נשתנה המציאות, לא ידעו המציאות, און נאך אן אפציע
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

בעפאר איך גיי ווערן באשטיינערט פון די עלטערע ניקס דא אין שטיבל, מיט לינקס אויף לינקס און אויף רעכטס, הלמאי איך וואג מיר צו עפענען אן אשכול איבער א נושא וואס איז שוין איבערגעדראשט און איבערגעקייט געווארן צענדליגער מאלן, וויל איך מקדים זיין, א געוויסע הקדמה:
ביטע קאנטרעצירט זיך איבער די הויפט נקודה אינעם אשכול, און דערנאך זייט דן בכובד-ראש אויב די דאזיגע ספעציפישע נקודה איז שוין אמאל געווארן אויסגעשמועסט.
איז אזוי, איך קום פון די וואונדערבארע אשכול וואס [tag]תחכמוני[/tag] האט באשריבן, און די תגובות דערויף, איך האב פון דארטן פארשטאנען - אין קורצן - אז היות עס איז דא עטליכע (ווייניג געזאגט) מאמרי חז״ל וואס שטימען נישט מיטן מציאות וואס מיר קענען היינטיגע צייטן, קענען מיר אויסקלויבן עטליכע אפציעס:
איין אפציע, וואס איז זייער פאפולער אינעם חרדי׳שן ציבור, איז פשוט, עס אינטרעסירט מיר באמת נישט וואס די מציאות איז, און שלום על ישראל.
די צווייטע אפציע איז, אז נשתנו הטבעיים, עס איז אנדערש געווארן אין די 2000 (און צומאל 100) יאהר די מציאות.
איך גיי נישט רעדן פון די וועלכע נוצן עס פאר יעדע איינציגע קשיא, דאס הייסט - זיי וועלן דארפן זאגן אז פאר צוויי טויזנט יאהר צוריק איז די ערד-קוגל געווען פלאך, די געבוי פונעם בהמה איז געווען אנדערש, חיות ובהמות האבן געשוואנגערט אין אנדערע צייט-אפשניטן, וכו׳. (און אפשר אויך אז דער אלכסון איז געווען צוויי מאל אזוי ווי די גרויס פון צלע הריבוע…).
נאר אפילו צו נוצן דעם מהלך ביי קלענערע שינויים, זענען עטליכע חברי הק״ש געווען אומ-צופרידן פון די טיפישע חרדישע תירוצים.
און דעריבער פיהלן זיי זיך באקוועמער מיט די דריטע אפציע, זאגנדיג: לא ידעו המציאות. וואס תחכמוני האט שוין מברר געווען אז עס איז נישט קיין כפירה אזוי צו זאגן, ושלום על ישראל.
אמנם דא עקא, אז איך מיין אין געוויסע פלעצער איז שווער צו זאגן: לא ידעו המציאות. און ווי מען האט שוין ארויסגעברענגט דארטן די קשיא.
למשל, דאס וואס ווערט גע׳פסק׳נט אין יור״ד סימן קפ״ד: רוב נשים יש להם זמן קבוע לראות. וואס היינטיגע צייטן ווייסט מען נישט צו זאגן דערפון, און עס שיינט פונקט פארקערט, אז רובא דרובא נשים האבן נישט קיין וסת קבוע.
זאלן מיר זאגן אז פון זמן הגמרא ביז היינט איז געשעהן אזא טויש, בין איך אפשר בדיעבד גרייט אראפצושלינגען, אבער זאגן אז פון די צייטן פון בעל קיצושו״ע, (עיי״ש סימן קנד), ביז היינט איז עס געשעהן אזוי פון אונטער די נאז, אהן אז מען זאל עס באמערקן, הערט זיך שוין נישט אזוי געשמאק.
אויב זאלן מיר זיך נישט פיהלן באקוועם מיטן ״נשתנה המציאות״ וועלן מיר בלייבן מיטן ״לא ידעו המציאות״, וואס הערט זיך אויך שווער, האבן זיי טאקע נישט געקענט וויסן אזא פשוטע זאך, אדער: האבן זיי זיך ערלויבט צו זאגן איבער א מציאות וואס קען ווערן איבערגעקוקט.
ממילא בין איך אויפגעקומען מיט א נייע אפציע, וואס איך האב נישט געזעהן אז עס זאל ווערן אראפגעברענגט דא אין קאווע שטיבל, און דאס איז: ״התעלמו מהמציאות״…
(= אין אנדערע ווערטער, די ערשטע אויבנדערמאנטע אפציע, איז אויך געווען דעמאלטס).
לדעתי, קען דער מהלך פארענטפערן אסאך קשיות, איך וויל קודם הערן צו די חברי הק״ש וועלן זיין גרייט צו פארדייען אזא אפציע.

אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.

~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
עס קען זיין די ביאלאגישע זייגער האט אן איינפלוס, אבער מיין שאלה איז, צו עס איז טאקע געשעהן אזא טויש אונטער אונזערע נעזער אין די לעצטע הונדערט יאהר, אהן קיינער זאל עס באמערקן.
אדרבה, אויב ווייסטו פון אזעלכע וואס ווייסן צו זאגן פון די שינוי, דורך שטודיעס, לאמיר הערן.
און מען קען עס לכאורה היינט נאכגיין דורכן פארשן די דריטע וועלט לענדער.
אדרבה, אויב ווייסטו פון אזעלכע וואס ווייסן צו זאגן פון די שינוי, דורך שטודיעס, לאמיר הערן.
און מען קען עס לכאורה היינט נאכגיין דורכן פארשן די דריטע וועלט לענדער.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 545
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 26, 2013 2:56 pm
- האט שוין געלייקט: 447 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 521 מאל
ביי יעדע אזא פאל ברויכסטו אויך געבן א מאטיוו פאר די התעלמות, אן דעם וועט עס נישט פליען.
"ווי דער גוטער בוך זאגט, אז מען שפייט אין די לופט, לאנדעט עס אין פנים"
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
ממרום שלח אש האט געשריבן:אין אזא פאל ברויכסטו אויך געבן א מאטיוו פאר די התעלמות, אן דעם וועט עס נישט פליען.
פויל צו נאכפארשן…
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך האב נישט נאכגעפארשט, אבער כמדומני אז געוויסע געזונטהייט און נאטורליכע דייעט מענטשען טענה'ן אז אויב פאלגט מען זיי באקומט מען א ווסת קבוע.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
זייער אינטערעסאנט ראובן, מ'זעט טאקע איז גאר שפעטע פוסקים ווי זיי רעדן פון ווסת קבוע ממש ווי פון א טאג טעגליכע מציאות, און ס'שווער צו זאגן דערביי אז התעלמו מהמציאות, ווייל זיי רעדן פון פאקטישע מעשיות און שאלות וואס זיי האבן געהאט פון פרויען. ס'איז שווער צו זאגן אז פרויען האבן נישט געציילט די טעג ריכטיג, אדער אז זיי האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען א ווסת ווען זיי האבן נישט.
אבער די התעלמות מהמציאות איז זיכער קיינמאל נישט געווען אזויווי היינטיגע צייטן, ווי שוין ערווענט כמ"פ. אמאל ווען סייענס איז ארויסגעקומען מיט עפעס וואס האט אויסגעזען בניגוד לתורה האט זיך איבערגעדרייעט א וועלט, מ'האט זיך מפלפל געווען וויאזוי ס'קען יא שטימען, אויב מ'קען פארענטפערן, אויב מ'מוז זיי גלייבן, אבער עכ"פ מ'האט גערעדט דערפון, ס'איז געווען א מדובר. היינט, ווען ס'קומט ארויס עפעס ניי, אין קול ואין עונה, יהדות האורטודוקסית שלאפט זיך א זיסן שלאף, קיינער קימערט זיך ניטאמאל שלום צו מאכן צווישן סייענטיפישע ערפונדינגען און די תורה. אונזער אמונה איז אזוי שטארק, אזוי סאך שטערקער ווי אלע דורות ביז היינט, אז ס'נישט מעלה ומוריד וואס די סייענטיסטן שמייענטיסטן זאגן.
קען זיין, איך טראכט, אז די אלע מהפיכות זענען שוין געווען בזמנו של דרווין, און זייט דעמאלס קומט נישט צו עפעס וואס איז מער מפריך, און ממילא אלע תירוצים וואס מ'האט דעמאלס פארענטפערט זענען נאך קאי וקיימא און מ'דארף זיי נישט איבערזאגן יעדע מאל. קען זיין?

- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
זעסטו, ביי פיהלע מאכט עס אויך אן שלום בית פראבלעמען. זיי מיינען זייערע ווייבער זענען קראנקע.
נאך איין מזל אז פרויען טארן נישט לערנען, זעהען זיי כאטש נישט אז מיר פועלים דארפן עכט נאר פעמיים בכל שבת.

דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
איך מיין אז אין רוב פעלער איז 'לא ידעו המציאות' נישט דער פשט אז דער מציאות איז געווען צו ווייט אז זיי האבען נישט געוואוסט, נאר אז זיי האבען געקוקט די מציאות און עס האט זיך זיי אזוי געדאכט, און זיי האבען נישט גענוג נאכגעפארשט וויסען ווי מען ווייסט היינט סייענטיפיש.
עס וואלט בעסער געווען ווען מען איז דן אויף א דוגמא.
די היינטיגע 'התעלמות מן המציאות' איז דווקא אז מען האט במסורה אז אזוי איז די הלכה קוקט מען נישט אויף די מציאות, דארפסטו ברענגען א דוגמא ווי חז''ל האבען געהאט אזא מין מסורה וואס זאל גובר זיין אויף די מציאות וואס זיי האבען געזעהן.
עס וואלט בעסער געווען ווען מען איז דן אויף א דוגמא.
די היינטיגע 'התעלמות מן המציאות' איז דווקא אז מען האט במסורה אז אזוי איז די הלכה קוקט מען נישט אויף די מציאות, דארפסטו ברענגען א דוגמא ווי חז''ל האבען געהאט אזא מין מסורה וואס זאל גובר זיין אויף די מציאות וואס זיי האבען געזעהן.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איך מיין אז אין רוב פעלער איז 'לא ידעו המציאות' נישט דער פשט אז דער מציאות איז געווען צו ווייט אז זיי האבען נישט געוואוסט, נאר אז זיי האבען געקוקט די מציאות און עס האט זיך זיי אזוי געדאכט, און זיי האבען נישט גענוג נאכגעפארשט וויסען ווי מען ווייסט היינט סייענטיפיש.
עס וואלט בעסער געווען ווען מען איז דן אויף א דוגמא.
די היינטיגע 'התעלמות מן המציאות' איז דווקא אז מען האט במסורה אז אזוי איז די הלכה קוקט מען נישט אויף די מציאות, דארפסטו ברענגען א דוגמא ווי חז''ל האבען געהאט אזא מין מסורה וואס זאל גובר זיין אויף די מציאות וואס זיי האבען געזעהן.
לאמיר רעדן פון דער משל וואס תחכמוני האט געשריבן, פון די גמרא אין עירובין און סוכה, אז די רבנן דקיסרי האבן געהאלטן אז דער אלכסון איז צוויי מאל די גרויס פונעם צלע הריבוע.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:איך האב נישט נאכגעפארשט, אבער כמדומני אז געוויסע געזונטהייט און נאטורליכע דייעט מענטשען טענה'ן אז אויב פאלגט מען זיי באקומט מען א ווסת קבוע.
יעצט נאכגעקוקט אביסל, און דיעטע, מעדעצינען און בירטע קאנטראל זענען שטארק משפיע צו מאכן ווסתות שאינם קבועים, און איך דערמאן זיך טאקע אז כ'האב שוין געהערט פון אפאר פרויען וואס האבן געהאט ווסתות קבועות ביזן חתונה, און פון די חתונה און ווייטער, ווען זיי האבן גענומען ב"ק כדי צו זיין ריין ביים חתונה, האבן זיי אנגעהויבן צו האבן אינו קבוע.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
לגבי ווסת, קלער איך יעצט אפשר האבען מיר א טעות פשט אין ווסת קבוע. אפשר מיינט עס נישט אז עס איז קבוע פונקט צום טאג, נאר אז בדרך כלל איז א רעגולאר ווסת. אבל זה לא יתאים לפשט הפוסקים כ''כ, ויש לחקור בזה, עניוואן?
ועיין
http://www.sciencedirect.com/science/ar ... 2404001313
מסתם רעד איך שטותים.
ועיין
http://www.sciencedirect.com/science/ar ... 2404001313
מסתם רעד איך שטותים.
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
דייני קיסרי האבען געהאט א מאטעמאטישער טעות, וואס די גמרא אליינס זאגט עס איז א טעות וויבאלד עס שטימט נישט אין מציאות, זעהט מען דאך אז מען רעכענט זיך יא מיט די מציאות.
די מערסטע מסתבר'דיגע פשט אין זיי איז אז זיי האבען עס געמיינט בערך, נישט פונקטליך. און אזוי האט מען אמאל גערעכענט , עיין http://en.wikipedia.org/wiki/Pi#History
די מערסטע מסתבר'דיגע פשט אין זיי איז אז זיי האבען עס געמיינט בערך, נישט פונקטליך. און אזוי האט מען אמאל גערעכענט , עיין http://en.wikipedia.org/wiki/Pi#History
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:דייני קיסרי האבען געהאט א מאטעמאטישער טעות, וואס די גמרא אליינס זאגט עס איז א טעות וויבאלד עס שטימט נישט אין מציאות, זעהט מען דאך אז מען רעכענט זיך יא מיט די מציאות.
