וואס גייען מיר טוהן אנדערש אין די קומענדיגע האלוקאסט-שואה?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

וואס גייען מיר טוהן אנדערש אין די קומענדיגע האלוקאסט-שואה?

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

פאר זיבציג יאר שרייען מיר "נעוור אגען" - קיינמאל מער נישט. אבער אויב ח"ו דער מצב וועט צוברענגן און אן ענליכע מצב וועט זיך איבערחזרן, וועלן מיר וויסן בעסר וואס צו טוהן, אדער: וואס נישט צו טוהן?
וואלט איר גפאלגט דעם שונא'ס באפעל אריינצוצוהן זיך אין א געטא?
גגאנגן כצאן לטבח אויף אויףן באן.
זיך אויסגטוהן אלע קליידער און גגאנגן "זיך וואשן"...
נישט אטאקירט דעם שונא'ס קרעפטן אויף אלע גאסן - אפילו ווען דאס מיינט גהרגט צו ווערן.
נישט גלאפן און זיך באהלטן אין וועלדער און פעלדער.
נישט גמאכט ראיאטס אין די לאגערן, אפילו ווען עס האט מסוכן'דיגע קאנסעקווענצן.

ובעיקר, האבן מיר דאס גוט שטודירט, אז מיר זאלן פארשטיין וואס צו טוהן אויב גשעט דאס נאכאמאל? אויב נישט, וויאזוי קענן מיר שרייען
NEVER AGAINֱ
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

היו לא תהיה.

אבער עס איז א שרעקעדיגע נקודה.

שומר פתאים ה'.
(- - -)
ברעט מענינג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 345
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 8:14 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך ברעט מענינג »

מען פייט צירוק ביזן טויט
אלעס מיט א שמייכל
באניצער אוואטאר
דריידל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1146
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
האט שוין געלייקט: 1132 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל

שליחה דורך דריידל »

מ'עפענט אן אשכול אויף ק"ש
פארדריי די דיר דיין קאפ
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

דעמאלטס איז נאך נישט געווען די עצה פון גיסען בליי.
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ווער האט געזאגט נעווער עגעין?

הגם איך האלט אז בדרך הטבע וועט אזא זאך נישט פאסירן, טראץ וואס מיר זענען ארומגענומען מיט שונאים מבית ומבחוץ, איז אבער ביי מיר קלאר אז אויב חלילה די רשעים וועלן אונז וועלן פארטיליגן וועט עס מער נישט צוגיין מיט אזא אופן ווי אריינשיקן אין געטאס און אין גאז קאמערן זיך וואשן. דאן האט מען געקענט נארן, בכלל קען מען נישט 2 מאל אויסנארן און נוצן דעם זעלבן מיטל, ובפרט אין די היינטיגע קאמיוניקאציע וועלט וואס זאכן גייען מסוף העולם ועד סופו אין א רגע.

אויב מען וועט פון הימל מאכן אזא גזירת כליה אויף שונאיהם של ישראל היל"ת, וועט עס זיין מיט גאר אנדערע מיטלען ווי די אמאליגע פרימיטיווע. היינט קען מען קאנטראלירן צילן יעדע באמבעלע פונעם אנדערן עק לאנד, אדער חלילה נוקלעארע אדער ביאלאגישע אדער ענליכע וואפן, השם ישמר.

בקיצור, עס איז בעסער נישט צו רעדן. אבער טאמער וועט זיין א גזירה מן השמים, וועט גארנישט העלפן. אין חכמה אין עצה ואין תבונה נגד ה'. מען קען שטודירן א גאנץ לעבן ארויף און אראפ, ס'א ברכה לבטלה.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

דארפן מיר נישט רעדן און שטודירן צו פרובירן אלס השתדלות מעיין זיין וואו זענן אונזערע זיידעס גגאנגען ראנג? וואס וואלט גקענט און גדארפט גטוהן ווערן אנדערש? וויאזוי דאס צו פארמיידן אין דעם עתיד?
איך ווייס אז אויב עס איז א גזרה דאן איז אין חכמה ואין תבונה נגד ה', אבער איז דען נישט א מענטש - וכ"ש א ציבור - זיך מחוייב בעפארצוברייטן על כל צרה שלא תבוא?
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

ווי שמעקעדיג זאגט שוין. אויב וועט עס נאכאמאל פאסירן היל"ת, וועט עס זיכער נישט זיין אויפן זעלבן מהלך ווי די פריערדיגע. און דעריבער ליגט נישט דאס שטודירן די פריערדיגע אין כלל פון השתדלות אז עס זאל נישט נאכאמאל געשעהן.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

מוזן מיר דאך הא גופא שטודירן; אז עס זאל זיך מאכן היינט אזוינס, וואס וואלטן די רשעים גטוהן און פארלאנגט - וואס דארפן מיר טוהן דאס צו פארמיידן!
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:דארפן מיר נישט רעדן און שטודירן צו פרובירן אלס השתדלות מעיין זיין וואו זענן אונזערע זיידעס גגאנגען ראנג? וואס וואלט גקענט און גדארפט גטוהן ווערן אנדערש? וויאזוי דאס צו פארמיידן אין דעם עתיד?
איך ווייס אז אויב עס איז א גזרה דאן איז אין חכמה ואין תבונה נגד ה', אבער איז דען נישט א מענטש - וכ"ש א ציבור - זיך מחוייב בעפארצוברייטן על כל צרה שלא תבוא?

ווען די מלחמה האט געפלאקערט אין פולין האבען די אינגערישע חברה נישט געגלייבט די אלע שמועות
זענען געווען דאן היבש רבנים ואדמורים וואס האבען פארפירט און געשריגען אז מען זאל עפעס טין! אנטלויפען! אבער דער עולם האט זיי געלאכט אין פנים

די אמת איז אז אין עצה ואין תבונה אבער השתדלות מיז מען טין
איך וויל נישט זיין א פותח פה לשטן חלילה און איך וויל נישט סתם אריינלייגען מענטשען אין פאניק
אבער אז מען טראכט גיט וועט מען זען אז אויב גאט צערנט קען עס חלילה געשען אויף אלע שונאי ישראל

דייטשלאנד א ציוויליזירטע לאנד:
דייטשלאנד איז דאן געווען די מערסט פארגעשריטענע לאנד אין די וועלט די מערסט ציוויליזירט נישט קיין פרימיטיווע בארבארישע נאיווע משוגעים, זיי זענען געווען די סימבאל פון ציוויליזאציע און דאך האט דאס געקענט פאסירען דייקא דורך זיי
די גרעסטע חכמים און שפעקולירער און קאנספיראציע טעאריקער האבען דאס נישט געקענט פאראויסזאגען, ווייל בעצם איז דאס געווען א זאך וואס בדרך הטבע וואלט דאס נישט געקענט פאסירען קוים 30 יאר נאך די ערשטע וועלט קריג
אבער אז דער גאט האט געוואלט האט דאס פאסירט ליידער.
די זעלבע היינט, קיינער חלומ'ט נישט, מען איז רוהיג אז מען וואוינט אין ניו יארק און דא הערשט ציוויליאזציע, אבער להוי ידוע אז דייטשלאנד איז געווען נאך מער ציוויליזירט לויט יענע צייטען

די וועלט וועט שרייען
אין די צייטען פון די קריג האבען אלע הויכע פענסטערס גוט געוויסט וואס עס גייט פאר, טאקע די המון עם נישט ממש, אבער די הויכע פענסטער האבען זייער גוט געוויסט איבער די שעכט מאשין, און דאך האבען זיי איינגענומען א "וישתוקו"
די זעלבע קען זיין היינט אויך!

די אופן פון די שחיטה היל"ת
מען האט נישט גע'חלומ'ט פון פריער וואס די סארט שחיטה גייט זיין, ממילא האט מען זיך נישט געקענט גרייטען דערויף!
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך ווי אזוי דאס איז ציגעגאנגען, זענען געווען דאן גענוג חכמים אין די אידישע פאלק וואס האבען זיך געלאזט כצאן לטבח כאטש מען האט געשריגען

