אשכול פאר גייסטיש-אומסטאבילע ניקס
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
אשכול פאר גייסטיש-אומסטאבילע ניקס
[justify]ווי באקאנט האט זיך 'קאווע שטיבל' אויסגעברייטערט אויף א ריזן פארנעם, און ווערט היינט פאררעכענט אלס די סאמע שטערקסטע, און מערסט-אויפגעכאפטע היימישע נייעס קוואל.
אויסער די נייעס און טיפזינגע, פילדייטיגע שמועסן, איז 'קאווע שטיבל' דער גאזעט און שופר פון דאס יהדות החרדית, וואס פארמאגט נישט קיין איין איינציג אויפריכטיגע ליטעראטורישע ווערק, סיי געדריקט און סיי אויפן געוועב.
עס איז א נחת צוצוזעהן ווי מיט יעדער פארבייגייענדער טאג וואקסט אונזער שטיבל לאורכה ולרוחבה. עס מערן זיך אונזערע מעמבערס כחול הים, וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. פארשטייט זיך, אז כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין נקיהם שווין, און יעדער ניק האט זיך זיין אייגנארטיקייט און אריגינעלקייט. אבער הצד השווה, אז יעדער גיבט עפעס צו צו דאס מקום.
אונזער קהילה איז מער-ווייניגער צעטיילט אין אפאר קאטעגאריעס: די מער פרומערע פראקציע, די מער מאדערענע (רח"ל), אויבער-חכמים, אונטער-חכמים, סארקאסטישע, ערענסטע, אויפגעקלערטע, יושבי חושך — און טייל וואס זענען גאר אזא כמו טשאקלעד-ווענילע בלענד, ד"ה א געמישאכטס פון עטליכע סארט לאגערן.
נעמט א ביישפיל אזא איינער ווי [tag]יאיר[/tag]. פון איין זייט נעמט זיין דאווענען מער ווי צען מינוט (פרום), מאידך גיסא גייט ער גלעזער מיט דיקע הענטלעך (מאדערן), ער שפאט אפ פון שריפת הלולבים (אויבער-חכם), פארשטייט זיין חבר וואס יאגט זיך ערב פסח (אונטער-חכם), הערט נישט אויף טרייבן ליצנות (סארקאזם), מקפיד אויף די ערשטע מצוה אין דער תורה (ערענסט), בקיצור, ממש א בלענד.
איך וועל מיר באגנוגענען מיט איין משל, אבער דער עולם כאפט וואס איך מיין.
אלנפאלס, יעדער גע'מל'טער אייניקעל פון אברהם געפינט זיך דא דאס פלאץ. איז אבער דא איין סעקטע —צי גרופע — פארשוינען, וואס זענען לעת עתה נישט קיין חלק פון 'קאווע שטיבל' — און דאס איז דער כת המטורפים. אקעי, כ'ווייס ס'וועלן זיין איצט מאנכע וואס וועלן טייטלן מיט'ן פינגער על דא ועל הא, אבער נאך אלע מעשיות זענען נישטא דא קיין ערענסטע נערווען קראנקע. און ס'איז באמת נישט יושר; משוגעים קענען זיין זיס. און לאמיר זיך נישט נער'ן: איר קענט זיין זיכער אז טייל רעגיסטרירטע ניקס זענען נישט מיט אלעמען, אלא מאי? אדער האבן זיי נישט די נויטיגע קוואליפיקאציעס צו שרייבן, אדער זענען זיי ביישנים בטבע און האבן מורא וואס די א.ג. 'נארמאלע" וועלן טראכטן וועגן זיי.
דערפאר האב איך מחליט געוועהן צו עפענען א ספעציעלער אשכול לכבודם וואו זיי וועלן זיך קענען שפירן פריי צו רעדן אפילו נארישקייטן און דברים של מה בכך. דא וועט הערשן טאלעראנץ און רעספעקט אויפן העכסטן פארנעם. ציניזם און סארקאזם איז שטרענג פארבאטן, און וועט אין קיין שום פאל נישט טאלערירט ווערן.
דער אשכול וועט פונקציאנירן ווי א משוגעים-הויז. דהיינו, דא וועט מען ארום וואקן לאכענדיג על לא דבר, און ארויסלאזן מאדנע מאיומ'דיגע קולות. עס איז רעקאמענדירט פאר 'געזונטע' צו שטיין ווייט און ניטאמאל עפענען דעם אשכול.
אקעי, כ'ווער שוין אליין משוגע.[/justify]

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
די דאקטוירים מעגן זיך אויך דרייען דא?
אדער דאס איז נאר פאר די פאציענטן.
אדער דאס איז נאר פאר די פאציענטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
The joke's on you!
דו האסט נישט קיין אהנונג וויפעל פראמינענטע ניקס דא, וואס דו נעמסט אן זייער דעה בכובד ראש, וואס אין ריל לייף ווען יענער וואקט אריין אין קאווע שטיבל האסטו פונקט געענדיגט דיין קאווע און דו יאגסט זיך ארויס ווייל דו ווילסט נאך כאפן א ברכו. איי מ'דאווענט מנחה יעצט? וואסאחילוק, דער מטורף פארשטייט סייווי נישט.
דו האסט נישט קיין אהנונג וויפעל פראמינענטע ניקס דא, וואס דו נעמסט אן זייער דעה בכובד ראש, וואס אין ריל לייף ווען יענער וואקט אריין אין קאווע שטיבל האסטו פונקט געענדיגט דיין קאווע און דו יאגסט זיך ארויס ווייל דו ווילסט נאך כאפן א ברכו. איי מ'דאווענט מנחה יעצט? וואסאחילוק, דער מטורף פארשטייט סייווי נישט.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
געפילטע פיש האט געשריבן:The joke's on you!
דו האסט נישט קיין אהנונג וויפעל פראמינענטע ניקס דא, וואס דו נעמסט אן זייער דעה בכובד ראש, וואס אין ריל לייף ווען יענער וואקט אריין אין קאווע שטיבל האסטו פונקט געענדיגט דיין קאווע און דו יאגסט זיך ארויס ווייל דו ווילסט נאך כאפן א ברכו. איי מ'דאווענט מנחה יעצט? וואסאחילוק, דער מטורף פארשטייט סייווי נישט.
דאס איז נישט די חסרון אין קאווע שטיבל, נאר אין ריעל לייף.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
כ'האב געטראפען אין שומר שבת דער וואס ליינט דארט די פאסט, און כ'האב אים געפרעגט צו ער וויל קומען שמועסען אין קאווע שטיבעל, האט ער מיר געזאגט ער איז זעהר פארנומען, און בכלל האט ער נישט ליב דארט צו שמועסען ווייל מען קען נישט דארט זיצען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
אפטעמיסט: דו געסט רשות. איך מעיג אריינקומען אין דעים אשכול? שקויעך!...
ס'געווען אמאל א מעשה. א (נארמאלער?) מענטש איז אמאל אדורך געגאנגען פאר א משוגעים הויז. זעהט ער ווי ס'דרייט זיך דארט א פאציענט. איז ער צו געגאנגען צו איהם און געט איהם א ברייטן שלום עליכם. ער הייבט אן שמועסן מיט איהם און ער זעהט אז דער מענטש ענטפערט צו דער זאך. האט זיך דער פארבייגייער געוואונדערט פארוואס מ'האט איהם איינגעשפארט דא. ער שמועסט נאך ווייטער. און האלט זיך אין איין וואונדערן פארוואס מ'האלט דא אזא "נארמאלן" מענטש. נאך א שעה פון שמועסן איז דער אורח מיעד געווארן און ער זאגט פאר דעם פאציענט. "קום. לאמיר זיך אראפזעצן אויפ'ן באנק". רופט זיך אן דער פארשוין אז ער קען נישט ווייל זיין מח---ה איז געמאכט פון גלאז......
ס'געווען אמאל א מעשה. א (נארמאלער?) מענטש איז אמאל אדורך געגאנגען פאר א משוגעים הויז. זעהט ער ווי ס'דרייט זיך דארט א פאציענט. איז ער צו געגאנגען צו איהם און געט איהם א ברייטן שלום עליכם. ער הייבט אן שמועסן מיט איהם און ער זעהט אז דער מענטש ענטפערט צו דער זאך. האט זיך דער פארבייגייער געוואונדערט פארוואס מ'האט איהם איינגעשפארט דא. ער שמועסט נאך ווייטער. און האלט זיך אין איין וואונדערן פארוואס מ'האלט דא אזא "נארמאלן" מענטש. נאך א שעה פון שמועסן איז דער אורח מיעד געווארן און ער זאגט פאר דעם פאציענט. "קום. לאמיר זיך אראפזעצן אויפ'ן באנק". רופט זיך אן דער פארשוין אז ער קען נישט ווייל זיין מח---ה איז געמאכט פון גלאז......
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב מיר געראכטען אויף מער משוגעים. דער אשכול זעהט אויס ווי א בית הקברות
קריינא דאיגרתא, איהו ליהוי פרוונקא.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 180
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
- האט שוין געלייקט: 624 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל
- מ גפני
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1001
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
- האט שוין געלייקט: 1135 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:אפטעמיסט: דו געסט רשות. איך מעיג אריינקומען אין דעים אשכול? שקויעך!...
ס'געווען אמאל א מעשה
מענין לענין איז דא די באקאנטע מעשה מיט בן-גוריון וואס איז געגאנגען באזוכן א בית משוגעים, דרייט ער זיך דארט ארום און ער טרעפט אן איינעם, ער הייבט אן שמועסן מיט איהם און ער זעהט אז דער מענטש ענטפערט צו דער זאך, גיט ער אים א פרעג: זאג נאר ווער ביסטו? רופט זיך אן דער פאציענט: "וואס הייסט דו ווייסט נישט? איך בין דאך דער ראש ממשלה בן-גוריון!!" בן-גוריון ווערט גערעגט און שרייט צוריק: "איך בין בן גוריון דער ראש ממשלה" ס'איז געגאנגען קולות און פעטש אהין און צוריק, ביז די הנהלה האט ביידע פארטריבן פונעם אנשטאלט, און עד היום ווייסט מען נישט וועלכער פון די צוויי איז געווען דער ריכטיגער ראש ממשלה....
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
און איך קען א מעשה פון צוויי מענטשן וואס האבן זיך (נישט) געטראפן פרעגט איינער דעם צווייטן: ווער ביסטו? זאגט ער סאטמר רבי. שרייט דער צווייטער ניין!!!! איך בין סאטמר רבי! ! זיי האבן זיך אנגעהויבן צו שלאגן. און עד היום ווייסט מען נישט ווער ס'איז דער ריכטיגער סאטמערער רבי.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
- למדן
- היימישער באניצער
- הודעות: 507
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 128 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל
מאטי האט געשריבן:און איך קען א מעשה פון צוויי מענטשן וואס האבן זיך (נישט) געטראפן פרעגט איינער דעם צווייטן: ווער ביסטו? זאגט ער סאטמר רבי. שרייט דער צווייטער ניין!!!! איך בין סאטמר רבי! ! זיי האבן זיך אנגעהויבן צו שלאגן. און עד היום ווייסט מען נישט ווער ס'איז דער ריכטיגער סאטמערער רבי.
עטליסט קיינער קומט נישט פון משוגעים הויז