט מען פיל שנעלערע רעזולטאטן.
אריינלייגן כוחות פראבירט יעדער, דער בלאט לייגט טאקע נישט יעדע וואך 10 בריווען ווי ליינער באדאנקען זיך מכלומרשט פאר די נייע גרעפיקס
נאר זיי לייגען כוחות אין אנדערע פלעצער ווי דער איד לייגט אריין
קוק אן אזא סוכות ביילאגע וואס זיי האבען אריינגעלייגט לכבוד סוכות
אין צייט וואס דער איד האט עס אויפגעהערט, אין יוצא געווען מיטן צולייגן ארטיקלן אונעם נישט פאפולערן - תורה אפטיילונג
איך וויל נישט נאכמאל אנהייבן א טענה'ריי, ביידע צייטונגען קענען אסאך מתקן זיין
אפגערעדט ווען ס'קומט צו פאליטיק גייט דער איד זייער ארויס פין די גלייזן בכמות ובאיכות
אין דאס איז די סיבה פארוואס דער איד האט נישט די זעלבע ליינער ווי זיי פלעגן אמאל האבען
ספעציעל זינט דער בלאט איז ארויסגעקומען
דער זאלי וועט אייביג גיין קעגן בלאט אין דער ארוני קעגן איד
די פאליטיק שטיפט יעדן צו זאגען אין קוקען מיט זיין בליק (למשל מיין ידיד זר, דערמאנט עס ניטעמאל אין זיין תגובה, עס עקזעסטירט נישט אזא צייטונג)
די ציפערן פין 10 טויזענט האבען געהאלטן עטליכע יאר צירוק
איך גלייב אז ביידע זענען שוין געוואקסען זינט דאן
דאס אז דער איד האט אנגעגעבן 11 טויזענט ביי די פאסט איז נישט קיין שום ראי' ווייל מ'קען שרייבן וואס מ'וויל (נאכדערצו אז נאכדעם לייגט מען עס אריין אינעם צייטונג כאילו דאס איז דעקונג)
אין דאס מיינט נאכנישט אז אזויפיל פארקויפט זיך אין געשעפט
לגבי די צייטונג שרייבט איינער, אז ער האט באשוואירענע ליינער
דער בלאט אין איד האבען נאך אזעלכע באשווארענע ליינער, טאקע נישט אלס נייעס נאר אלס חסידות/פאליטיק
א' פרידמאן וואלט שוין גערן אויפגעגבן דעם צייטונג, ער דארף זיך נאר ערגעץ אויסגעבן
ער וואלט געקענט באשטיין אז איינס פין די 2 גרויסע צייטונגען זאל אים געבן א פלאטפארמע אין ער זאל נישט האבען די דאגה מיטן נייעס באריכט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1029
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
- האט שוין געלייקט: 1704 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל