מענטשען וואס פייניגען אנדערע אומ'וועלענדיג
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל

כמיין אזא אשכול ווי מקען אויף קלערן אנדערע וואס שטערן דיך איז א גוטע זאך.
איך וועל אנהייבן מיט א געוויסע ציור אין די עולם קען צוענדיגען.
מיין מקווה יעדער אינדערפרי מיינט ביי מיר אסאך, כ'האב אמאל געהערט א ווערטל אז די מענטש מאכט רוב זיינע החלטות אין די שאוער, ביי מיר אין נאך אסאך חסידישע אידן איז דאס אין די בור.
דארט טראכט איך אדורך מיין טאג, גענוי טאמער כ'זאל פראבירען צו כאפן דער מנין אדער ווארטן פאר די נעקסטע, טאמער כ'זאל אהיים גיין אדער קויפן פרישטאג, אריין גיין אין אפיס אדער קודם אין באנק וגו' אלץ בין איך געווענדליך מחליט אין בור. דארט שטעל איך אויס מיין סקעד'זוויל.
אמאל קומט אריין א באקאנטע אין האקט איבער מיין מחשבות אין איך שמעס אביסעל אבער עכ"פ אין די בור איז א פלאץ ווי איך רילעקס,
איינער קראצט די פיס. א צווייטע ציילט די האר, א דריטע שפילט זיך מיט די וואסער א פערטע גייט ארויס קטנים , עקיצור די עולם טוט וואס מ'וויל קיינער שטערט נישט די צווייטע אין שלום על ישראל.
מאכט זיך לעטצענטס א צולאסטע אינגערמאן קומט אריין אין בור לויפט אראפ די טרעפ ווי א צולאסטע חיה, מאכט זיינע ש"י טבילות ווי א ווילדע צאף אין מאכט ווילדע כוואליעס אין מקווה אז מיינע קישקעס דרייען זיך אין יעדער פיהלט ווי ער איז פארכאפט אין א whirlpool.
אינגערמאן, האסט א מזל דא איז דא א צענזור, ווען נישט שרייב איך יעדער שעלט ווארט כהאב געהערט אין מיין לעבן אין יעדער שפראך.
די צומאזיקטע שיכור, מיינסט ביזט ביים טאטן אין וויינגארטען? דא איז א רשות הרבים, אין קען נישט מאכן מיין סדר היום, מקען נישט שמוסען איינער מיטן צווייטען ווייל דיינע טבילות מאכן א רעש עד לב השמים, ווער מיינסטו די ביסט?
זאג נאר? מיינסט טאמער טויבלסט זיך ווי א מענטש אין די שפריצט נישט אן יעדעם איינער וועסטו נישט יוצא זיין? איך בין יעצט ארויס פון בעט מיט א גוטן מצב רוח אין איך בין נישט גרייט צו גיין אויף א ראוליקאסטער גלייך יעצט.
אינגערמאן טיייערע כ'זאג דיך אן מיטן לעבן, אין עונשין אא"כ מזהירין. די קומעדיגע מאל דו טוסט אזאנץ האלט איך דיך אונטערן וואסער פאר 5 מינוט, נאכדעים קענסטו יעדען טאג מאכן ווילדע טבילות.

- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
/
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ישמעאל הכהן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שטוילער אינגערמאן: ייש"כ פאר מאכן מיר אזוי שטארק לאכן אין מוצש"ק. דאס וואס דו פלאנסט צו טון צו דעם צווילדעוועטן צאפ הייסט "וואדער-באורדינג", און ס'איז פארבאטן דורך די רעגירונג. נאר נאכ'ן ווערן אראפגעהאלטן אינטער'ן וואסער פאר 5 מינוט וועט ער שוין נישט קענען אליינס גיין ש"י טבילות. (אפילו איינס אויכעט נישט.). ס'עט מוזן זיין דורך די מעמבערס פון די חברה קדישא...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:02 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
נאכהער איז פארהאנען אזא סארט (אומ)מענטשהייט וואס האבן יארצייט נאכן עלטער-שוויגער יעדער איטליכע וואכן. ער מאנאווירט שוין פון א האלבע שטונדע (שיעור פון שינת הסוס) פון בעפאר די מנין לאזט זעך ארויס אויפן ראנוועי, אבער הייבט ערשט אן ברכות צוועלף מינוט נאך די צייט. זאגט הויך אויפן קול ברכות, פארנט, תפילת רבי אלימלך, קרי״ש לפי שיטת עדות המזרח ונוסח האר״י, וידוי דרבינו ניסים, און זאגט ערשט קדיש פון בעפאר הודו נאכן פארזיכערן (פערצן מאל, און דייקא בקול רעש גדו״ל ווי א קט״ן) אז ער האט צען מתפללים גרייט ׳צום באפעל׳. צו אלדאס בייזן איז ער נאך צושטרודעלט קלייבעריש מיט זיינע מתפללים. זיי מוזן זיין גדולים לכל הדיעות (כ׳האב טאקע גרייט געמאכט שתי שערות פאר proof), זיי זענען געגאנגן טבילת עזרא, גייען נישט צום כותל, האבן נישט וואט״ס עפ״פ אויף זייערע טעלעוויזיעס וכד׳ וכד׳
אלזא, די מנין איז שוין 22 מינוט דילע״י. די קאנטראלער טורעם ליארעמט שוין אויפן העכסטן טאן. און העממממממ.... אונזער שליח ציבור צינדט אן דעם ענדשזי״ן. קדיש איז שוין אויך פאריבער מיט סוקסעס. יאלא... ער הייבט אן ידיד נפש כמונה מעות. איך טא א שטילע געבעט צו גאט אז ער ציט נישט חיונה פון קעשן טשעקס. ווייל אויב איז דאס זיין סטאנדארט פון מונה מעות (פילייכט פאסט מער אויף עהם די טיטול כמונ״ה שעו״ת ודו״ק) דאן לייזט ער נישט קיין גאנצע אכט און אכציג סענט א טאג.
צו מאכן א לאנגע פיקציע קורץ... די ששה מתפללים געיעג חזר׳ט איבער פאר ויברך דוד, ברכו, קריאת שמע און שמונה עשרה.
און ווי אויף להכעיס האט ער יארצייט דווקא אויף א שני וחמישי... נאר וואס׳זשע דען ?!?
דער שמו״ע האט מיר דערמאנט פון מיין רבי׳ס -א נאדבורנע און דעעשע אייניקלס- נענועים. געשאקלט אויף אלע פיר רוחות. איינשטיין וואלט ווארשיינלעך אויך נישט געקענט אויספיגרירן וויאזוי די בענדלעך פון זיין טלית שכולו געל-ברוין האט געקענט אנשמייסן אלע -אבער טאקע אלע- אידן פון ד׳ אמות ארום עהם. מיין סברה מאנט איינצוזעצן אז דאס איז איינע פון די ניסים פונעם בית המקדש מעט. און אפשר טאקע בזכות פון זיין לייטזעחיגע עלטער-שוויגער (הריני כפרת משכבה). דאס מאכט דאס מערסטע סענס אטא-דא.
בקיצור/באריכות. ער האט נאך וויכטיגס צו ערלעדיגן קודם. ראשית כל קומען די רש״י בענדלעך אראפ מיטן פולן טעמפא. ער שיסט פול-זאגענדע סטראשענונגען צו אלע שיפקייטן אז קייייייינער זאל זיך נישט וואגן איבערצונעמען דאס ברעטל. לויפט ארויס און לעשט אויס אלע לעכט אונטערוועגנס מיט דעם ווינט ליפטל וואס זיין געלויף האט באשאפן און קומט צוריק פיר מינוט דערויף מיט קמח ישן נושן און אלטע אל״ד וויליאמסבור״ג (א דאפלט לשון) און איז ביי זיך זעכער אז דאס וועט איבערבעטן דעם עולם פאר די טירחא (הע הע. יעצט איז מען עהם שוין שולדיג אויך). לויפט ארויס צום צווייטן מאל טשעקן אויב ס׳דא א רבי׳שע יארצייט צו פארשפארן תחנון (מיין קאלקולעיטאר האט אויסגערעכנט אז מ׳האט פארלוירן 7 מינוט צו זען אויב מ׳קען שפארן א 4 מינוטיגע תחנון... ער ווארשיינליך האט אדער נישט געטראכט אדער נישט גענוצט זיין קרו״ם של מוח). און.... יא... צוגעטראפן... ער הייבט אן ארויפשליידערן די רבינו תם׳ס.
מענטשן הייבן אן שושקען, פליקן ווי די פרחי כהנים אין משניות יומא (פרק א׳ משנה ה׳), זאגן נאאאאא ברוך. וואס מיינט איר? ער האט אוודאי אנגעהובן גלייך? זיכער!!!
ניין! Wrong!! ער זאגט די ד׳ פרשות און יאגט אריין א הילכיגן פסק פאר עפעס א בחור וואס האט געטרויט צו אויסדרוקן א אומצופרידענע מינע אויפן געזיכט. אבער א פסק. ס׳האט מיר געוואלט כאפן א בילד פון דעם ספעקטאל און אריינלייגן אין ׳א הילף פארן קינד׳ ביי די טייטש פון ׳אזל סימקא ואתי חיורא׳. דער בעל הילולא האט שוין געזעטיגט זיין בלוט-דרוק. א האלבע מנין איז שוין אנטלאפן ווייל די זייגער שפרייזט דא כאילו לא הי׳ און דער חזן/חזיר הייבט ענדליך אן חזרת השנאפס (צ״ל הש״ץ).
די עליות האט ער שוין פארשטייט זיך באקומען פאר א שיבוש. סיי קיינער האט נישט געוואגט צו אויסקויפן און סיי ס׳שוין נישט געווען ווער ס׳זאל אויסקויפן, סיידן אפאר מינדעריעריגע בחורים וואס ווילן נישט ספענדן זייער ספענדינג געלט אויף א פארלוירענע קאמף. דער חאזען האט געגארגלט אן עלי׳ אז די שוויגער -ווען זי וואלט דאס געהערט בחיים- וואלט זי עהם זיכער דערווארגן מיט איר אייגענע צוויי הענט.... שוין מ׳האלט שוין ביים יום. דער מה יעשה׳ניק זעט אויס פורים׳דיג. ער הייבט אן מיטן דינסטאג׳דיגן יום. ס׳ווערט א טימל. א געלעכטער. ער בייזערט זיך און ס׳קומט שוים ביי די פאררויכערטע וואנצעס. ער ווארענט מיטן פינגער כה וכה. און פיינעלי ער ענדיגט קוה, עלינו, קדיש יתום, ר׳ חנניא בן עקשיא, תהלים, משניות, תמניא אפי. ענדליך ער הויבלט פונאדער די תפילין. איר מיינט אוודאי אז ער איז שוין זאט. א נעכטיגס. איצט אז ער קען שוין רעדן דברי חול שיבט ער אריין פסקים פאר אלע וואס האבן געיאגט זיין 2 שטונדיגע תפילת נדבה. ער נעמט ארויס יעדעס מעגליכע קללה פון ארסאנעל. און שעלט אז ממש ער ברעכט דעם חפץ חיים ז״ל׳ס סטאטיסטיק פון אז מענטש רעדט מאקסימום 200 ווערטער א מינוט.
הפנים, וועלנדיג עם מפייס זיין, זעץ איך מיר צו דעם מזומן וואס האט בלית ברירה געזעצט זיך צו דעם תיקון. וואס זאל איך אייך זאגן ליבע פריינט... איך לייד נאכאלס פון דעם תיקון. כ׳בין חושד אז דאס האט נאך די עלטער-שוויגער געבאקן.
דיע סארט ברואים -טאקע א פיקטיווע געשיכטע אין מיין פאל, אבער געבויט אויף אמת׳ע געשיכטעס- דרייען זעך אין א יעדע שול. נעמען ארויס די שיני הקרקישתא פון דאס מענטשהייט. טרעטן אויף אלעמנס הינער אויג מיט אזוינע פסיעות גסות. און... חוץ זיך רעגן קען מען צו זיי טון זילטש, זערא, גארנישט!!!

ווי האט נאר דער געביפטע עם הארץ געשריבן צו זיין פריינט ״אתה מעכיל, ושמך מעכיל, וכל אשר לך מעכיל״
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:02 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 23
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 18, 2014 8:02 pm
- האט שוין געלייקט: 42 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 38 מאל
אויף איין געוויסע קאטשע-לאפניק ביי אונז אין שול איז דאס פאלגענדע ווערטל א גוט גייענדער ארטיקל:
ר׳ פלוני אלמוני׳ס זיידע נ״ע איז אוועק אין די ביטערע קריג, אין א שיינעם שבת. זינט מ׳דענקט נישט גענוי דעם דאטום, גייט ער (לדבאונינו) צו א יעדן שיינעם שבת.
כ׳האב אמאל געהערט א ׳מגיד מראשית אחרית׳ טייטשן דעם ׳על חטא שחטאנו לפניך באונס וברצון׳ וואס איז קאי וקיימא אויף אזוינע זויערע אידן וואס קלעבן צום ברעטל. און פארוואנדעלט דעם חטא פאר אן אונס ״און״ א רצון.
רצון, מטעם דעם בעל תפילה. אונס, פאר אונז אומשולדיגע צוהערער.
דיע חזנים/נערנים, זאלן זיי ווען האבן אויגן פון אהונטער (ווי די מלמד אין חדר האט אונז געוואלט איינרעדן אז ער האט) וואלטן זיי געקענט זען אלע פרצופים פונעם הויפט זייט אויפן emojy keyboard ביינעזאם אויפאיינמאל ביי זיין מנין. פון דא איז טאקע מוכח אז די מלמד האט ליגנט געזאגט. ס׳קאן נישט אנדרעש זיין.
ר׳ פלוני אלמוני׳ס זיידע נ״ע איז אוועק אין די ביטערע קריג, אין א שיינעם שבת. זינט מ׳דענקט נישט גענוי דעם דאטום, גייט ער (לדבאונינו) צו א יעדן שיינעם שבת.
כ׳האב אמאל געהערט א ׳מגיד מראשית אחרית׳ טייטשן דעם ׳על חטא שחטאנו לפניך באונס וברצון׳ וואס איז קאי וקיימא אויף אזוינע זויערע אידן וואס קלעבן צום ברעטל. און פארוואנדעלט דעם חטא פאר אן אונס ״און״ א רצון.
רצון, מטעם דעם בעל תפילה. אונס, פאר אונז אומשולדיגע צוהערער.
דיע חזנים/נערנים, זאלן זיי ווען האבן אויגן פון אהונטער (ווי די מלמד אין חדר האט אונז געוואלט איינרעדן אז ער האט) וואלטן זיי געקענט זען אלע פרצופים פונעם הויפט זייט אויפן emojy keyboard ביינעזאם אויפאיינמאל ביי זיין מנין. פון דא איז טאקע מוכח אז די מלמד האט ליגנט געזאגט. ס׳קאן נישט אנדרעש זיין.
ווי האט נאר דער געביפטע עם הארץ געשריבן צו זיין פריינט ״אתה מעכיל, ושמך מעכיל, וכל אשר לך מעכיל״
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'פאראן אידן וועלכע זענען זייער שטארק "פרום" אויפ'ן חשבון פון א צווייטן און א דריטן, וכו'. למשל דער חשוב'ער איד וואס איז מיר א שטיקל קרוב. (איך בין דארט נישט קיין זון אדער איידעם.). ר'האט בליעה"ר א דאזן זין'ען און דריי איידעמער. ווען ער האט אנגעהויבן חתונה מאכן זיינע קינדער האט ער ביי די סעודה פרייטיג ביינאכט אין שבת פון באווארפן אנגעזאגט דעם קעיטערער אז ער זאל נישט אנהייבן ארויסגעיבן די מאכלים ביז ער איז פארטיג מיט אלע פיוטים און יוצרות (אויסער שלום עליכם) ווי ווידוי דרבינו נסים, וכו' וועלכע ער האט פארשטייט זיך געזאגט מיט גרויס מתינות (נישט מתיקות) כאדם המונה מעות, ממש גאנצע שעות..און דער עולם איז צו-פלאצט געווארן פאר הונגער און נערוון... ביי די שפעטער'דיגע חתונות האבן שוין די קינדער אליינס איבערגענומען דעם רעדל און מ'האט געלאזט דעם טאטן/שווער/מחותן אויסזאגן דעם גאנצן זמירות לשב"ק עפ"י גדולי המקובלים, נ"ע. און זיי האבן געמאכט קידוש נארמאל...און דער טאטע, זז"ג האט געמאכט קידוש ווען דער עוילעם האט שוין געהאלטן נאכ'ן לחיים נאך די פיש. און א מאל שפעיטער...
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
א מין חוצפה,
כ'שטיי דא אין באנק, כווארט ווי ס'זאל קומען מיין טשענס צו גיין צום פענסטער, כ'בין נערוועז, הייס, הונגריג, מיד, אבער וואס קען מען טוען? ס'דא מענטשען פאר מיר, אין א שיקצה שטארט כאילו זי האט ספיד באמפס אין קאפ (קרעדיט סושי פיש).
מיטאמאל קומט אריין א גראבע פרעכע ממזר א חזיר פון א אינגערמאן אין וואקט צו צום פענסטער כאילו מ'מיינט נישט עיהם,
די שייגץ,
כ'בין אויך נערוועז מיין מעיטער גייט אויס לויפן, מיין ווייב שרייט אויך אז זי דארף מיין העלף, כ'האב אויך היינט ני שט אריין גענומען אזאך אין מויל, מיין גראסערי ארדער איז וויינגער חשוב ווי דאנס?
כ'וויל וויסען וואס יענער האט געטראכט בשעת מעשה, איי מיין ווד''ה?
סתם ער געבט נישט קיין שיט פאר קיין צווייטע? ער האט נישט באמערקט די שירה? ער איז א רעבישע אייניקעל?
ער האט מזל כ'בין א ''שטילע אינגערמאן''. אנדריש טראג איך עיהם ארויס פון באנק מיט א שטויס אז ער וועט נישט קענען אןזיצן מארגן ביים סעודה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שטילע אינגערמאן, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
הנני משתתף בצערתך,
כ'האב געהאט א ענליכע מעשה אפאר וואכן צוריק, איך האב געוואלט אריינגיין אין א רעסטוראנט קויפן א קליינע סענדוויטש, און איך האב פשוט געזוכט פארקינג, בשעת איך פארק אריין קומט צו פליען א גרויסער סאבורבן מיט חוצפה אונטער מיר, און פארקט אין פארנט פונעם געשעפט אומלעגאל, און לויפט אריין בלויז 2 סעקונדעס בעפאר מיר, און ער איז שטייצעך אנגעקומען ערשט, און ער האט געמאכט א לאנגע ארדער פון 15 מינוט, בשעת איך שטיי הונטער אים און ווארט מיט געדולד (?) איך האב געוואלט פלאצן (מעשה לסתור...), פארוואס יענע סטאר האט נאר איין פארקויפער איז אויך א קשיא, אבער דאס קען מען נאך אראפשלינגען, אבער די חוצפה פון אזעלכע אידן איז שווער צו שלינגען.
נו שוין, כפרת עוונות.

וירח ה' את ריח הניחוח
- שטילע אינגערמאן
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1009
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
- האט שוין געלייקט: 603 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1999 מאל
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
ווילסט הערן עפעס וואס איז טאקע ריין רשעות. יענער פארט ארויס פון זיין פארקינג אריין אין שאסיי, ער זעט זיכער ווי אנדערע קארס פארן שנעל. ער קען עס טאקע מאכן אן פאראורזאכן אן עקסידענט אבער פארוואס קענטסו נישט ווארטן נאך איין רגע? דער וואס פליט גייט דארפן מאכן א שנעלן סטאפ און פארלירן דעם שוואונג! האלט אויס נאך איין רגע ביטע!
ראדיא באריכטער פאר ק''ש
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
און אז מ׳רעדט שוין פון פארקינג, די יעניגע וואס פארקן אן זיך רעכענען און לאזן פלאץ פאר א צווייטן גייט ביי מיר אריין אין די קאטאגאריע אז ״מיט אים בין כ׳מיך נישט משדך״, אזא אוממענטשהייט! מ׳ברויך אזא איינעם קאנפיסקירן די לייסענס, וואס ׳עט שוין געשען? ס׳וועט דיר קאסטן נאך א 20 סעקונדעס צו קוקן אין שפיגל און זיך רוקן אביסל?! מיר ׳עט דאס קאסטן נאך א האלבע שעה זיך ארום דרייען נאכאמאל און נאכאמאל בו בזמן וואס כ׳וועל יעדעס מאל דארפן צוקוקן ווי דיין קאר׳ל זיצט זיך בא׳גדול׳ט כאבן שאין לה הופכין אזש ביז די אדערן וועלן מיר ארויסקריכן פונעם שטערן
!Take another second, and be a freakin' MENTCH

כאן, חבל טבור הארץ.
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שמעקעדיג האט געשריבן:הנני משתתף בצערתך,
כ'האב געהאט א ענליכע מעשה אפאר וואכן צוריק, איך האב געוואלט אריינגיין אין א רעסטוראנט קויפן א קליינע סענדוויטש, און איך האב פשוט געזוכט פארקינג, בשעת איך פארק אריין קומט צו פליען א גרויסער סאבורבן מיט חוצפה אונטער מיר, און פארקט אין פארנט פונעם געשעפט אומלעגאל, און לויפט אריין בלויז 2 סעקונדעס בעפאר מיר, און ער איז שטייצעך אנגעקומען ערשט, און ער האט געמאכט א לאנגע ארדער פון 15 מינוט, בשעת איך שטיי הונטער אים און ווארט מיט געדולד (?) איך האב געוואלט פלאצן (מעשה לסתור...), פארוואס יענע סטאר האט נאר איין פארקויפער איז אויך א קשיא, אבער דאס קען מען נאך אראפשלינגען, אבער די חוצפה פון אזעלכע אידן איז שווער צו שלינגען.
נו שוין, כפרת עוונות.
שמעקעדיג: איך האב שטארק מיטלייד מיט דיר און מיט שטילע יונגערמאן. די מעשיות געשעען א יעדן טאג, ליידער. נאר דו קענסט רואיג זיין אז ער האט אזוי גילערנט ביי זיין טאטע און זיין מאמע אינדערהיים. ער איז אזוי אויפגעוואקסן. ר'האט אייביג געזעען און געהערט וויאזוי מ'האט א יעדן אויסגעשפילט, זיך אריינגעשטיפט, וכו'. ווייל דרך ארץ און מענטשליכקייט , און דאס פארקערטע לערנט מען זיך אין שטוב ביי די עלטערן. איך האב געקענט א משפחה וועלכע האבן געהאט א זון וואס איז געוועין א פשוט'ער גנב און איינברעכער, ל"ע. ר'האט אפילו געיושב'ט. קיין נארמאלן דזשאב האט ער נישט געהאט. זיין קאפ איז אייביג געגאנגען אויף גניבות און שווינדל. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם. האט מען אמאל געשמועסט איבער די משפחה, און וואס פארא רחמנות ס'איז אויף זיין טאטע און מאמע. און די בושות וואס ער מאכט זיי אן. האטציך איינער (וועלכער האט גיקענט די משפחה פון נאנט) אנגערופן. אז ס'נישט קיין חידוש. ער האט פון אלס קליין יונגל אייביג געהערט אין שטוב וויאזוי מ'האט דעים און יענעם אויסגעשפיעלט אדער באגנב'עט. זיין מאמע (בגן עדן? תהא מנוחתה?) האט איהר אייגענעם ברודער באגנב'ט אויף א גרויסן סכום געלט. פון די טענענטס האט זי געמאכט פאטאש... ממילא איז נישט קיין חידוש. דער ווינדער איז נאר אז די איבעריגע קינדער זענען יא אויסגעוואקסן נארמאל...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.