די מערסטע מסתבר'דיגע פשט אין זיי איז אז זיי האבען עס געמיינט בערך, נישט פונקטליך. און אזוי האט מען אמאל גערעכענט , עיין http://en.wikipedia.org/wiki/Pi#History
א מאטעמאטישע טעות קען זיין דאס וואס די גמרא זאגט אמתא ותרי חומשי, (וואס איז טאקע נאר בערך), אדער ריבוע יתר על העיגול רביע. אבער אז די אלכסון איז צוויי מאל אזוי ווי די צלע הריבוע איז נישט בערך.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
מאטי האט געשריבן:מיט די מעטאדן וואס מ'האט דאן געהאט אויף רעכענען, ווער ווייסט ?
קודם כל, עס איז שוין געווען דעמאלס גאנץ שיינע מעטאדן צו רעכענען (די פיטאגאראס געזעץ איז שוין געווען דעמאלס בעולם).
און דערנאך, אפילו אויב נישט, מען דארף זיין ממש בלינד אזוי צי זאגן?!
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
- טאמבל סאס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4290
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
- געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
- האט שוין געלייקט: 6640 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל
כ'ווייס נישט פון וואו עטס נעמטס אז מ'האט אמאל זיך פארהוילן פונעם מציאות, אדער נישט געוואוסט דעם מציאות. אין די לאבארטאריע פון ר' ישמעאל'ס תלמידים האט מען שוין לכאו' סייענטיפיש באשטעטיגט די טעאריעס פון חכמינו ז"ל. ווי ס'שטייט: מעשה בתלמידיו של ר’ ישמעאל ששלקו זונה אחת שנתחייבה שריפה למלך, בדקו ומצאו בה מאתיים וחמישים ושניים וכו'. דארט האט מען שוין אויף אלעם בודק געווען.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
טאמבי, הער אויף מיט די ליצנות.
גראדע האט קורמאן א גאנצע פרק אין האדם וטבעו, וואו ער איז מסביר וויאזוי אמאליגע צייטן האט מען זיך נישט געקימערט מיטן מציאות, נאר די מסורה פון די פארשטייערס פון בעפאר, די פריערדיגע דאקטוירים אדער דענקער, דאס האט גובר געווען איבער יעדע מציאות נראה לעיניים. (סאונדס פאמיליער? קענט העלפ יו). און ממילא איז מובן פארוואס הלכתא כרב באיסורי וכשמואל בדיני, וויל שמואל איז געווען א דוקטאר, נוקט בשיטת הדאקטאריי, ווידערום רב האט בודק געווען די מציאות און געזען אז ס'איז אנדערש ווי ס'איז אנגענומען. עיי"ש ותמצא.

- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
לעיקוואד האט געשריבן:לגבי ווסת, קלער איך יעצט אפשר האבען מיר א טעות פשט אין ווסת קבוע. אפשר מיינט עס נישט אז עס איז קבוע פונקט צום טאג, נאר אז בדרך כלל איז א רעגולאר ווסת. אבל זה לא יתאים לפשט הפוסקים כ''כ, ויש לחקור בזה, עניוואן?
ועיין
http://www.sciencedirect.com/science/ar ... 2404001313
מסתם רעד איך שטותים.
דיין ועיין האב איך ניטאמאל גיעפנט, אבער גוט אז די האסט אליין געשריבן אז די האקסט שטותים. נישט נאר דארף עס זיין קבוע צום טאג נאר עס דארף זיין קבוע צום עונה אויך!!!
[tag]היימישע ליטוואק[/tag] די אלע זאכן וואס די שרייבסט איז נאר לחומרא אבער אודאי הייסט עס נישט א קבוע אויף לקולא אויך!!!
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
חז''ל איז דאך כולל אסאך מענטשען, אויב היינט איז דא די סארט ערליכע אידן וואס נעמען אן די מהלך התעלמו מהמציאות כדי נישט אפטרעטן פון זייערע זיידעס וויסענשאפט, איז מסתם אמאל צווישען די חכמי התלמיד אויך געווען זאלכע ערליכע אידן. אויף דאס גופא זאג מיר
אויך נישט זאגן נשתנו הטבעים.
דאס זעלבע איז אויך געווען צווישען חכמי התלמיד זאלכע לאמיר זיי אנריפען קאוע שטיבעל סטייל אידן, וואס האבן געדארפט אלעס אליינס פארשן און פארשטיין און נישט געגלייכט די התעלמו מהלך.
איינער זאגט יעקב אבינו לא מת, דער קאוע שטיבעל אמורא פרעגט עם גלייך ציריק '' וכי בכדי ספדו ספדניא וחנטו חנטיא''