עסקנים און פאליטיקאנטען אין די הויכע פענסטער טויג אויף כפרות
זענען דאן געווען נישט ווייניגער עסקנים און כלל טיער פון היינט, דייטשלאנד איז געווען פיל פון אידישע מאגאנאטען און לויערס, דאקטוירים, און וואס נישט?
פוילין האט גענאסען פון א שפע פון כלל טוער און אידישע פארלאמענט זיצערס, אונגארען האט פארמאגט פילע עסקנים און שישקעס און אלעס האט געהאלפען א פייג און א רעטעך!
איין זאך יא, די דייטשען ימח שמם האבען געגרינדעט א חברת שומרים מיטען נאמען "אידישע פאליציי" וואס האבען געהאלפען די דייטשען צו אויספירען זייערע בייזע פלענער, און פאר אביסעלע תאוות האנטענטשען האבען די אידישע אינגעלייט זיך אריינגעשטעלט דערין מיט די "וויכטיגע פילינג" אז איך בין א שומרים.......... און די מדובר איז געווען פון גאנץ היימישע אינגעלייט וועלכע האבען אייביג געלעכצט צו זיין גוט מיט די "גרויסע" און צום סוף זענען זיי אנגעקימען אין די זעלבע גאז קאמערען ווי אלע זייערע קרבנות.
זאלן די שומרים מעמבערס נישט זיין בייז, אבער איך קען גענוג שומרים מעמבערס וואס וואלטען עס געטון היינט אויך מיט אלע שיינע תירוצים (אמת, נישט אלע).

זיך רייצען מיט דעם גוי
נאך א דמיון פון היינט ביז די ערב השואה, איז די וועג ווי אזוי דער אידישע עולם רייצט זיך מיט דער גוי. טאקע, הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב אמת, יעדער הונט האט ליב צי בייסען, אבער נישט יעדע הונט בייסט, נאר אויב ער איז אנגערייצט
בימים ההם האבען די אידען זיך היבש גערייצט מיט דעם גוי און דאס האט אסאך צוגעלייגט צי די ביטערע מצב
און לדעתי רייצט מען זיך היינט אסאך אסאך אסאך אסאך מער מיט דער גוי

שטעלט אייך פאר ווען איר פארט אריין אין א גויאישע געגענט און איר מאכט א קליינע עקסידענט מיט א גוי און איר גייט ארויס פון די קאר און איר טענה'ט זיך מיטן גוי, און פלוצלינג קומט אפיר א באנדע גויים "סעפטי פאטראל" מען ווארפט אייך אראפ און מען האלט אייך אן ווי א טשיקען ערב די שחיטה און מען מאכט בילדער און מען שטעלט עס אריין אין אלע גויאישע צייטינגען, וואס וואלט איר געזאגט? נישט קיין אנטיסעמעטיזם? איר וואלט אנגעפירט א פרישע מחאה דערויף

למעשה טוען מיר פינקט די זעלבע פאר יעדע גוי וואס מען חלומ'ט אז ער האט גע'חלומ'ט צו טון עפעס
יעדער גוי וואס ווערט באהאנדעלט אזוי, ווערט ער און זיין גאנצע פעמעלי און אלע זיינע באקאנטע געשוואוירענע שונאי ישראל, וועלכע ווארטען בכליון עניים פאר א יום הדין, היה לא תהיה!
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לדעתי איז זייער שווער צו גלייבן ס'זאל געשען נאכאמאל, פאר צווי סיבות: 1. מדינת ישראל, 2. טוויטער. אבער אויב געשעט עס יא וועל איך פראבירן זיך אריבערצוכאפן קיין ישראל ווי אמשנעלסטן.
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

געפילטע פיש האט געשריבן:לדעתי איז זייער שווער צו גלייבן ס'זאל געשען נאכאמאל, פאר צווי סיבות: 1. מדינת ישראל, 2. טוויטער. אבער אויב געשעט עס יא וועל איך פראבירן זיך אריבערצוכאפן קיין ישראל ווי אמשנעלסטן.

אויב וועט עס געשען ""היל"ת"" וועט עס זיך אנהייבען אין ארץ ישראל טאקע
ווי האט יענער געזאגט? וועט די אטאם באמבע פאלט וויל איך זיין ממש דארט ווי די אטאם באמבע פאלט ווייל די וועלען ליידען די ווייניגסטע, אבער די אלע וואס וועלען שטיין ווייטער וועלען ליידען ביז זייער טויט
חס ושלום!!!
משיח קימט מיט רויזען אין די האנט! don't worried
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

הייליג גערעכט, [tag]געפילטע פיש[/tag]. איך פארשטיי אז אין דער קנאי'שער לאגער וויל מען דאס נישט אנערקענען, אבער היינט צוטאגס זעהט מען שוין ווי די וועלט מאכטן — ווי אמעריקע און זייער עלייס — טוען גארנישט אפצושטעלן די מאסן-רציחות אין די אראבישע לענדער. אויב זאל פאסירן נאך א שואה (חס מלהזכיר) וועט מדינת ישראל זיין דער איינציגסטער (איר הערט? דער איינציגסטער!) וואס וועט זיך קימערן און מאכן א סוף דערצו. יעצט נעמסט ענק שרייען אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר, און זייט מסיים מיט גיוואלד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אפטעמיסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ענק רעדן פון די זעלבע מדינת ישראל וואס קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט אפאר לויזיגע אראבער ארום זייער מדינה?
מדינת ישראל וועט זיך "קימערן" און מאכן א סוף צו א מלחמה? הא הא הא הא.... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי.
הייסט אמעריקע וועט ארויסגיין ח"ו אין מלחמה מיטן אידישן פאלק, און מדינת ישראל גייט מאכן א סוף דערצו.... האלא???
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זיי נישט אזוי זעכער אז מדינת ישראל וועט עפעס טוען פאר די פרומע. אויב מדינת ישראל האט נישט גענוג ריסארסעס אין א גרויסע מלחמה קענען זיי לאזן היימישע געגענטער אויף הפקר. "זאלן ענקערע כולל יונגעלייט ענק באשיצן" וועט די מדינה הטמאה דערקלערן.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

שמעקעדיג האט געשריבן:מדינת ישראל וועט זיך "קימערן" און מאכן א סוף צו א מלחמה? הא הא הא הא.... שוין לאנג נישט געלאכט אזוי.
הייסט אמעריקע וועט ארויסגיין ח"ו אין מלחמה מיטן אידישן פאלק, און מדינת ישראל גייט מאכן א סוף דערצו.... האלא???

איך ווייס נישט וואס מדינת ישראל קען טון קעגן אנדערע לענדער, איך ווייס נאר אז אויב "איינער" וועט זיך קימערן, וועט דאס זיין זיי. דאס זעהט היינט שוין יעדער איין.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

לויט מיין פארשטאנד זענען נישט נאר סאטמערער אידן אומגעקומען ביי די שואה, נאר אויך אסאך אידן וואס זענען ליידער שוין געווען פארכאפט מיט ציונות, וואו זענען זיי געווען?
(איך בין נישט צו באקאנט אין די היסטאריע, אבער דאכט זיך מיר אז עס זענען געווען עטליכע פרואוון צו מאכן א רעוואולוציע).
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

אפטעמיסט האט געשריבן:הייליג גערעכט, [tag]געפילטע פיש[/tag]. איך פארשטיי אז אין דער קנאי'שער לאגער וויל מען דאס נישט אנערקענען, אבער היינט צוטאגס זעהט מען שוין ווי די וועלט מאכטן — ווי אמעריקע און די עליטע — טוען גארנישט אפצושטעלן די מאסן-רציחות און די אראבישע לענדער. אויב זאל פאסירן נאך א שואה (חס מלהזכיר) וועט מדינת ישראל זיין דער איינציגסטער (איר הערט? דער איינציגסטער!) וואס וועט זיך קימערן און מאכן א סוף דערצו. יעצט נעמסט ענק שרייען אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר, און זייט מסיים מיט גיוואלד.

איך בין אפשר א משוגענער אבער איך האב משום מה א פילינג אז ארץ ישראל איז די מערסט באדראעטער לאנד אין די וועלט פון א נוקלערערע אטאקע חס ושלום
אן א שיעור לענדער וואס האבען דאס ווילען דאס ווארפען אויף ארץ ישראל חלילה און לכאורה איז דארט די ווייניגסטע פארזיכערט ווי אימער אין די וועלט
אפגערעדט ווען אלע אראבער ארים ארץ ישראל זאלען נאר געבען איין שפיי וועט די קליינע ארץ ישראל זיך דערטרינקען אין א ים הגדול
בדרך הטבע האט מדינת ישראל נישט קיין עתיד און נישט קיין קיום און וואלט שוין מיליאן מאל געדארפט אינטער גיין
אבער דער אייבישעטער מאכט דארט ניסים שלא על פי דרך הטבע און זייער גאנצער קיום האט נישט קיין סענצעבעל הסבר
ממילא אויב מען רעדט אז דער אייבישטער היט נישט חלילה איז די ערגסטע פלאץ זיך צי געפינען איז אין ארץ ישראל
אבער אויב גלייבט מען אז הנה לא ינום קען מען זיין אויך אין אמעריקא רוהיג
באניצער אוואטאר
גיבור
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 298
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 206 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 231 מאל

שליחה דורך גיבור »

איך בין מסכים מיט די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וועט זיין די בעסטע פלאץ, פאר איין ריזען: אויב רופט מען ח"ו נאכאמאל אויס א כלייה אויף "כלל ישראל" אזויווי ביי די שואה נישט קיין חילוק פרום, פריי, אידענטעפירציט זיך אלס יוד, אדער נישט, קומט אויס אז גאנץ מדינת ישראל מיט אלע חוץ לארצדיגע יודען זענען אין די זעלבע פעקל, האפנטליך נאך אזא ביטערע עקספיריענס וועט יעדער צוריק פייטן ביזן לעצטע מינוט און ביזן טויט, ממילא אין אזא מצב איז מדינת ישראל די שטערקסטע פון צווישן אלע יודען ווייל זיי האבן א לאנד, געווער, מיליטער, און אפילו נוקלערע וואפן, וכו' וכו'. ודו"ק!
איזהו גיבור ?
טיטאניק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1254
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 28, 2013 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1132 מאל

שליחה דורך טיטאניק »

גיבור האט געשריבן:איך בין מסכים מיט די וואס טענה'ן אז מדינת ישראל וועט זיין די בעסטע פלאץ, פאר איין ריזען: אויב רופט מען ח"ו נאכאמאל אויס א כלייה אויף "כלל ישראל" אזויווי ביי די שואה נישט קיין חילוק פרום, פריי, אידענטעפירציט זיך אלס יוד, אדער נישט, קומט אויס אז גאנץ מדינת ישראל מיט אלע חוץ לארצדיגע יודען זענען אין די זעלבע פעקל, האפנטליך נאך אזא ביטערע עקספיריענס וועט יעדער צוריק פייטן ביזן לעצטע מינוט און ביזן טויט, ממילא אין אזא מצב איז מדינת ישראל די שטערקסטע פון צווישן אלע יודען ווייל זיי האבן א לאנד, געווער, מיליטער, און אפילו נוקלערע וואפן, וכו' וכו'. ודו"ק!

מסכים מיט אלעם אויסער די לעצטע שורה:
גיבור האט געשריבן:און אפילו נוקלערע וואפן,

קלאר אז פינקט פארקערט, אין די רגע וואס אלע אידען זענען אויף איין פלאץ איז אסאך גרינגער זיי צי ח"ו............
מיט די אנדערע נקודות יא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וואס איז א חילוק צו מען שטארבט און מען פייט אדער נישט......
וירח ה' את ריח הניחוח
פישלע העררינג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1396
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 11:19 am
האט שוין געלייקט: 3030 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2212 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך פישלע העררינג »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז א חילוק צו מען שטארבט און מען פייט אדער נישט......

מיין עלטע זיידע האט געהאט א ברודער אין די ווארשעווע געטא, און ער רעדט נאך עד היום הזה מיט רעספעקט פון זיין ברודער אז ער האט געהאט די גבורת הנפש אומצוקומען מיט א פייט. מיין עלטע זיידע זעלבסט שיחי' לחיים טובים איז שוין געוועהן אין אמעריקא פאר די קריג ממילא פארשטייט ער נישט אזוי.
(- - -)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

איך האלט די סעיפעסט פלאץ פאר א איד על כל צרה שלא תבא איז אולען-באטור מאנגאליע, ס'וואוינען דארט וואוילע געלע גוים, זיי ווייסן מיטאמאל וואס א איד מיינט, פארוואס זאל דען דער אנטיסעמיט פון אמעריקע אדער מיטל-מזרח בייפאלן מיך צו אויפזוכן דארט,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאלד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט