אמעריקאנער זענען אויפגעטרייסלט געווארען פון דעם שמועס צווישען די ביליאנער בעה''ב פון די LA Clippers Basketball team און א פריינדינע. אין די קליפ טענה'ט ער מיט איר אז זי זאל נישט טריאומפירען ברבים מיט אירע שווארצע פריינד, ווי למשל לייגען בילדער פון זיך מיט זיי אויף instagram א picture sharing website, אדער זיי ברענגן צו זיין טיעמ'ס געימס.
יעדער וואס האט א פעדער אדער מייקראפאן שוימט און שעלט! דער עולם איז ווילד. אפילו פרעזידענט אבאמא האט שוין אראפגעריסן סטערלינג אלץ איגנארענט און אז זיינע ווערטער זענען ”incredibly offensive racist statements"
אבער, נאכען אויסהערן דעם קליפ אבדזשעקטיוולי האב איך געפילט זייער אנדערש ווי דער המון עם. איך הער אינעם קליפ נישט מער ווי א אנגעזענע רייכע מענטש וואס האט פשוט peer pressure, און זאגט איר אז ער האט קיין שום פראבלעם מיט זיי, זי קען זיין מיט זיי אגאנצען טאג, אבער פארוואס מיז זי עס ”broadcast'ן" ברבים, און מענטשן רופן אים דערוועגן. אוודאי וואלט שענער געווען ווען ער זאגט איר, איך פייפ מיך אריין אין יעדעם און די טו וואס די ווילסט, אבער ס'איז נאך א מהלך פון דאס ביז א ראסיסט. ס'איז אפשר מער א חסרון אין געטריישאפט אז ס'באדערט איהם מער וואס זיינע peers זאגן ווי וואס איז איר באגער.
ס'קען זיין אז איך בין אויך א ראסיסט, אדער קען זיין אז דער עולם גולם איז איבער'ן קאפ מיט גילט פאר די שווארצע, און יעדע ספק ספיקא פון א שמץ כל שהוא פון ראסיזם, און די גאנצע לאנד פארט אויף רעדער!
איז דאנעלד סטערלינג א ראסיסט?
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 121
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 11:08 am
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
נאכן זען די קליפ קען איך נישט גלייבן אז פון דעם האט מען געמאכט א אישו.
אוודאי איז עס נישט איינגענעם און אינגאנצן ריכטיג, אבער עס איז א פריוואטע געשפרעך.
ער קוקט גראדע אויס נישט צופרידן און צובראכן דערפון, אבער פילט ווי ער האט נישט קיין ברירה.
און זי? אין א טיפישע פרויענישע מאנעווערע, שטעלט תיכף אויף א שטרוי-מאן, "ווילסט איך זאל טוישן די קאליר פון מיין הויט?"
און איך האב געמיינט אז עס איז א בית רחל סינדראם...

"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 249
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
- האט שוין געלייקט: 62 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל
לאליפאפ האט געשריבן:קען איינער אהערברענגען די קליפ פליז?
https://www.dropbox.com/s/njyr6qcy27whfrf/argement.mp3
- גאלד
- חבר ותיק
- הודעות: 2379
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
- האט שוין געלייקט: 625 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל
ס'שווער צו זאגן אז ער א ראסיסט ווען ער איז געווען פון די ערשטע וואס האבן אויפגענומען שחורים אויף גאר הויכע פאזיציעס אין זיין ספארטס טעים (כ'רעד נישט פון שפילערס), ווען אנדערע האבן עס נאך נישט געטאן,
ער איז א סעגראגיסט, ער האלט יעדער קולטור זאל זיך האלטן באזונדער, און זיך נישט מישן,
דער עווערדש שחור וואס פארפירט אזוי יעצט, איז לכאורה בחדרי חדרים עני טיים אזא ראסיסט, לאמיר זיך נישט נארן,
רוב מענטשן אין אמעריקא זענען ראסיסט איינער מער איינער ווייניגער,
די ליבערעס גלייכן נאר צו מאכן א ויצעקו אין שפילן נייס,