כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
כפירה בביאת המשיח רח״ל! הייתכן?!
עס איז א ביסל א האקעלע נושא, איך האב אסאך געטראכט צו איך זאל רעדן דערוועגן אדער נישט, אבער איך מיין אז אזא תופעה טאר נישט פארשוויגן ווערן.
דער נושא איז, אמונה בביאת המשיח. ווי יעדער פון אונז גלייבט באמונה פשוטה, אני מאמין באמונה שלמה בביאת המשיח, ואף על פי שיתמהמה, עם כל זה אחכה לו בכל יום שיבוא. דאס איז איינס פון די י״ג עיקרים.
אבער צו מיין אנטוישונג זעה איך אסאך מאל, ווי ערנסטע חסידישע יונגעלייט מאכן אוועק במחי יד אט די גאנצע פעלזן פעסטע אמונה.
ניין. איך גיי נישט רעדן איבער דאס וואס מען קען באמערקן בעקיפין אין יעדן צווייטן אז זייער אמונה בביאת המשיח איז זייער שוואך רח״ל, וויפיל מאל קומט אויס צו הערן אפילו פון די שענסטע און די בעסטע, מסלתה ומשמנה פון כלל ישראל, זייערע ווייטע פלענער אויפן עתיד.
אז מען הערט א מענטש חתמ׳עט א מארגעטש אויף 30 יאהר, איז עס א מעסעדזש - בעקיפין - אז ער גלייבט נישט צו שטארק און אמת׳דיג אין ביאת המשיח.
איך ווייס אז עס איז דא א באקאנטע שפריך-ווארט דמתאמרא בי מדרשא (איך מיין פונעם חתם-סופר), אז ווען עס קומט צו בויען תורה קוקט מען נישט אויף ביאת המשיח.
כאטש וואס דער דאזיגער ווארט איז זייער אומ-פארשטענדליך, און מסופקני אם יצא כזאת מפי החתם סופר. און מען רעדט אויך נאר וועגן בויען תורה, אבער נישט וועגן בויען אייגענע ביזנעסער, וכדומה.
אבער איך בין דא נישט אינטרעסירט צו מקטרג זיין אויף כלל ישראל, איך וועל אננעמען פאר יעצט, אז אידן מיינען גוט, מ׳כאפט זיך פשוט נישט וואסארא דברי כפירה ונאצה ליגט אונטער אזעלכע דיבורים און מעשים. און קען אויך זיין אז מען פארלאזט זיך אויף די גמרא אין סנהדרין (צ״ז, א) אז משיח וועט קומען בהיסח הדעת.
אבער וואס האט מיר יא ארויסגעברענגט פון די כלים? איז די פאלגענדע עפיזאד וואס האט זיך היינט אפגעשפילט אין פארנט פון מיינע צוויי אויגן.
ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.
ווען איך האב געהערט אזעלכע רייד, בין איך דערשיטערט און צוטרייסלט געווארן עד דכדוכה של נפש. הייתכן?! אזוי צו אפחוזק׳ן פון איינע פון די דרייצן יסודות וואס מיר גלייבן?
מיינט נישט. מען רעדט דא נישט פון עפעס א קל, נישט עפעס סתם א ליידיג-גייער וואס טראכט נישט קיין צוויי פארן ארויסזאגן א ווארט פון מויל. מען רעדט פון איינע מבני הישוב הישן, פון ירושלים של מעלה. אבער אזוינס? אזוי צו רעדן, האב איך נישט געקענט פארשווייגן.
איך בין בטבע זייער א ביישן, איך האב נישט געהאט די שטאלץ צו זאגן יענעם אין פנים אריין: אנטשולדיגט, איהר רעדט דברי כפירה! איך האב געמוזט אראפשלינגען די שרעקליכע ווערטער, און ווארטן ביז איך וועל קענען אויסגיסן מיין הארץ אין קאווע שטיבל. (און אין איינוועגס, אפשר באקומען עטליכע לייקס. אבער גלייבט מיר, איך מיין עס לשם שמיים).
איך טראכט צו מיר, שטעל זיך פאר איינער א היימישער יונגערמאן קומט דיר זאגן שטילערהייט: איך גלייב נישט אין די ערשטע אני מאמין! איהר וואלט זיכער דערציטערט געווארן ביז צום טויט.
און דא קומט איינער בריש גלי, און חוזק׳ט אפ פונעם לעצטן אני מאמין, אהן קיין שום פראבלעם, ואין פוצה פה ומצפצף.
און איך האב געטראכט צו מיר נאך אסאך מער פון דעם. דער וואס גלייבט נישט אין די ערשטן אני-מאמין רח״ל, קען מען אביסל פארשטיין, נאך אלעס האט ער נעבאך נישט קיין וועג וואס זאל איהם אויפווייזן קליפ און קלאר אז: הוא בורא ומנהיג לכל הברואים.
אבער איינער וואס גלייבט אין אלע 11 אני מאמין, ער גלייבט דאך אין די תורה, ער גלייבט דאך אין חז״ל, מוז ער דאך אויך גלייבן אז משיח וועט קומען.
נאר וואס דען? ער איז דאך נישט געקומען שוין אזויפיל יאהרן.
דאס איז נישט קיין ערנסטע טענה, ווייל משיח דארף נישט קומען מער ווי איין סעקונדע אינעם היסטאריע, און אט די סעקונדע וועט זיין ווען עס וועט זיין. דאס וואס ער איז נישט געקומען ביז אהער, איז נישט קיין שום באווייז אויפן עתיד.
שוין. איך בין נישט דא געקומען מקטרג זיין אויף כלל ישראל, אבער איך האלט אז עס איז פון די דברים הצריכים חיזוק.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
דיין ראיה פון מארגידש איז דירעקט א ראיה אז מען גלייבט יא און ביאת המשיח, ווייל ער ווייסט אז ער קען נישט באצאלן די מארגידש, נאר פארוואס'זשע דען נעמט ער א מארגידש וואס ער קען נישט באצאלן, נאר ווייל ער ווייסט אז משיח קימט עני סעקאנד.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
פארוואס? האט געשריבן:אז מען הערט א מענטש חתמ׳עט א מארגעטש אויף 30 יאהר, איז עס א מעסעדזש - בעקיפין - אז ער גלייבט נישט צו שטארק און אמת׳דיג אין ביאת המשיח.
איך ווייס נישט וויפיהל דו מיינסט ערנסט און וויפיהל איז ליצנות, אבער אמונה בביאת המשיח זאגט נישט 'ווען' דאס גייט פאסירן, 'אחכה' מיינט ווארטן\האפן.
פארוואס? האט געשריבן:נאר וואס דען? ער איז דאך נישט געקומען שוין אזויפיל יאהרן.
דאס איז נישט קיין ערנסטע טענה, ווייל משיח דארף נישט קומען מער ווי איין סעקונדע אינעם היסטאריע, און אט די סעקונדע וועט זיין ווען עס וועט זיין. דאס וואס ער איז נישט געקומען ביז אהער, איז נישט קיין שום באווייז אויפן עתיד.
ואדרבה, ווייל ער איז נאכנישט געקומען שטייגן די שאנסן יעדע רגע פילפאכיג מער, אפשר קענסטו עס אויסארבעטן ע"פ סטטיסטיקה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- הודעות: 1393
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
- האט שוין געלייקט: 3030 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
- קאנטאקט:
פארוואס? האט געשריבן:ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.
אין כאן כפירה.
דער משיב האט געזעהן אז דער שואל ווייסט נישט אז דער פייף באדייט צו זיין שטיל און דום פאר איין איינציגע מינוט, האט ער אים געענטפערט מעניינו של חג, אז ער זאל ווארטן איין מינוט...
ער האט פשוט געטריבן שפאס פון דער פארוואונדערטע שואל וואס דערקענט נישט די צפירה.
(- - -)
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
איך בין נאאיוו, ביטע ערקלער מיר, פ"וו איז נעמן א מורטגידזש א סתירה מיט אמונה בביאת המשיח? נאך ביאת המשיח וועלן אלע הייזער אין USA עקספלאודן?
וועט מען נישט נעמן קיין הלואות נאך ביאת המשיח?
און, צום לעצט, א זייער הייקלע שאלה, וועלן זיין יידן אין חוץ לארץ נאך ביאת המשיח? איך מיין, פארוואס נישט?

"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
פישל'ע העררינג האט געשריבן:פארוואס? האט געשריבן:ביי אונז אין ירושלים איז היינט געהערט געווארן א הויכע פייף, (דא הייסט עס: א צפירה), וואס די ציונים מאכן לזכר חללי השואה. יעדער איז דערשראקן געווארן פאר א קורצע וויילע, נישט כאפנדיג וואס איז פונקטליך געשעהן. הער איך ווי איינער רופט זיך אן צום צווייטן הויך: משיח איז דא! משיח קומט!
זאגט איהם יענער מיט א טשאלמער קאלטקייט: זאג איהם ער זאל ווארטן א מינוט, איך האב שוין געווארט אויף איהם צוויי טויזנט יאהר, ער מעג ווארטן איין מינוט פאר מיר.
אין כאן כפירה.
דער משיב האט געזעהן אז דער שואל ווייסט נישט אז דער פייף באדייט צו זיין שטיל און דום פאר איין איינציגע מינוט, האט ער אים געענטפערט מעניינו של חג, אז ער זאל ווארטן איין מינוט...
ער האט פשוט געטריבן שפאס פון דער פארוואונדערטע שואל וואס דערקענט נישט די צפירה.
האא. ניחמתנו ניחמתנו.
איך האב געוואוסט אז קאווע-שטיבל איז די ריכטיגע פלאץ וואו איך וועל הערן סניגוריא אויף כלל ישראל.
און איין ווארט:
אין כאן כפירה, יש כאן צפירה.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
היימישער ליטוואק האט געשריבן:איך בין נאאיוו, ביטע ערקלער מיר, פ"וו איז נעמן א מורטגידזש א סתירה מיט אמונה בביאת המשיח? נאך ביאת המשיח וועלן אלע הייזער אין USA עקספלאודן?
וועט מען נישט נעמן קיין הלואות נאך ביאת המשיח?
און, צום לעצט, א זייער הייקלע שאלה, וועלן זיין יידן אין חוץ לארץ נאך ביאת המשיח? איך מיין, פארוואס נישט?
אמר רבי חנינא אחר ארבע מאות לחורבן הבית אם יאמר לך אדם קח שדה שוה אלף דינרים בדינר אחד לא תקח במתניתא תנא אחר ארבעת אלפים ומאתים ושלשים ואחת שנה לבריאת עולם אם יאמר לך אדם קח לך שדה שוה אלף דינרים בדינר אחד אל תקח (עבודה זרה ט' ע"ב).
אל תקח - שהיא קץ הגאולה ותקבץ להר הקודש לנחלת אבותיך ולמה תפסיד הדינר (רש"י).
האדם לא נברא אלא להתענג
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
פון וויקי
ביאת המשיח כ"עיקר אמונה"עריכה
הרמב"ם מנה את האמונה בביאת המשיח כאחד בי"ג עיקרים, שמי שאינו מאמין בהם יצא מכלל ישראל ואין לו חלק בעולם הבא.
אמנם, היו (כדוגמת ר' יוסף אלבו בעל ספר העיקרים) שעירערו על כך, שהרי בתלמוד מובאת דעתו של רבי הילל, אשר אמר ש"אין להם משיח לישראל, שכבר אכלוהו בימי חזקיה" (היינו שהנבואות על המשיח היו רלוונטיות לימי חזקיהו בלבד, אשר היה יכול להיות משיח, וע"פ רש"י שם, הכוונה היא לכך שה' יגאל אותנו בעצמו ללא שליחים). ולא היה מי שאמר שרבי הילל הוא כופר, אלא רק אמרו שטועה הוא. דחיות שונות נאמרו לגבי ראיה זו,
וגישתו של הרמב"ם היא זו שהתקבלה באופן כללי.מנגד,
כך כתב הרמב"ם על ההתעסקות בזמן בואו של המשיח ובחישוב הקץ:ולעולם לא יתעסק אדם בדברי ההגדות, ולא יאריך בדברי מדרשות האמורים בעניינים אלו וכיוצא בהן; ולא ישימם עיקר--שאינן מביאין לא לידי אהבה, ולא לידי יראה. וכן לא יחשב הקיצין; אמרו חכמים, תפוח דעתן של מחשבי קיצין. אלא יחכה ויאמין בכלל הדבר, כמו שביארנו...

