קשה......... כקריעת ים סוף??

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

קשה......... כקריעת ים סוף??

שליחה דורך מצטמק ויפה »

די גמרא זאגט אין פסחים דף קי"ח: "קשה מזונותיו של אדם כקריעת ים סוף", און אזוי אויך געפונען מיר אין חז"ל קשה זיוויגו של אדם וכו' און אזוי אויך נאך אנדערע זאכ'ן וואס חז"ל זענען דאס מדמה צו די גרויסע ניסים פון קריעת ים סוף.
אריינטראכטנדיג אין די מאמרי חז"ל קומט אופ'ן געדאנק א שווערע קשיא; מה כל הרעש? וואס איז שוין די גרויסע נס פון קריעת ים סוף, אזוי אז ווען מען וויל ארויסברענגען ווי שווער עס איז פאר'ן בורא צו טון כך וכך, איז מען עס מדמה צו קריעת ים סוף?!
אין הכא נמי בו בזמן ווען די נס האט פאסירט איז דאס געווען א געוואלדיגע חידוש אין די טבע הבריאה מיט'ן איינזעהן אז יש מנהיג לבירה, און איינער דרייט דא ארום, איינער פירט אלעס, וואס ביז דאן איז נישט געווען אזא דערהער. אבער מיר מאמינים בני מאמינים וואס גלייבן אז יעדע ריר פון אונזער קליינע לעבן פונעם אויפשטיין ביז'ן זיך לייגן, איז מלא ניסים ונפלאות פון אונזער גרויסע טאטע אין הימל, איז ביי אונז דער קריעת ים סוף עפעס א גרויסע חידוש? עפעס א גרויסע תורה?!
מען פארציילט א מעשה אז דער חפץ חיים איז בשעת די ערשטע קריג געווען אמאל ביי א דאקטער, און דער דאקטער האט זיך געלאזט וואויל גיין אויפן חשבון פונם בורא עולם, אז קוק אן וויפיל יודען פאלן ווי פליגן, וואו איז גאט? פארוואס קוקט ער זיך נישט אום אויף זיינע קינדערליך אויף זיין עם סגולה?
האט דער חפץ חיים איהם ג'געבן א פרעג; זאג נאר? די ביסט א דאקטער?
ענטפערט ער מיט א צינישע שמייכל, נו אוודאי בין איך א דאקטער זעסט דאך אליין.
רופט זיך אן דער חפץ חיים איך זע נישט גארנישט ווער זאגט אז די ביסט א דאקטער? ווער זאגט אז די טויגסט צו דעם פאך?
גייט דער דאקטער אריין און אנדער'ען שטוב און ברענגט ארויס זיין דיפּלאמ"ע, און גיט דאס אהין פאר'ן ח"ח.
הייבט דער חפץ חיים אן לאכן, די נער, קוק אויף דעם דאטום, דאס איז דאך פון צען יאר צירוק , נו ווער זאגט אז די ביסט נאך אלס א דאקטער? ווייל די ביסט געווען פאר צען יאר צירוק ווייזט דאס גארנישט.
זאגט דער דאקטער מיט שפאס; וואס האסטו געוואלט? איך זאל יעדען טאג האב'ן א נייע דיפּלאמ"ע? עס גייט נישט אזוי, איך האב איינמאל באקומען א דיפּלאמ"ע און דאס איז באווייז פאר אייביג אז איך בין א דאקטער.
זאגט דער חפץ חיים אוי ביסטו גערעכט, טראכט אבער אליין וואס די זאגסט, דער בורא עולם דארף נישט יעדען ווייזן, און פאר יעד'ן טאָטער מודיע זיין אז יא! ער פירט די וועלט און גארנישט פאסירט נישט אן זיין ווילן! ער האט דאס געוויזן איינמאל ביי קריעת ים סוף, און דאס דארף זיין גענוג צו שטארקען דיין אמונה און גלייבן אין איהם.

דאס איז אבער אלעס פיין און וואויל מסביר צו זיין פאר א פרייע דאקטער אז אלעס ווערט געפירט פון אויבן והא ראיה עס איז געווען א קריעת ים סוף. אבער ביי אונז תורה טרייע יודן איז קריעת ים סוף עפעס א חידוש? מיר גלייבן אז יעדע אטעם איז ניסים פונם אייבירשטן על כל נשימה ונשימה תהלל קה, וואס די גרויסע גדולה פון קריעת ים סוף? ווער הייסט איהם דען גיין און זיין רוישיג אויב נישט גאט? נו, פונקט ווי ער מאכט איהם גיין, האט ער איהם געהייסען זיך אפשטעלן. וואס איז די גרויסע קשה ... כקריעת ים סוף??

נאר דא ליגט סאך מער ווי דעם. א בחור זיצט נעבעך אין ישיבה שוין לאנג נאך דעם טיפח עצמותיו, אנגעזעצט אויף הייוון, ביי א בעשאוי איז ער שוין געווען צענדליגע מאל אבער ... והילד איננו, גארנישט רירט זיך נישט קיין שדכן האט מען שוין לאנג נישט געהערט אויפ'ן אנדערע זייט טרייבל. און אזוי גייט דורך שעה נאך שעה וואך נאך וואך ואין קול ואין עונה.
אדער, דער יונגערמאן וואס מוטשעט זיך נעבעך על המחיה ועל הכלכלה פון די גאר פריע פארטאגס שעה'ן ביז שפעט ביינאכט, האט נישט קיין מינוט צייט צו זיין ווייב און קינדער, און ער קומט דארט אהיים סוף וואך קוים צו דעקן דעם חודש, ער וויינט זיך אויס ביים תהילמ'על, גרויסע טאטע אין הימל שיק מיך פרנסה בשפע, איך בעט דיך קוק דיך אים אויף מיר, געב מיר ברווח וואס איך דארף.
אויף דעם קומט חז"ל און זאגט אונז: בחור'ל זיסע, יונגערמאנטשיק טייערע, זייט'ס נישט צובראכן ווייל "קשה זיוויגו, קשה מזונותיו של אדם... כקריעת ים סוף", עס איז ביי איהם א קינדער שפיל עס איז איהם נישט קיין שום חילוק פון דיר אויפוועקן יעדע אינדערפרי און מאכן די זאלסט זיין געזונט און שטארק אין אלע אברים, ווי דיר צושטעלן א שידוך אדער פרנסה, עס איז ביי איהם נישט קיין שום אונטערשייד.

עס איז דא א מוראדיגע ווארט פון הייליגע חתם סופר, אויף דעם וואס דוד המלך זאגט אין תהילים: "והעביר ישראל בתוכו כי לעולם חסדו" טייטשט ער והעביר ישראל בתוכו, די בורא האט אונז דאן געוויזן ניסים פארוואס? כי לעולם חסדו נאר כדי צו ווייזן אז לעולם חסדו אז בעצם איז יעדע זאך און שטענדיג איז דא ניסים ונפלאות פונם בורא.
מען דארף זיך נאר אפשטעלן און טראכטן אין דעם. דער וואס איז א גרויסע בעל בטחון און א מאמין, זעט אין יעדע ריר זיינע ניסים ונפלאות. דאס אז די דאַך פאַלט נישט איין, איז דאך א נס גלוי. ווער האט געזאגט אז שיטראַ"ק דארף זיך האלטן צוזאמען?? און אפילו פאר די שוואכערע, שיקט דער בורא אויך פון צייט צו צייט סימנים, אז יא איך בין דא איך האב נישט פארגעסן פון ענק. אזוי ווי מען האט לעצטענס געזען די השגחה פרטיות אז אין זכות פון שמירת שבת איז א יודיש קינד אפגעהיטן געווארן פון די טראגעדיע פונעם מאלאזיע פליגער השם ירחם. און ווער האט דען נישט מיטגעהאלטן די גרויסע יד השם ביי די טראגעדיע פון די ציווילינג געביידעס, וויפיל יודן זענען ניצול געווארן בנסי ניסים. און וואו די מידיע האט באוואונדערט אז קיין איין הצלה מעמבר איז נישט אומגעקומען, אין די צייט וואס פון די גוי'שע וואלאנטירן זענען געפאלן ווי פליגן. יא דער בורא באוויזט זיך צו אונז, מען דארף נאר זעהן און וועלן הערן דעם דבר השם.
איד'עלע אלעס האט א חשבון, עס האלט זיך נישט אפ קיין רגע ווייל עס איז איהם שווער אדער וואס, ניין. עס איז פשוט נאך נישט דיין צייט עס איז נאך נישט דיין טובה. דו אבער געב נישט אויף, זיי מתפלל צו איהם, בעהט איהם, און ער וועט דיך העלפן בקרוב מיט פולע זעק פון השפעות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 5 אום מצטמק ויפה, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

דער בעל התניא, אין פ"ב פון שער היחוד והאמונה, ברענגט טאקע ארויס - בד"א - אז קריעת ים סוף איז בעצם נישט קיין חידוש, ואדרבה:

והנה מכאן תשובת המינים וגילוי שורש טעותם, הכופרים בהשגחה פרטית ובאותות ומופתי התורה, שטועים בדמיונם הכוזב שמדמין מעשה ה' עושה שמים וארץ למעשה אנוש ותחבולותיו, כי כאשר יצא לצורף כלי, שוב אין הכלי צריך לידי הצורף, כי אף שידיו מסולקות הימנו והולך לו בשוק הכלי קיים בתבניתו וצלמו ממש כאשר יצא מידי הצורף, כך מדמין הסכלים האלו מעשה שמים וארץ.

אך טח מראות עיניהם ההבדל הגדול שבין מעשה אנוש ותחבולותיו שהוא יש מיש רק שמשנה הצורה והתמונה, מתמונת חתיכת כסף לתמונת כלי, למעשה שמים וארץ שהוא יש מאין, והוא פלא גדול יותר מקריעת ים סוף עד"מ, שהוליך ה' את הים ברוח קדים עזה כל הלילה ויבקעו המים ונצבו כמו נד וכחומה, ואילו הפסיק ה' את הרוח כרגע היו המים חוזרים וניגרים במורד כדרכם וטבעם ולא קמו כחומה בלי ספק, אף שהטבע הזה במים גם כן נברא ומחודש יש מאין, שהרי חומת אבנים נצבת מעצמה בלי רוח, רק שטבע המים אינו כן.

וכ"ש וק"ו בבריאת יש מאין שהיא למעלה מהטבע והפלא ופלא יותר מקריעת ים סוף, עאכ"ו שבהסתלקות כח הבורא מן הנברא ח"ו ישוב הנברא לאין ואפס ממש, אלא צריך להיות כח הפועל בנפעל תמיד להחיותו ולקיימו.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

למילוי בקשת א חשוב'ער מיטגליד לייג איך ארויף אונזער אישי שמועס:

ח"מ: דו טראכסט טאקע אז די אלטע רבי האלט אז קריעת י"ס איז געוועהן א נאטירליכע דיזעסאטער? (עס וואלט נישט געוועהן קיין אינשורענס קאוועריטש? :o )

ונבנתה: לכאורה מיינט ער ארויסצוברענגן אז אויב מען פארשטייט אז דער אייבערשטער האט געמוזט אנהאלטן די רוח קדים אגאנצע נאכט כדי די וואסערן זאלן שטיין כחומה, און ווען נישט וואלטן די וואסערן צוריקגעגאנגן צו זייער טבע אראפצורינען, הגם בעצם איז די טבע צו רינען א טבע מחודש וואס וואלט נישט געמוזט אזוי זיין, והא ראי' אז די טבע פון א וואנט איז יא צו שטיין אויפן פלאץ, נאר ביי וואסער האט דער אייבערשטער מחליט געווען אז איהר טבע זאל זיין צו רינען.

קומט אויס אז דאס מאכן די וואסער שטיין כחומה איז נישט אזא אפגעפרעגטע זאך בעצם, און אעפ”כ פארשטייט מען אז דער אייבערשטער האט געמוזט אנהאלטן די ווינט אגאנצע נאכט, ער האט נישט געקענט סתם אוועקשטעלן די וואסער כחומה און אוועקגיין, איז א ק”ו אז די עצם בריאה וואס איז נישט נאר יש מיש, נאר יש מאין, וואס דאס איז די גרעסטע חידוש וואס איז שייך, איז דאך זיכער אז דער אייבערשטער מוז עס אנהאלטן די גאנצע צייט און ווען נישט וואלט עס צוריקגעפאלן צו אין.

ח"מ: דו האסט געשריבן אז אין תניא שטייט אז עס איז נישט קיין שום חידוש!! למעשה איז עס יא א חידוש. נאר ער זאגט אז קי"ס איז א חידוש יש מיש, משא"כ בריאת העולם איז יש מאין.
דער בעל התניא, אין פ"ב פון שער היחוד והאמונה, ברענגט טאקע ארויס - בד"א - אז קריעת ים סוף איז בעצם נישט קיין חידוש, ואדרבה:


ונבנתה: איך האב געמיינט מרמז צו זיין אויף די נקודה אז דאס וואס די וואסערן זענען געשטאנען כחומה איז בעצם גארנישט מער חידוש (נישט פאר אונזערע אויגן - נאר אין קאנצעפט) ווי דאס אז א חומת אבנים שטייט אויפן פלאץ.

אפשר האב איך זיך נישט גוט אויסגעדרוקט.

ח"מ: ביטע אויסקלארן ביים אשכול כדי שלא יטעו המתחכמים.

יישר כח
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
Big Boy
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 28, 2013 5:53 pm
האט שוין געלייקט: 636 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 130 מאל

שליחה דורך Big Boy »

By hashem nothing is kusheh. There's no one thing that's more difficult than another. The reason it says kusheh is because there were legitimate tanes from the maluchim. They said haluli uvdei avoideh zureh vhaluli. That's why it was kusheh. Same with giving parnuseh when there are tanes on the person that he doesn't have the right bituchen.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

[justify]מצטמק ויפה, זייער גוט געזאגט און גוט ארויס געברענגט. יישר כח.

ביג בוי זאגט אויך א גוטע נקודה וואס שטייט שוין אין ספרים, אז די שווערע חלק איז געווען די טענת המלאכים אז הללו והללו עובדי ע"ז.

ואענה גם אנכי את חלקי, וואס איך האב מחדש געווען דעם יום טוב.

דער מדרש זאגט אז ווען די אידן זענען געווען אין מצרים, זיי זענען געווען אין גרויסע צרות, דאן האבן זיי געשריגן צום אייבערשטן, און דער אייבערשטער האט זיי ארויס גענומען פון מצרים. אבער ווי נאר זיי זענען ארויס געגאנגען האבן זיי פארגעסן פונעם אייבערשטן, האט דאך דער אייבערשטער געוואלט הערן נאכאמאל זייער קול, האט ער אנגערייצט אויף זיי די מצריים, ופרעה הקריב - הקריב את ישראל לאביהם שבשמים. דאן האבן די אידן נאכאמאל זיך דערמאנט פונעם אייבערשטן, תפשו אומנות אבותם, זיי האבן געשריגן צום אייבערשטן, און ער האט זיי געהאלפן און געשפאלטן פאר זיי דעם ים סוף. הה"ד השמיעוני את קולך כי קולך ערב.

אין ספר דברי ישראל (מאדזשיץ) איז ער מסביר אז באמת איז שווער, האבן דען די אידן פארגעסן פון באשעפער? תפלות אבות תקנום, די אבות האבן שוין איינגעפירט דאס דאווענען צום אייבערשטן יעדן טאג, פילייכט האבן זיי יא געדאווענט יעדן טאג, אויך נאכן ארויסגיין פון מצרים. וואס עפעס האבן זיי ערשט גענומען די אומנות אבותם ביים ים סוף?
זאגט ער א הפלא'דיגע געדאנק. אוודאי האבן זיי געדאווענט, און נישט פלעין געדאווענט, זיי זענען דאך שוין ארויס פון שעבוד מצרים, און בעיקר איז זייער דעת ארויס פון גלות, יעצט איז שוין זייער דאווענען נישט געווען אזוי פשוט ווי אין מצרים, יעצט האבן זיי שוין געדאווענט א העכערע סארט דאווענען מיט אלע כוונות און יחודים. אבער דער אייבערשטער האט געזאגט: ניין, נישט דאס דארף איך. קרוב ה' לכל קוראין לכל אשר יקראוהו 'באמת' - דער אייבערשטער האט ליב צו הערן אן אמת'ע ווארט פון א איד. ווען א מענטש איז אין א צרה, ער איז גוט צוקוועטשט, דאן רייסט זיך ארויס אן אמת'ע קרעכץ פון הארץ צום אייבערשטן, דאן קומט ארויס די אמת'ע ווערטער ווי א קליין קינד בעהט זיין טאטע מיט אן אמת. און דאס האט דער אייבערשטער זיך געבענקט צו הערן פון זיינע קינדער.
תפשו אומנות 'אבותם' - זיי האבן געכאפט דעם אומנות פון שרייען 'טאטע'. און דאן האט זיך געעפנט אלע טויערן פאר זיי. קיין שום זאך קען שוין נישט זיין קיין אפהאלט, אפילו דער גרויסער ים שפאלט זיך פאר זיי.

קשה זיווגן ופרנסתן גייט אויפן זעלבן מהלך. ווען א איד דארף א שידוך, ער דארף שלום בית, ער דארף פרנסה, ער דארף באצאלן זיינע בילס. דער אייבערשטער גרייט אים צו העלפן זייער גערן, ער וויל אבער הערן ווי דער איד בעהט אים, "איך וויל הערן דיין קול ווי דו שרייסט צו מיר 'טאטע'". און דאס איז זייער שווער צו טוהן.
מען צאהלט איין פאר תהלים כולל/ כולל חצות/ מעיני הישועה/ בת עין/ מקוה USA/ ח"י רוטל/ און אפילו א גאנצע סקיט וואסער. מען זאגט פרק שירה/ פרשת המן/ שיר השירים/ און אפילו גאנץ תהלים איינגעטיילט פאר די גאנצע משפחה און גוטע פריינד. מען צינד ליכט פאר רבי מענדעלע/ מען שפרעכט אפ עין הרע/ מען מאכט שילוח הקן/ און מען פארט אפילו צו רבי יונתן בן עוזיאל אויף עמוקה.
און דער אייבערשטער זאגט: אלעס איז גוט פיין און וואויל, איך וויל אבער הערן ווי דו שרייסט צו מיר טאטע. גיי אין א זייט און דערצייל אויס פארן אייבערשטן דיינע פראבלעמען, ווי א קליין קינד וויינט צו זיין טאטע, טאקע אזוי פשוט פון הארץ ארויס אן קיין שום חכמות. און דאן וועט זיך שפאלטן פאר דיר דיין ים - דער גרויסער וואנט וואס שטייט פאר דיר און לאזט דיר נישט אנגיין אין לעבן, וועט צוברעקלט ווערן אויף פיצלעך, און דו וועסטו קענען דורך מארשירן בקומה זקופה, און דערנאך זינגען שירה מיט פרייד.[/justify]
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
מצטמק ויפה
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 479
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 7:31 pm
האט שוין געלייקט: 761 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 844 מאל

שליחה דורך מצטמק ויפה »

ברסלבר א גרויסן דאנק, דאס איז כמים קר על נפש עייפה.
א שאד איך האלט שוין נאך שחרית.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

מצטמק ויפה האט געשריבן:א שאד איך האלט שוין נאך שחרית.

דארפסט איבערליינען מיין תגובה. מען רעדט נישט דא פון שחרית אדער מנחה מעריב, מען רעדט פון זיך אויסרעדן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, ווי צו גוטער פריינד און ווי א קינד צו א טאטע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
פארשפארט