המקובל רבי חיים כהן - החלבן
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
המקובל רבי חיים כהן - החלבן
[justify]אין ליכט פון קאווע טרינקער'ס דערמאנונג איבער דער מיסטעריעזע פערזאן, בין איך אינספירירט געווארן צו שרייבן איבער נאך א מיסטעריעזע פערזאן; רבי חיים כהן המכונה "החלבן" . להוי ידוע אז א טייל וואס איך שרייב איז מכלי ראשון ושני, וואס כ'האב געזעהן אליין און געהערט פון באקאנטע, און א טייל איז פון די מידיע און אינטרנט, אבער בשו"א נעם איך נישט אחריות אויף אמיתות הדברים. אליינס האב איך געהאט דריי encounters מיט רבי חיים, 2 זענען געווען פערזענליך. ווער עס ווייסט מער ווערט געבעטן מוסיף צו זיין.
ווען מען רעדט פון די חלבן דארף מען וויסן אז מען רעדט נישט דא פון סתם א מקובל וואס לערנט כתבי אר"י, און דאווענט פון א סידור הרש"ש. ער און אלע מקובלים ארום אים, רבותיו וחבריו טראגן אן אינטערעסאנטע מיסטעריע ארום זיך, זיי זענען די מערסט "באקאנטע צדיקים נסתרים" אין די לעצטע הונדערט יאר. בעל שמ'סקע מעשיות, און "קבלה מעשיות" איז די norm ביי זיי. זיי רעדן איבער גילוי אליהו ווי עס וואלט געווען א חסידישע מנהג, און גילוי עתידות איז א דבר יום ביומו. א טייל פון די גרויסע גילויים ווייסן מיר פון די מענטשן וואס האבן עס מיט געלעבט, אדער פון אנדערע "צדיקים" וואס האבן מעיד געווען. און א גרויסע טייל פון די גילויים ווייסן מיר מפי קדשם אליין, נאך דעם וואס זיי האבן געפילט די נחיצות עס מגלה צו זיין פאר אונז, על אף היותם צדיקים "נסתרים".
כמדומני אז ער איז געבוירן געווארן אין טערקיי, אבער ער איז א ישראלי אדורך און אדורך (געדינט אין די מיליטער). מען רופט אים די "חלבן" צוליב דעם וואס פון פאך אויס איז ער א חלבן - א קעז פראדוצירער. ער ארבייט שוין לאנגע יארן אין א קעז פעקטארי אין די אזור התעשייה אין תל אביב. אבער א יעדע איבעריגע מינוט, אריינגערעכנט אין מיטן די ארבייט און לאנגע שעות ביינאכט זיצט ער על התורה ועל העבודה.
ביז בערך פאר פופצן צוואנציג יאר צוריק האבן אים גאר ווייניג מענטשן געקענט, טראץ דעם וואס רעגירונגס לייט און מיליטערישע פירער זענען זיך כסדר געקומען אדורך שמועסן און שואל עצה זיין מיט אים, און כאשר יגיד כן היה. אבער אין יענע צייט האט זיך אלעס פלוצלינג געטוישט, זיין נאמען איז באקאנט געווארן אלץ אן איש אלוקי איבער די לענג און ברייט פונעם לאנד. טויזנטע אידן פון אלע שיכטן און קרייזן האבן אנגעהויבן צו שטראמען צו אים צו לערנען תורה, מאכן תיקונים, און איבער אלעם צו פועל'ן ישועות. אויך האט די מידיע - סיי די פרומע און סיי די פרייע - אים אנגעהויבן צו דעקן פונקט ווי אלע אנדערע אדמורי"ם ומקובלים.
מיין ערשטע באגעגעניש מיט אים איז געווען בערך פערצן יאר צוריק. איך בין צופעליג אריינגעפאלן ביי א גרויסע רבי'שע חתונה פון איינע פון די שיינע הויפן אין ירושלים. דארט האב איך אים די ערשטע מאל געזעהן אויפן אויבן-אן, ווי שיין די רביס האבן אים אויפגענומען און געוואונטשן איינער דעם אנדערע מיט אן הערצת פנים. איך האב ביז דעמאלטס קיינמאל נישט געהערט פון אים. אבער מיין קליינע מח'ל האט בשום אופן נישט געקענט אקצעפטירן וואס מיין שכן האט מיר פארציילט. אז אליהו הנביא איז זיך מגלה צו א איד א מגולח? אז א איד וואס גייט מיט א בלויע העמד און א סוועטער זאל קענען סתרי תורה? כ'מיין די אמאליגע ל"ו צדיקים זענען געגאנגען מיט קאסקעטלעך אבער נישט מיט די פויערישע דאשיק. איך האב דעמאלטס נישט געקענט דערהייבן אז דאס קען זיין לעגיטים.
אפאר חדשים שפעטער איז אין ירושלים פארגעקומען א גרויסע געשעהניש. די ראשי ישיבה פון די ישיבה למקובלים "שערי שמים" האבן פאר א לאנגע צייט געשריבן א ספר תורה בקדושה ובטהרה, ע"פ מנהגי וכוונות הקבלה, און לכבוד דאס פארענדיגן האבן זיי געפייערט מיט א גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה. אויף די דעקל פון איינע פון די וועכנטליכע אויסגאבעס איז געווען א בילד פון די פייערונג, מען האט געזעהן פינף עלטערע אידן טאנצן אינאיינעם אין א שורה אנהאלטענדיג די הענט לכבודה של תורה. פיר זענען געווען מראשי הישיבה און אין דער מיט איז געווען די חלבן. נו, זעהנדיג פיר באקאנטע מאה שערים רבנים מיט לאנגע ווייסע בערד נעמען ארום די חלבן, האב איך געזעהן אז יש דברים בגו.
פון דעמאלטס האב איך אנגעהויבן צו הערן מער און מער איבער אים, וועלכע רביס שוקן זייערע שווערע קוויטלעך צו אים, סיפורי מופתיים, ווי ער ליינט די שטערן פון מענטשן און זעהט אלעס, גילוי עתידות. אויך האב איך אויסגעפונען מער פערזענליכע פרטים. פון איין זייט אז זיין ווייב גייט מיט הויזן, און די סיבה פארוואס ער גט איר נישט (פארן נישט זיין פרום) איז ווייל זי איז א ריכטיגע אשה רעה מיט אלע הידורים און ער וויל נישט ארויס לאזן אזא מציאה פון די הענט. מיין חבר האט מיר פארציילט אז ער האט אים איין מאל אהיים באגלייט פון זיין וועכנטליכע שיעור בספרי חסידות אין בני ברק (ווען מען האט עס נאך געקענט טון) און ער האט אליין געזעהן ווי זיין רעביצין איז אים מקבל פנים מיט מכות רצח מיט א בעזעם, און רבי חיים האט בכלל נישט רעאגירט.
פון די אנדערע זייט האב איך אויסגעפונען אז רבי חיים האט געהאט גרויסע רביס, ספרד'ישע און חסיד'ישע. אויך האט ער זיך געדרייט און פארברענגט אין איין חבורה מיט אנדערע צדיקים נסתרים. צווישן אנדערע מיט רבי יוסף וולטוך, די גאסן קערער פון ירושלים. רבי משה יעקב, די שוסטער פון יפו; ער איז געווען א תלמיד פון די בעל הלשם, און רב קוק האט געזאגט אויף אים געוואלדיגע זאכן. רבי יהודה פטילון, די ארטיסט פון יפו. אויך האט ער געלערנט ביי די אלטע מקובל פון באגדאד רבי יהושע שהרבני, וועלכע האט געלערנט מיט די בן איש חי, ער ליגט אויפן הר הזיתים הארט נעבען די רש"ש. א יעדע פון די אינטערעסאנטע דמויות פארדינט זיך אן עקסטרע באשרייבונג.
