יום השואה איז א יידישע אנדענק טאג וואס ווערט געפייערט אין מדינת ישראל יעדעס יאר אום כ"ז ניסן.
אין דער טאג פאראייניגן זיי זיך מיט די 6 מיליאן אומגעקומענע יידן וואס זיינען געמארדעט געווארן ביי דעם חורבן דורך די נאצים מיט זייער פירער היטלער אין אייראפע.
ביי די פרומע פייערט מען נישט אויף כ"ז ניסן, אין ישראל ווערט עס געפייערט, דורך א מינוט פון שטילקייט ווי ביי די גויים, די פרומע האבן בעיקר גערעדט פון תשעה באב, און עטליכע רבנים האבן געשריבן א קינה, וואס אין עטליכע פלעצער איז איינגעפירט צו זאגן, מיט די קינות
לדעתי איז א קינה פון עטליכע רבנים, און א דרשה תשעה באב נאכמיטאג צווישען מנחה און מעריב נישט גענוג. ע"כ עפען איך דעם אשכול לכבוד דעם היינטיגען "יום השואה".
בייגעלייט איז א תפילה לכבוד דעם טאג, פארפאסט דורך ראביי זאקס.
Today, on Yom HaShoah, we remember the victims of the greatest crime of man against man – the young, the old, the innocent, the million and a half children, starved, shot, given lethal injections, gassed, burned and turned to ash, because they were deemed guilty of the crime of being different.
We remember what happens when hate takes hold of the human heart and turns it to stone; what happens when victims cry for help and there is no one listening; what happens when humanity fails to recognise that those who are not in our image are none the less in God’s image.
We remember and pay tribute to the survivors, who bore witness to what happened, and to the victims, so that robbed of their lives, they would not be robbed also of their deaths.
We remember and give thanks for the righteous of the nations who saved lives, often at risk of their own, teaching us how in the darkest night we can light a candle of hope.
Today, on Yom HaShoah, we call on You, Almighty God, to help us hear Your voice that says in every generation:
Do not murder.
Do not stand idly by the blood of your neighbour.
Do not oppress the stranger.
We know that whilst we do not have the ability to change the past, we can change the future.
און א טעלע-קאנפערענס היינט פון ראביי זאקס דורך NCSY האט הרב שיין ארויסגעברענגט אז דער ענין פון יום "הזכרון", געדענקן איז נישט לתועלת צו לעבן אן עבר'דיגן לעבן, וועלן זיין ווי אמאל, נאר אדרבה, נוצען דעם עבר אויף א לימוד להבא. אין ספר בראשית - איז הרב ממשיך - שטייט דריי מאל "ויזכור אלוקים", ויזכור אלוקים את נח... ויזכור אלוקים את אברהם... ויזכור אלוקים את רחל... אלע דריי מאל האט די "זכירה" געדינט אלץ א "עתיד" (ארויסנעמען נח פונעם תיבה, ראטווען לוט, און פרוכטבארן רחל'ן), מ'קוקט אויף צוריק כדי צו קענען גיין פאראויס!