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
גלייבן אין די 13 עיקרים איז לויט די רמבם א מאסט, ווי ער שרייבט:
"המוסרין והאפיקורוסין והמומרים לא הצריכו חכמים למנותן בכלל פסולי עדות, שלא מנו אלא רשעי ישראל; אבל אלו המורדין הכופרין פחותין הן מן העכו"ם. שהעכו"ם לא מעלין ולא מורידין ויש לחסידיהן חלק לעולם הבא, ואלו מורידין ולא מעלין, ואין להן חלק לעולם הבא" (רמב"ם, עדות י"א, י).
די גמרא אין ב"מ נט. אז איינער וואס איז נישט "אתך בתורה ובמצוות" איז נישט דא די איסור אויף אים פון אונאת דברים:
"אמר רב חננא בריה דרב אידי: מאי דכתיב 'ולא תונו איש את עמיתו' - עם שאתך בתורה ובמצוות אל תונהו" (ב"מ נט.)
די גמרא אין עבודה זרה שרייבט נאך הארבער, נישט נאר אז מ׳דארף זיי נישט ליב האבן, נאר מ׳מעג זיי טשעפענען:
"המינין והמסורות והמומרים - היו מורידין ולא מעלין", און לכבוד די גמרא שרייבט די רמבם זייער שארף.
"והמינים והאפיקורוסין מצווה להורגן; אם יש בידו כח להרגן בסיף בפרהסיא הורג, ואם לאו יבוא עליהן בעלילות עד שיסבב הריגתן. כיצד, ראה אחד מהן שנפל לבאר, והסולם בבאר, קודם ומסלק הסולם, ואומר לו הריני טרוד להוריד בני מן הגג ואחזירנו לך, וכיוצא בדברים אלו"
און בעיקר די שטיקל:
הרמב"ם אין פירוש המשנה סוף מסכת סנהדרין (מהד' הגר"י קאפח, נזיקין דף קמ"ה, בסוף י"ג יסודות, פרק חלק): "וכאשר יהיו קיימים לאדם כל היסודות הללו ואמונתו בהם אמיתית, הרי הוא נכנס בכלל ישראל, וחובה לאהבו ולחמול עליו בכל מה שציוה ה' אותנו זה על זה מן האהבה והאחוה, ואפילו עשה מה שיכול להיות מן העבירות מחמת תאותו והתגברות יצרו הרע; הרי הוא נענש לפי גודל מריו ויש לו חלק [לעוה"ב], והוא מפושעי ישראל. וכאשר יפקפק אדם ביסוד מאלו היסודות, הרי זה יצא מן הכלל וכפר בעיקר ונקרא מין ואפיקורוס וקוצץ בנטיעות, ומצוה לשנאותו ולהשמידו, ועליו הוא אומר 'הלא משנאיך ה' אשנא' (תהלים קלט, כא).

- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
כ'דענק נישט פין וועמען מען זאגט עס נאך, איינער פין דער צווייטער דור חסידישער רביס, אז אין דער משיח וואס מען גלייבט היינט, קען נישט קומען.
כלומר, דער משיח איז געווארען עפעס א בריה מן השמים וואס מען האפט וועט אראפפאלען פין הימעל, און דאס קען קיינמאל נישט זיין.
נאך די משיחי שקר, איז דער גאנצער אמונה בביאת משיח געטוישט געווארען, ווייל מען פלעגט גלייבען אין די משיחי שקר.

א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
באמת, לויט רבינו יואל, ווען קען זיין א מענטש וואס קען מאכען ארץ ישראל א אידיש לאנד?
כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?
כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
צום ענין פין אשכול, קען איינער פליז ממשיל זיין וויאזוי באמת משיח קען היינט קומען? וויאזוי קען זיין אז איינער זאל קענען מאכען דער זאך על פי דרך הטבע. כ'דענק נישט ס'זאל שטיין ערגעץ אז ביאת משיח מוז זיין שלא עפ"י דרך הטבע.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:באמת, לויט רבינו יואל, ווען קען זיין א מענטש וואס קען מאכען ארץ ישראל א אידיש לאנד?
כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?
טעארעטיש ביסטו גערעכט, דהיינו, אין טעאריע מעג משיח יא אייננעמען משיח, אבער למעשה נעמט ער זיך אויס אזויפיל תנאים אז עס איז פאקטיש אוממעגליך אז משיח זאל אנקומען.
למשל, ער איז מברר אז משיח דארף מחזיר בתשובה זיין גאנץ כלל ישראל פאר ער נעמט איין ארץ ישראל. דאס מיינט אודאי אז יעדער וועט גלייבן אין די סאטמארע שיטה אז מען טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט. וועלן זיי דאך נישט צולאזן אז דער משיח זאל גיין אייננעמען ארץ ישראל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איחוד פעלד האט געשריבן:צום ענין פין אשכול, קען איינער פליז ממשיל זיין וויאזוי באמת משיח קען היינט קומען? וויאזוי קען זיין אז איינער זאל קענען מאכען דער זאך על פי דרך הטבע. כ'דענק נישט ס'זאל שטיין ערגעץ אז ביאת משיח מוז זיין שלא עפ"י דרך הטבע.
שוין געווען אמאל אזא איינער. ער האט געהייסן בן גוריון.
האדם לא נברא אלא להתענג
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
יאיר האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:באמת, לויט רבינו יואל, ווען קען זיין א מענטש וואס קען מאכען ארץ ישראל א אידיש לאנד?
כ'האב פארשטאנען ביז היינט אז לדעתו ווען משיח זיין א מלאך וואס וועט עס מעגען טוהן. מאך איך א טעות?
טעארעטיש ביסטו גערעכט, דהיינו, אין טעאריע מעג משיח יא אייננעמען משיח, אבער למעשה נעמט ער זיך אויס אזויפיל תנאים אז עס איז פאקטיש אוממעגליך אז משיח זאל אנקומען.
למשל, ער איז מברר אז משיח דארף מחזיר בתשובה זיין גאנץ כלל ישראל פאר ער נעמט איין ארץ ישראל. דאס מיינט אודאי אז יעדער וועט גלייבן אין די סאטמארע שיטה אז מען טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט. וועלן זיי דאך נישט צולאזן אז דער משיח זאל גיין אייננעמען ארץ ישראל.
אי משום הא, איז עס ממילא נישט מעגליך, עס קען נישט זיין איינער זאל מחזיר בתשובה זיין אלע אידען וואס זענען היינט דא, און מען רעדט משכנע זיין אז אלע אידען זאלען אנהייבען גלייבען און אלעמען.
לדעתי האט רבינו יואל אליין גאנץ גוט געוויסט אז ער שטעלט דער משיח אין א לאך אריין וואס קען קיינמאל נישט געשעהן, און זיין כוונה איז טאקע גוועהן אז קרית יואל זאל קיינמאל נישט פלאקערען ווי א קויל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
געווען אמאל צוויי צדיקים וואס מ'האט געזאגט אז אויב זיי טרעפן זיך "פנים אל פנים" קומט זאפארט משיח. למעשה האט דער שטן געלייגט פיסעלעך און זיי האבן זיך קיינמאלג עטראפן.
פון וואו ווייס איך אז די מעשה איז אמת? ווייל איר זעט דאך. .. משיח איז נאך נישט געקומען.
זאגן אז משיח איז נאך נישט געקומען ווייל מ'ווארט אז אלע אידן זאלן תשובה טון. איז געזאגט אין אנדערע עווערטער "זיץ איין און גלות און ווארט אויפן אלף הששי וואס דאן גייט געשען וואס?? ?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מאטי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
די אלע וואס טוהן נישט תשובה וועלען ווערען גוים.
לכאורה איז דער סאטמאר רב א סתירה מיט ר' אביגדור מילער וואס זאגט אז די אידען וואס טוהן נישט תשובה וועלען שטארבען פאר ביאת משיח. אזויווי אין מצרים זענען נאר א פיפטעל ארויס. ווער ווייסט צו מיר וועלען נאך זוכה זיין.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איחוד פעלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.