נאך א פערזענליכע באגעגעניש איז געווען געציילטע טעג פאר מיין חתונה. איך בין פונקט בהשגחה אנגעקומען צו די הויז פון א ידיד ווען ער איז געווען אויפן וועג ארויס, און איך האב געהערט ווי ער זאגט פאר זיין ווייב אז ער פארט זיך אדורך רעדן מיט רבי חיים און ער קומט באלד צוריק. טראץ דעם וואס איך בין געווענטליך נישט נאכגעלאפן רביס און מקובלים האב איך דאס מאל זיך אריינגעזעצט אינעם טעקסי און איך בין מיטגעפארן. מיר זענען אנגעקומען צום קעז פעקטארי ארום צוועלעף - איינס מיטאג, די גאנצע געגנט פארנט פונעם בנין האט געשמעקט פון זויערע מילך. מיין ידיד איז אריין אינעווייניג און ער האט מיר געהייסן ווארטן אינדערויסן. בערך פופצן מינוט שפעטער קומט ער צוריק ארויס אין באגלייטונג פון די חלבן וועלכע איז געגאנגן אנגעטון מיט א גרויסע שירצל און קני-הויכע גומעמע שטיוול. זיי האבן אזוי געשמועסט ביז זיי האבן דערגרייכט די טעקסי. מיין ידיד האט דאן געבעטן רבי חיים זאל מיר אנוואונטשען לרגל מיין בעפארשטייענדע חתונה. ער האט שטארק געוואונטשן אין לשון הקדש (דאכצעך מיט די האנט איבער מיין קאפ). דערנאך האט ער זיך אויסגעדרייט צו מיין חבר און ער האט אים עפעס געזאגט וואס ער האט נישט געקענט וויסן אן רוח הקדש. ער זאגט פאר מיין חבר - טייטל'נדיג אויף מיר - "יש לו נשמה נקיה" עכ"ל. דעמאלטס האב איך קלאר געזעהן זיין הייליגע בליק.
ווי שוין דערמאנט פריער האט ער דעמאלטס פארגעלערנט א וועכנטליכע גרויסע שיעור אין ספרי חסידות (דאכצעך ספר מאור ושמש). אויך האט ער כסדר אנגעפירט תיקונים ברוב עם, ספעציעל אין די ימי השובבים דאווענדיג מנחה מיט די ענני פון די רש"ש. הונדערטער פון אלע שיכטן און קרייזן האבן זיך באטייליגט, אבער קיין געלט האט ער קיינמאל נישט גענומען ביי קיינעם. פאר אפאר יאר צוריק בין איך געווען אין ארץ ישראל און עס האט מיר אנגעשמעקט א באגעגעניש. אבער כ'האב דעמאלטס אויסגעפונען אז ס'נישט אזוי פשוט. עס איז שוין דא א גאנצע הויף, מיט גבאים, דרייווערס, ארגעניזאציעס, פראטעקציע וכו'. איך ווייס נישט וויפיל איז בהסכמתו ובידיעתו. איך וועל מיך דערווייל אפשטעלן דא, און לאזן אנדערע שרייבן וואס זיי ווייסן.
.[/justify]

"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
כידוע החילוק צווישען א בויך-וויי און א קאפ-וויי, איז אזוי, קיין תלמיד חכם מובהק, אדער אפילו קיין מקובל מובהק וואס קען און פארשטייט קבלה אויף די לעוועל פון יונגעלייט וואס דרייען זיך אין שער השמים, איז ער נישט, אויף וויפיל איך ווייס. דאס איז וואס מיר פשוט'ע מענטשען קענען מעסטען. מכאן ואילך, זאכען וואס מען קען נישט מעסטען, צו ער איז א פועל ישועות, אדער א צדיק נסתר, אדער ער האט גילוי אליהו, קען יעדער גלייבען וואס ער וויל.
(לגבי זיין ווייב, שמעתי שאין זה נכון).
אינטרעסאנט, הר"ר יהודה שיינפלד שליט"א (נאך א סעמי-צדיק נסתר סעמי מוזר וואס קומט זיך עקסטער א באשרייבונג, אבער א ת"ח) האלט זיך א תלמיד זיינע, און אין די ספרים זיינע 'אסרי לגפן' איז דא צו'ם סוף "שו"ת מילי דחסידותא" וואס זענען שאלות וואס ער פרעגט אן ר' חיים'ן און זיינע תשובות, אביסעל אויפ'ן נוסח פון תשובות ר' חיים קנייבסקי, קורץ און שארף, אבער רוב שאלות זענען אויף אזוינע ענינים, נישט הלכה, ווי וועלכע קאליר קאפל זאל מען גיין ראש חודש על פי קבלה, אדער וואס זענען די אבות געגאנגען (א ירושלימע'ר קאפטען אויב זענט איר גאר נייגעריק), און אלץ מיט אזא זיכערקייט כמפי הגבורה אן קיין מקורות צו גארנישט.

I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:קיין מקובל מובהק וואס קען און פארשטייט קבלה אויף די לעוועל פון יונגעלייט וואס דרייען זיך אין שער השמים, איז ער נישט, אויף וויפיל איך ווייס. דאס איז וואס מיר פשוט'ע מענטשען קענען מעסטען.
(לגבי זיין ווייב, שמעתי שאין זה נכון).
ווען איך האב געזעהן ווי שטארק די ראשי ישיבה (ר' פישל אייזנבאך, רב ראבינאוויטש ועוד) האבן אים מכבד געווען, האב איך עס גענומען אלץ א צייכען אז זיי האלטן אים יא פאר עפעס וואס "זיי" זענען מחשיב. בנוגע זיין ווייב, ווי אזוי קענסטו עס לייקענען ווען איך האב עס געהערט מכלי ראשון, פונעם שקרן אליין?
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לעיקוואוד, בהנחה אז נישט דער חלבן און נישט די מקובלים פון שער השמים האבן זיך שוין געטראפן מיט אליהו'ן, וואס האבן די מקובלים איינגעזען אין דעם מיסטעריעזן חלבן פון וועמען איך הער יעצט צום ערשטן מאל?
(אגב איז מיר אינטערעסאנט אז אין אמעריקע און אין אייראפע באווייזט זיך אליהו צו מענטשן אנגעטאן אין גאלדענע בעקישעס, און אין ארץ ישראל קומט ער צו די מילכיגער פליישיגער ושוסטיגער).

האדם לא נברא אלא להתענג
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב געזעהן די ראשי ישיבות פון שער השמים זענען זייער מחשיב און מכבד דער פאפאנער רבי, איז דאך לכאורה א סימן אז ער איז א מקובל?
(ער האט גאר א וויכטיגער זאך אין קאמאן מיט שער השמים, ביידע ארבעטן גאר שווער אויף דעם, מען איז עס מרמז אזוי מיט א s מיט א שורה דערויף).
(ער האט גאר א וויכטיגער זאך אין קאמאן מיט שער השמים, ביידע ארבעטן גאר שווער אויף דעם, מען איז עס מרמז אזוי מיט א s מיט א שורה דערויף).
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2933
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 513 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל
און אז מען רעדט שוין, וואס איז טאקע פשט אז עס איז דא אזעלכע מענטשען וואס זיי האבען נישט קיין בערד, און לאו דוקא איינער ווי דער חלבן, נאר כמה גבירים און אפילו צומאל עסקנים, וואס באקומען הערצה פין רבי'ס רבנים וכו', און אנדערע וואס ווייל זיי האבען נישט קיין בארד איז מען זיי מרחק בתכלית הריחוק. אם תמצא לומר אז געלט איז דער מאטיוו, קען נישט זיין, ווייל כמה פעמים איז עס נישט געלט וואס ברענגט דער התקרבות. און אפילו דער אראפגעבויגענער היט, וואס פעמים ירחקוך ופעמים יקרבוך, וואס איז פשט? הירץ פרענקל איז אקעי מיט א געשניטענער בארד און מאדערנער קוק, און אנדערע זענען פסול מהאי טעמא. וואס איז דער היפאקריסי?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).

- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
יאיר האט געשריבן:לעיקוואוד, בהנחה אז נישט דער חלבן און נישט די מקובלים פון שער השמים האבן זיך שוין געטראפן מיט אליהו'ן, וואס האבן די מקובלים איינגעזען אין דעם מיסטעריעזן חלבן פון וועמען איך הער יעצט צום ערשטן מאל?
(אגב איז מיר אינטערעסאנט אז אין אמעריקע און אין אייראפע באווייזט זיך אליהו צו מענטשן אנגעטאן אין גאלדענע בעקישעס, און אין ארץ ישראל קומט ער צו די מילכיגער פליישיגער ושוסטיגער).
ביסט סיריעס? האסט נאך קיינמאל נישט געהערט פונעם חלבן?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
[justify][tag]קאווע טרינקער[/tag], ווי שוין געשריבן אויבן, איז די מעשה געווען בערך צוועלעף איינס מיטאג, ביז דעמאלטס האב איך דאך געקענט פארשמירן אויפן גרויסן. ממילא האב איך געוויסט אז עס איז רוח הקדש. פון וואנעט דען זאל ער וויסן?
מען דארף פארשטיין אז אין ארץ ישראל איז די גאנצע קבלה/נסתר/זהר וכו' אסאך א גרעסערע ארטיקל ווי אין חו"ל. וויפיל מענטשן קענסטו וואס לערנען עמטליך קבלה און זהר אין אמעריקא? וויפיל שיעורים וישיבות למקובלים זענען דא? וויפיל אידן זענען עוסק בתיקונים (אויף א ברייטע פארנעם)? וויפיל אידן דאווענען אין דיין בית המדרש מיט א סידור וואס האט די כוונות דערין? וויפיל אידן אין אמעריקא קענסטו וואס פאסטן גאנץ שובבי"ם, דאווענען מנחה מיט די לאנגע ענני להרש"ש, מיט מנין, בפומבי? וויפיל אידן אין אמעריקא קענסטו וואס מאכן די תיקון פון גלגול שלג? איידער איך בין אנגעקומען קיין ארץ ישראל האב איך קוים געוויסט אז די זאכן עקזיסטירן בימינו? איך זאג נישט אז איך ווער נתפעל אבער די פאקט איז אז דארט איז עס אן ארטיקל (אולי בגלל שהרבה/רוב מגדולי המקובלים כגון האר"י ותלמידיו, הרש"ש, היו בארץ ישראל, משא"כ בארה"ב.) בשעת אין אמעריקא איז די גאלדענע בעקישע און די צאל חסידים א גרעסערע ארטיקל.
איך וויל קלאר שטעלן אז איך האב נאר געשריבן די ארטיקל מיט עטוואס א צינישע טאן צו באפרידיגן די סקעפטיקער שבתוכי. אויב וואלט איך מיר געמוזט אויסוועלן מבין הקאבאליסטן שבארצינו הקדושה וואלט איך געגאנגן צו אים, מכמה סיבות. איך האב פערזענליך געזעהן און געהערט א געוואלדיגע ריספעקט פון חסידישע רביס ומנהיגים כלפי די חלבן, וואס איך האב נישט געטראפן כלפי קיין שום אנדערע מקובל (אנגעהויבן פון הרב כדורי און געענדיגט ביי די רנטגן) אויסער צו די באבא סאלי. צווייטענס, זיין הנהגה בפשטות, צניעות וענוות חן האט מיר שטארק געכאפט. דריטענס, די פאקט אז זיינע שיעורים זענען מיוסד אויף ספרי חסידות גיבט עפעס א באקוועעמליכקייט, א familiarity. דריטענס, די פאקט אז ער האט זיך געדרייט מיט די סנדלר, די מנקה, און די צייר - וואס זיי זענען שוין אתמחי שמם בשוק (דורך די מעשה ביכער וואס זענען געדרוקט געווארן לאחר פטירתם) - גיט אים לעגיטימאציע. ועוד והיא העיקר, מיין הארץ זאגט מיר אז ער איז די ריעל דיעל. למעשה איז עס מיר נישט נוגע ווייל קיינער צווינגט מיר נישט צו וועהלן א קאבאליסט.
בנוגע זיין בארד, שמעתי מאחד ששאל אותו פשר הדבר, ער האט געענטפערט אז ער ליידט פון שרעקליכע אויסשלאגן אויף די הויט און ער מוז שערן א יעדע טאג לצורך זו. ועיין במעלות לחדש תשרי תשע"ד, דמשמע אז דער מחלה איז שטארק געווען בנמצא אין איטאליע בימים ההם. (ושמעתי שבימינו נמצא מחלה זו הרבה ב'עירמאנט שבגולה... )
.[/justify]
יאיר האט געשריבן:(אגב איז מיר אינטערעסאנט אז אין אמעריקע און אין אייראפע באווייזט זיך אליהו צו מענטשן אנגעטאן אין גאלדענע בעקישעס, און אין ארץ ישראל קומט ער צו די מילכיגער פליישיגער ושוסטיגער).

הוגה האט געשריבן:ער האט געענטפערט אז ער ליידט פון שרעקליכע אויסשלאגן אויף די הויט און ער מוז שערן א יעדע טאג לצורך זו. ועיין במעלות לחדש תשרי תשע"ד, דמשמע אז דער מחלה איז שטארק געווען בנמצא אין איטאליע בימים ההם. (ושמעתי שבימינו נמצא מחלה זו הרבה ב'עירמאנט שבגולה... )
.[/justify]
א פלא אז גענוי די גדולים וואס האבן געהאט די מחלה אויף זייער בארד איז באפאלן נאך א טראגעדיע שבר על שבר, אז א תלמיד טועה האט אריינגערוקט פרעמדע מאדנע זאכן אין זייערע ספרים. אדער גאר נאך ערגער פונקט די וואס האבן געהאט מחלות אויף די הויט איז געווען ידי זרים שלטו בספריהם, אדער האבן זיי געשריבן זאכן וואס לאו כל מוחא סביל דא, וואס פארשטיין מיר? אין לנו עסק בנסתרות ובסתירות.
- הוגה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3112
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
- געפינט זיך: מאנסי
- האט שוין געלייקט: 6841 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל
הוגה האט געשריבן:ווען איך האב געזעהן ווי שטארק די ראשי ישיבה (ר' פישל אייזנבאך, רב ראבינאוויטש ועוד)?
געטראפן א בילד מיט רבי גמליאל ראבינאוויטש.
ס'סתם א תירוץ ארויף צו ברענגן די שמועס...
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 88
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 01, 2013 7:59 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 92 מאל
....פון איין זייט אז זיין ווייב גייט מיט הויזן....
נישט אז איך בין דער גרויסער צדיק וואס קען זאגען א ווארט, אבער איז מיר אייביג געווען א גרויסער חידוש
אשה רעה, פיין, גוטער תירוץ, אבער מאכט נאך אלץ נישט קיין סענץ, ס'איז דא א סיבה פארוואס א גט איז באשאפען געווארען,
דאס אז די זאגסט אז זי האקט אים אן מיט א בעזים און ער גט איר נישט, פארשטיי איך אויב איז ער א צדיק, ווייל אשה רעה במידות האבען צדיקים דייקא ליב געהאט ווי מען זעט אין חז"ל אויך, אבער א אשה רעה בצניעות, דאס איז שוין א תמיה גדולה מאד, ותורה היא וללמוד אני צריך, זייער הנאה געהאט ווען איינער גיבט א זאכליכער תשובה דערויף
בנוגע צו די אטענטישקייט, פון אירע הויזען, האב איך אמאל געהאט א שמועס מיט דער מקובל הרב הצדיק ר' אברהם יחזקאל שרגא פריעדמאן מקאמאדע מאנסי, און ער האט עס באשטעטיגט
איך האב אים געפרעגט א תשובה, אבער קיין ענפער האב איך נישט באקומען
אדרבה לאמיר רעדען וועגן הויזען אויך אמאל...

- סאשי פיש
- חבר ותיק
- הודעות: 2776
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
- געפינט זיך: אינמיטען עסן
- האט שוין געלייקט: 3022 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל
ביים איבערגעבען זיין שטיצע פאר א בית המדרש אויפען הר הבית.
הרב יוסף אלבוים ויעקב היימן הפועלים למען הקמת בית כנסת בהר הבית ועלייה למקום הקדוש, פנו אל המקובל 'החלבן', הרב חיים כהן, ותיארו בפניו את הפעילות העניפה של החרדים העולים להר הבית, ואת פעולותיה של אגודת ישי העמלה על בנין בית כנסת במקום. כל זאת על פי מה שכתב באריכות הגרי"מ טיקוצינסקי בספרי עיר הקודש והמקדש, על הנחיצות בבנין בית כנסת בהר בזמן הזה.
הרב האזין בקשב רב על העליות להר הבית בקדושה ובטהרה ובמקומות המותרים, ועל הדרישה מהרשויות לאשר בניית בית בית כנסת, 'שטיבל' חרדי על ההר. הרב חיים כהן בירך את פעילי ההר בכתב ידו. "מברך על המפעל העצום בהקמת בית כנסת בהר הבית, ומברך על זה בברכת כהנים, עלו והצליחו להקים שכינתא מעפרא אמן".
המכתב התקבל בהתרגשות רבה בקרב החרדים העולים להר, במיוחד על רקע העליות המתגברות של קבוצות חרדים למקום המקדש.
לדברי הרב ישראל פרטיג מספר החרדים דורשי המקדש העולים להר הולך וגדל מעת לעת. יותר ויותר אנשים מבינים את גודל חשיבות העניין של המצוות התלויות בהר הבית, חידוש העבודה, ובניין המקדש במהרה בימנו אמן.
תמיכתו של המקובל החלבן מצטרפת לתמיכתם של רבנים נוספים שהביעו לאחרונה תמיכה בפעילותם של דורשי המקדש העולים להר הבית בטהרה. לא מזמן פורסמה תשובתו של הגר"מ מאזוז ראש ישיבת כסא רחמים, התומך בעליה להר הבית, למי שבקיאין בגבולות הקדושה ודרכי הטהרה. גם הרה"ג חיים פסח הורביץ מאשדוד, והרה"ג מאיר הייזלר מבני ברק, הביעו תמיכה בעליה להר הבית לרשתו מידי הגויים המחללים את מקום מקדשנו.

עס טוהט זיך א באמבע!!
לויט די ישראלישע סייטס איז א פארהייראטע פרוי אנגעקומען צו בי''ד מיט א שאלה אויב זי מעג זיין מיט איר מאן ווייל זי האט עטליכע מאל בוגד געווען באופן החמור ביותר מיטן חלבן!
בי''ד האט כמובן פארלאנגט הוכחות איז זי געגאנגען און עם אפגעכאפט א גאנצע שמועס מיט עם ווי זי זאגט איבער איבער און איבער און איבער ווי שלעכט זי פילט אבער זי טוהט עס נאר ווייל ער האט עס געוואלט און איר געזאגט אז דאס איז איר 'תיקון'. נאכדעם זאגט זי אז באמת האט זי גענוג **** אינדערהיים און עס פעלט איר נישט אבער זי האט עס געטוהן פאר עם כבקשתו וכו. וכו.
דערנאך פרעגט זי עטליכע מאל אויב זיי טוהען עפעס שלעכט און זי גייט נענש ווערן דערויף ,דא רעגט ער זיך שוין אויף און שרייט אויב זי וויל נישט מער איז נישט. זי ווערט אינגאנצן צומישט און וויל וויסן פארוואס לעצטע וואך האט ער גערעדט גאנץ אנדערע ווערטער צו איר און זי פארשטייט ער באקומט עס נישט אינדערהיים... אבער זי וויל פילן גוט דערמיט ,זאגט ער אז ער ווער 'כולו אש' ווען זי קומט צו עם און ער איז נישט געווען מיט קיינעם אנדערש זייט זי קומט צו עם... אבער אפשר האט ער נישט גוט געזעהן און עס איז נישט ריכטיג וואס זיי טוהען.
הערט און שטוינט!
http://www.jumbomail.co.il/downloadfile ... 3838673d3d
זיינע מקורבים ענפערן אז ער איז שוין אפאר יאר קראנק און קען נישט גיין (בערך ווי די טענות פון ר' בערלאנד) און איינער האט נאכגעמאכט זיין קול. יעצט איך קען נישט זיין קול אבער צו מיינע אוירן סאונד עס ווי עס וואלט
געווען זייער שווער נאכצומאכן אזא גאנצע שמועס אהין און צוריק. די פרשה האט שוין א צו-נאמען בשר בחלב...
נו הוגה איז דאס זיין קול צו נישט?