געזעהן היינט אין קאווע שטוב (דער עכטע) א צעטל "ארבעטס געלעגנהייט פרשת צו", לזכות נחמיה בן עמיצער וועבערמאן, מיט אן א שיעור עוועילעבל דזשאבס. איינס איז פאר א עיטש-וועק עלעקטריקל שלאק שאמעס. יענץ רעדט צו מיך. איך גיי איהם רופן. זאל די זכות ביישטיין ר' נחמיה'נען .
בחסד ד' עלי, שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה, האט דער באשעפער צוגעפירט אז איך זאל קענען אריינקויפן א שותפות אין א פורניטשור ביזנעס. טאקע אזאנס ווי איך וועל קענען שטיין מיט'ן האמער און האקן שטיקער, כאוות נפשי מאז ומתמיד. נישט נאר וועל איך "קענען" האקן, איך וועל "מוזן". לקיים מה שנאמר אדם לעמל יולד, וכן הוא אומר טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו.
איך מוז אויסדרוקן א ריזיגע דאנק פאר א גאר חשוב'ע ניק וואס איז מיך געוועהן שטארק בייהילפיג דורכאויס מיין זוך אקציע, און נאכמער נאכדעם, צו פארזיכערן אז איך שווים נישט אליינס אין די טיפע וואסערן.
[tag]מאראנצןזאפט[/tag], א גרויסע יישר כח ברבים. דו האסט די קאפ אויף די פלייצע פונקט ווען מען דארף עס דארט האבן.
איך וועל דא זיין גאר ווייניג. איך ארבעט שוין זייט נעכטן מיט די פולע טעמפא. נעכטן נאכט בין איך אהיימגעקומען נאך 11 אזייגער, נאכ'ן זיין א גאנצע טאג אין דער פאבריק צו לערנען אלע מאשינען און סארטן האלץ ועוד ועוד אזוי אז די קאפ שווינדעלט נאך פון אזויפיהל אינפארמאציע.
האפענטלעך וועל איך קענען מאכן צייט פאר די קומענדיגע 'בלעטער', ולד' הישועה.[/justify]
רבותי, ALL JOKES ASIDE איך וויל נישט דארפן אוועקגיין פון לערנן (חוץ די פאר מינוט א טאג דא אין ק"ש, במיעוט שיחה...) דער מצב פרנסה איז שווער. אויב וייסט איר פון א מחבר ספר אדער א מו"ל וואס זוכט א מגיה אדער פאר הערות ביטע זייט מיר מודיע. מיט דאנק.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"