ברעיקינג: גרויסע נייעס און עקסקלוסיוו - פרשת החינוך אנטוורפן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
מיילעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 84
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 02, 2013 7:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

ברעיקינג: גרויסע נייעס און עקסקלוסיוו - פרשת החינוך אנטוורפן

שליחה דורך מיילעך »

ס׳קומט יעצט אריין די גרויסע סענסאציאנעלע נייעס און אפילו די דאקומענטען פון בעלגישען מיניסטער פערזענליך. מען קען שוין מגלה זיין די סודות פון חדר וואס גיבט דעם קלארען בילד און די גרעסטע פונקטליכקייט אין אללע פרטים פון די פרשה.

דאס אללעס איז מיר יעצט ערמעגליכט געווארען ב״ה, און איך קען מזכה זיין דעם ציבור דורך דעם וואס איז מיר אריינגעפאלען אין מיין הענט א קאפיע פון א בריוו, געשיקט געווארען אויף א אופן דורכען שר החינוך צו משה אריה פריעדמאן.
דא איז די דאקומענט (דרעפט) פון מיניסטער:
foto 1.PNG
foto 1.PNG (93.79 KiB) געזען געווארן 1995 מאל

foto 2.PNG
foto 2.PNG (92.24 KiB) געזען געווארן 1995 מאל

foto 3.PNG
foto 3.PNG (79.35 KiB) געזען געווארן 1995 מאל

foto 4.PNG
foto 4.PNG (84.9 KiB) געזען געווארן 1995 מאל


ווי עס שטעלט זיך ארויס איז געווען, שפעציעל אין די לעצטע פאר וואכען, א שטארקע צוזאמענארבייט צווישען מ.א. פריעדמאן און דעם חינוך מיניסטעריום. און פאלגענד זענען די פרטים:

די געריכטליכע און פראסידשער וויכוח ביז יעצט צווישען די אדוואקאטען און די מוסדות, איז נישט געווען ווי באריכטעט אקעגען דעם עצם געזעץ נאר קעגען די לויט די טענה פון די מוסדות צו ווייניג צייט פאר די קינדער צו קענען דורכגיין די פארהערען און צו קענען פארלייגען די ענדגילטיגע און אפפיציעלע תעודות נאך פאר די ענדע פונם סקול יאר און אז די מיניסטער האט נישט נאכגעקוקט אללע געזעצליכע מעגליכקייט פון געבען אביסעל מעהר צייט פאר די קינדער. דאס מיינט אז פארן רעגירונג אויסצופירען דעם נייען געזעץ, אין אנדערע ווערטער די פראצעדורע פון צווינגען די עלטערען און צונעמען די קינדער פון די עלטערען וואס האלטען זיך נישט צום געזעץ, וואלט זיך ממילא געדארפט אריינשלעפן אינעם נייען סקאל יאר סעפטעמבער 2014. ערשטענס כדי צו האבען די באווייזען אז די קינדער זענען טאקע נישט איינגעשריבען אין פאבליק סקאלס, און וואלטען געהאט עפעס א מעגליכקייט צו באקומען א צייטוויליגען קארט ארדער וואס פארלאנגט פון די בעלגישע CPS און פראסיקיוטערס וואס זענען אחראים אויף דעם עניין נאך כאטשיק צו געבען א מעגליכקייט פאר די קינדער זיך צו ראטעווען מיטן נאך פארלייגען די תעודה משך פונעם נייען סקאל יאר.

כדי זיך אפצושפארען פון די גאנצע טעאטער, וויכוחים און פארשלעפונגען האט זיך די מיניסטעריום און פריעדמאן צוזאמען מיט די גרעסטע לויער אפיס אין בעלגיע פון די שטאט גענט געאייניגט אויף א פלאן אז דער מיניסטער זאל פארלייגען א דרעפט פאר יוריסטען וואס זאל מציע זיין בודק צו זיין פאר א נייע געזעץ די מעגליכקייט אז דאס עקסעקיוטען און אימפלימענטען דאס געזעץ קעגן די עלטערען זאל זיך ערשט אנהייבען ביים ענדע פון נעקסטע סקאל יאר און מיט דעם זאל אינגאנצען און ענדגילטיק אוועקפאלען די טענה אז די מיניסטעריום האט אפשר נישט גענוג אריינגעקוקט אין די מעגליכקייט פון זיי געבן מער צייט פאר די תעודות.

דאס האט טאקע פאסירט, די מיניסטער האט שוין אנהויב חודש געמאכט דעם דרעפט און מיט דעם באשטייט נישט מער קיין שום מעגליכקייט צו פירען די מינדעסטע וויכוח אויף דעם עניין, און דאס קען מען באצייכענען אלס דער ״שאך מאט״ לטובת דעם נייען געזעץ.

עס איז וויכטיק צו באמערקען, אז די דרעפט דארף נאך דורך גיין פארשידענע קאמיטעס און דורך די פארלעמענט און נאך די ״ראד וואן סטאאט״ (אזא סארט קאנסטיטושינעל קארט וואס איז דן צו די דרעפט איז בכלל געזעצליך). ס׳איז נאך א גרויסע ספק צו דאס קען בכלל דארט די אללע אינסטאנציעס דורך גיין אבער יעדענפאלס קען די מיניסטער שוין זאגען אז ער האט נאך די לעצטע זאך פראבירט.


ווי שוין געזאגט, איז אויך ווען די נייע הצעה ווערט ווען אויך באשטעטיקט, איז נישט נאר אז די נייע געזעץ בלייבט כמות שהוא עס ווערט נאך פארשטערקערט און פארהארטעט און עס נעמט אוועק א יעדע טשאנס נאך אקעגען צו דיסקוטירען. אויך טאמער מען שרייבט זיך נישט איין פאר די בחינות שוין דעם יאר פאר יוני, וואס דאס איז אויך געווען די צוגאנג פונעם רוב מנין ובנין פונעם היימישען ציבור, גייט די רעגירונג אויפטרעטען בכל חומר הדין מיט אלע סאנקציעס וואס איז שייך ביזען צונעמען די קינדער ח״ו.

דערווייל אבער איז קלאר אז עס איז נאך נישט געווען קיין שום פארום אדער קאמיטעט וואס האט דן געווען איבער אט די דרעפט.
אויך איז נישט געווען קיין שום קשר אדער פארהאנדלונגען צווישען די מיניסטער אדער מיניסטעריום און די מוסדות אדער די עסקנים וואס טוען אין דעם עניין.

אויף מסיים צו זיין איז גאר וויכטיג אז עס איז נישט איבערגעבליבען מער קיין שום ספק אז די באריכטען אויף דעם עניין פון פנחס קארנפעלד (למען תדע) און אויך מערערע חרדי׳שע צייטונגען זענען געווען כל כולו שקר און א טייל פון זיי האבען אויך געוואוסט אז זיי זאגען ליגענט פארען ציבור.

- קיין שום געריכט האט נישט אפגעשטיפט און גייט נישט אפשטופען דעם נייען געזעץ

- דער פארלעמענט האט נישט אפגעשטיפט און גייט נישט אפשטופען דעם נייען געזעץ

- קיין שום פארום אדער קאמיטע האט ביזען היינטיגען טאג בכלל נישט דן געווען אין די נושא

- און עס איז נישט געווען קיין שום החלטה אין דעים עניין ביי קיינעם און אין ערגעץ נישט

און ווי שוין געזאגט מאכט די נייע דרעפט פון מיניסטער אויך ווען עס ווערט מאושר נאך שטערקער דעם געזעץ און א סוף צו אללע פאטענציעלע ווייטערדיגע משפטים קעגען דאס אימפלימענטערען פונעם געזעץ, און בעיקר א ״שאך מאט״ איבערען גאנצען עניין.

די דרעפט פונעם מיניסטער, וואס דערווייל האט נאך קיינער נישט באקומען, ווערט יעצט אויפגעדעקט און עקסקלוסיוו עפענטליך געמאכט דא אין קאווע שטיבעל.

http://m.bhol.co.il/Article.aspx?id=63809

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר