מענטשען וואס פייניגען אנדערע אומ'וועלענדיג

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שטילע אינגערמאן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1009
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 23, 2013 12:54 am
האט שוין געלייקט: 628 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2010 מאל

מענטשען וואס פייניגען אנדערע אומ'וועלענדיג

שליחה דורך שטילע אינגערמאן »

כמיין אזא אשכול ווי מקען אויף קלערן אנדערע וואס שטערן דיך איז א גוטע זאך.
איך וועל אנהייבן מיט א געוויסע ציור אין די עולם קען צוענדיגען.

מיין מקווה יעדער אינדערפרי מיינט ביי מיר אסאך, כ'האב אמאל געהערט א ווערטל אז די מענטש מאכט רוב זיינע החלטות אין די שאוער, ביי מיר אין נאך אסאך חסידישע אידן איז דאס אין די בור.
דארט טראכט איך אדורך מיין טאג, גענוי טאמער כ'זאל פראבירען צו כאפן דער מנין אדער ווארטן פאר די נעקסטע, טאמער כ'זאל אהיים גיין אדער קויפן פרישטאג, אריין גיין אין אפיס אדער קודם אין באנק וגו' אלץ בין איך געווענדליך מחליט אין בור. דארט שטעל איך אויס מיין סקעד'זוויל.

אמאל קומט אריין א באקאנטע אין האקט איבער מיין מחשבות אין איך שמעס אביסעל אבער עכ"פ אין די בור איז א פלאץ ווי איך רילעקס,
איינער קראצט די פיס. א צווייטע ציילט די האר, א דריטע שפילט זיך מיט די וואסער א פערטע גייט ארויס קטנים :twisted: , עקיצור די עולם טוט וואס מ'וויל קיינער שטערט נישט די צווייטע אין שלום על ישראל.

מאכט זיך לעטצענטס א צולאסטע אינגערמאן קומט אריין אין בור לויפט אראפ די טרעפ ווי א צולאסטע חיה, מאכט זיינע ש"י טבילות ווי א ווילדע צאף אין מאכט ווילדע כוואליעס אין מקווה אז מיינע קישקעס דרייען זיך אין יעדער פיהלט ווי ער איז פארכאפט אין א whirlpool.
אינגערמאן, האסט א מזל דא איז דא א צענזור, ווען נישט שרייב איך יעדער שעלט ווארט כהאב געהערט אין מיין לעבן אין יעדער שפראך.
די צומאזיקטע שיכור, מיינסט ביזט ביים טאטן אין וויינגארטען? דא איז א רשות הרבים, אין קען נישט מאכן מיין סדר היום, מקען נישט שמוסען איינער מיטן צווייטען ווייל דיינע טבילות מאכן א רעש עד לב השמים, ווער מיינסטו די ביסט?
זאג נאר? מיינסט טאמער טויבלסט זיך ווי א מענטש אין די שפריצט נישט אן יעדעם איינער וועסטו נישט יוצא זיין? איך בין יעצט ארויס פון בעט מיט א גוטן מצב רוח אין איך בין נישט גרייט צו גיין אויף א ראוליקאסטער גלייך יעצט.
אינגערמאן טיייערע כ'זאג דיך אן מיטן לעבן, אין עונשין אא"כ מזהירין. די קומעדיגע מאל דו טוסט אזאנץ האלט איך דיך אונטערן וואסער פאר 5 מינוט, נאכדעים קענסטו יעדען טאג מאכן ווילדע טבילות.

דער אשכול פארמאגט 17 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר