וואס גייען מיר טוהן אנדערש אין די קומענדיגע האלוקאסט-שואה?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

איך וויל לעבן! וויאזוי מגייט אונז אנקוקן איז א קליינער נפקא מינה.

צווייטנס אונז קוק מיר סייווי נישט אויס בעסער ווי על קאידא, פארקערט אונז זעמיר גאר שולדיג אין על קאידא... לאז כאטש זיין א סיבה דערויף, און לאמיר עס כאטש איינקעשן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

על קאידא האט פיל מער ווי בלויז ביקסן.

חוץ אן ארמיי פון צענדליגער טויזענטער קעמפער מיט אייפער און מסירות נפש ממש ווי דאס לעבן שפילט נישט קיין ראלע, מיט א פילפאכיגע רציחה מער פון אלע אידן אינאיינעם און מערדערן אויס אומשולדיגע מענער פרויען און קינדער אן רחמנות, און זענען בכלל מלומדי מלחמה פיל מער ווי אונז ישיבה בחורים, האבן זיי אין זייערע וואפן ארסענאלן פיל מער ווי פשוט'ע ביקסן, נאר אויכעט גראנאטן און נאך כלי משחיתים שונים.... ה"י.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

יעצט אז דער אראבער קען, קען דער אידישער קאפ אסאך ווייטער אנקומען, מען דארף נאר וועלן, מען וויל נישט וועגן פארשידענע רעליגיעזע סיבות און אויף דעם האט שוין מארקס געוויינט אז רעליגיע איז אפיום פאר די מאסן.

און איך זאג נישט מזאל יעצט אזוי טהון, (איך בין דאך אויך רעליגיעז ב"ה) נאר איך וואלט מסתמא אזוי געטהון נאך א שואה, נו, אויף א איבערלעבער קען מען נישט האבן קיין טענות...

די ציונים האט אויך געשטערט די נקמה אקציעס ווייל זיי האבן געוואלט באקומען שטיצע פאר א מדינה, און נקמה האבן זיי מורא געהאט וועט שאטן, אויך זיי האבן געהאלטן אז די מדינה וועט זיין א בעסער שוץ קעגן א שואה. וואס למעשה היינט איז דאס דער איינציגסטער זאך וואס שרעקט אביסל אפ די עומדים עלינו.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

וואס עפעס געשטערט? גיי לערן א קאפיטל היסטאריע. די ציונים דורך די סאלדאטן פון די 'בריגדה היהודית' פון די בריטישע ארמעי וואס זענען נאך די קריג געבליבן אן ארבייט זענען געווען אקטיווע מיטגלידער אין די פלוגות 'הנוקמים' וואס זעען ארומגעפארן ממקום למקום און אויפגעזיכט נאציס און אנדערע מלחמה פארברעכערס ,זיי געמאכט א שנעלע משפט שדה און תיכף געשיקט צום עולם שכולו טוב. הן אמת אז דאס איז א ווייניג באקאנטע קאפיטל היסטאריע ,נאר אין די היינטיע פאלשע וועלט איז נישט מעגליך דאס צופיל צו באשרייבן ווייל אין עטליכע פעלער האט מען גאר געהאט די עזות צו ריפן די איבערלעבער אין געריכט! הלמאי דו האסט געהרגט א נאצי אן א נארמאלע געריכט? אזוי אז רוב פון דיע האבען מיטגענומען זייער סוד עלי קבר.

נאך א עריע ווי די חיילים פון די בריגדה זענען געווען שטארק אקטיוו איז געווען אין די 'בריחה' וואס ווערט אנגעריפן 'העלייה השלישית' דהיינו צענדליגע און הונדערטע טויזענטער פליטים וואס מען האט געהאלפן שמוגלן גבולים מהכא להתם כדי אנצוקומען קיין פאלאסטינע. די פרשה איז שוין יא ברייטער באקאנט און עס איז דא פילע ביכער דערויף.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

איך האב עס אמאל געליינט, איך וועל עס דארפן אפירזוכן.
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך בין אביסל שפעט, אבער איך וויל צוויי זאכן צולייגען צום שמועס.

1. פאר 1942 האט מען אין פוילן געמיינט אז ס'קען אזוי אנגיין מיט'ן שרעק און הונגער. מ'האט געמיינט אז מ'עט זיך קענען ראטעווען אויב מען פאלגט. די נאצי'ס ימ"ש (בעזרת ידידיהם הציונים, שטייט זיך :-) האבען איינגעפירט א שטארקע סיסטעם פון קאלעקטיו"ו שטראף, און ווען מ'האט עפעס געטוהן פאר א נאצי, זענען צען משפחה מיטגלידער פונ'ם פארברעכער גע'הרג'ט געווארען. ווילאנג מ'האט געמיינט ס'איז דא א האפענונג צו לעבן קען מען זיך נישט ווידערשטעלן.

2. איך האב געליינט א ביכל וועגען דעם שטאט איישישאק (פאר צופאל א זייער אינטרעסאנטע ביכל, איך האב געטראפען בילדער פון זיידעס און פעטערס מיט טשיקאווע מעשיות און פערספעקטיווען פון אמאל) און מ'באשרייבט ווען די דייטשן זענען געקומען קיין איישישאק, כדרכם בכל מדינת ליטא, האט מען גלייך ארויסגענומען די אידן צום טויט. אין דערנעבענדיגע ראדין האבן אפאר אידן אנגעווארפען שטיינער מיט ערד אויף די מערדער'ס און זייער פערד. מ'האט אפגעשטופט האלב די רציחה אויף מארגן, און דאכט זיך האבן 27 מענטשען זיך געראטעוועט. רוב זענען שפעטער אומגעקומען דורך די היגע גוים ימ"ש אבער כ'מיין אז 9 האבען איבערגעלעבט. ווען מ'וואלט אזוי געטוהן אין יעדער שטאט אין ליטא און אונגארן (פוילן איז נישט נוגע כנ"ל) וואלטן אסאך מער געלעבט. אוודאי אן אויפרייס ווי אין ווארשא ראטעוועט נישט קיין איין מענטש, אבער אויף א קלענער פארנעם קען אפשר יא העלפן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דריידל האט געשריבן:מ'עפענט אן אשכול אויף ק"ש

אפשר ווען ס'וואלט שוין דאמאלס געוועין די טמא'נע אינטערנעט און די טריפה'נע טעכנאלאגישע כלים ווי דער סעללפאון מיט די אריינגעבויטע קעמערעס, וואלט זיך די ידיעה איבער די רציחות אכזריות שנעלער פארשפרייט צווישן אידן, און מ'וואלט נישט געדארפט גיין כצאן לטבח. אבער , מצד שני, אויב ס'איז ח"ו נגזר געווארן א גזירה איז אין עצה ואין תבונה נגד ה'.
אבער. בכל אופן די שטותים מיט וואס די טיפשים פון נטרונא באשעפטיגן זיך, איז זיכער נישט קיין הילף פאר גארנישט. ווייל ביום עברה ח"ו, וועלן די גויים נישט קוקן ווער ס'איז א ציוני אדער נישט. זיי ווילן ח"ו אויסהרג'נען אלע אידן, היל"ת.
פונקט אזוי ווי ביי די צווייטע וועלט מלחמה האבן די נאציס, ימ"ש נישט געקוקט ווער ס'איז ארים אדער רייך. א ציוני אדער א קנאי. נאר א יעדן איד געפיהרט אין די גאז קאמערן און קרעמאטאריומס.
אשר על כן, איז שוין די העכסטע צייט אז אינזערע טייערע ברידערס די סאקמערער חסידים זאללן שוין אויפהערן זיך נאריש צו מאכן מיט די אויסגעדראשענע שטותים אז די ציונים זענען שולדיג אין די שנאת ישראל פון די גויים. די שנאה פון די גויים איז שוין איבער דריי טויזנט יאר אלט. די פוילישע, אונגארישע, רומענישע און אוקריינער גויים האבן פיינט געהאט די אידן אן מדינת ישראל. דער קישיניווער פאגראם איז פארגעקומען נאך פאר מדינת ישראל איז געבוירן געווארן.
מונקאטש, וואס איז געוועין די פאבריק פון קנאות פאר די וועלט מלחמה האבן זיך שוין אויכעט אפגעלאזט פון דעי שטותים. דאמאלץ איז געוועין אנדערע צייטן. דאמאלץ האט מען געדארפט קעמפן אקעיגן די ציוניסטן. היינט איז שוין עבר זמנו ובטל קרבנו...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:מוזן מיר דאך הא גופא שטודירן; אז עס זאל זיך מאכן היינט אזוינס, וואס וואלטן די רשעים גטוהן און פארלאנגט - וואס דארפן מיר טוהן דאס צו פארמיידן!

בכל אופן האלט איך אויך אז מ'דארף שטודירן דעם פארגאנגענעם חורבן הנקרא בפי כל "האלאקאסט". ווייל מ'דארף זעהן וואו ס'איז געווען דער ווענדפונקט. למשל ביי די דייטשע אידן, ביי ועלכע נקודה. ביי וועלכע אויפטרייסלנדע פאסירונג אין דעם דייטשן פאליטישן לעיבן האט מען געקענט אנווייזן אז דער מצב פון די יודן איז נישט גוט. צו ווען די נאצי פארטיי איז געקומען צו די מאכט. אדער, ווען די נירנבערגער געזעצן זענען ארויסגעקומען. ווייל אין יאר 1938, ביי קריסטאל נאכט האט שוין א יעדער איינגעזעהן אז דער מצב פון די יודן איז הילפסלאז.
למשל, איך האב יארן לאנג געהאט אזא פאנטאזיע, חזיון אדער הילוך המחשבה, אז אויב דער באוואוסטער שונא ישראל פעט ביוקענען, ימח שמו וזכרו, וועט ח"ו ארויפקומען אויפ'ן בענקל, וועט ער, די ערשטע זאך מאכן א געטא ארום אלע אידישע ישובים, ווי וויליאמסבורג, קרוין הייטס, בארא פארק, מאנסי ,לעיקוואוד און קרית יואל. מ'וועט לייגן א גרויסן צוים (פענס, בלע"ז) ארום די אלע פלעצער וואו די אידן וואוינען. ביזדערווייל וועלן זיי אויפבויען ריזיגע קאנצענטראציע לאגערס פאר די יודן ערגעץ אין די מדבריות פון נעוואדא אדער ווייאמינג. אדער איידעהא. און דארט אהינפיהרן אלע אידן אין די באראקס/באנגעלויס וואס זיי וועלן אויפבויען. דער חילוק איז, אז מ'וועט נישט פארן מיט קיין באנען אזוי ווי אמאל. נאר מ'וועט נעמען גרויסע, ריזיגע טראנספארט עראפלאנען, וואו מ'עט אריינלייגן דעם עולם. די לאגערן וועלן זיך געפונען נעיבן מיליטערישע באזעס פון די ארמיי און עיר פארס...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:לדעתי איז זייער שווער צו גלייבן ס'זאל געשען נאכאמאל, פאר צווי סיבות: 1. מדינת ישראל, 2. טוויטער. אבער אויב געשעט עס יא וועל איך פראבירן זיך אריבערצוכאפן קיין ישראל ווי אמשנעלסטן.

אויך זאלסטו נישט פארגעסן צו טוויטן פאר פרעמיער נתניהו און זיין ווייב שרה, אדער יאיר לפיד און זיין גוי'טע, אז דו ביסט אויפ'ן וועיג, און דו קומסט. זיי זאלן דיר אנגרייטן א ווארעמען קבלת פנים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט האט געשריבן:הייליג גערעכט, [tag]געפילטע פיש[/tag]. איך פארשטיי אז אין דער קנאי'שער לאגער וויל מען דאס נישט אנערקענען, אבער היינט צוטאגס זעהט מען שוין ווי די וועלט מאכטן — ווי אמעריקע און זייער עלייס — טוען גארנישט אפצושטעלן די מאסן-רציחות אין די אראבישע לענדער. אויב זאל פאסירן נאך א שואה (חס מלהזכיר) וועט מדינת ישראל זיין דער איינציגסטער (איר הערט? דער איינציגסטער!) וואס וועט זיך קימערן און מאכן א סוף דערצו. יעצט נעמסט ענק שרייען אם השם לא ישמר עיר שוא שקד שומר, און זייט מסיים מיט גיוואלד.

אפטעמיסט. נו. איך בין מוחה אויף אזעלכע ציוניסטישע רייד... :lol: מ'דארף טאקע געדענקען אז אין ענטעבע, אוגאנדא, וואו די טעראריסטישע רוצחים האבן געפיהרט דעם עראפלאן, האבן זיי אפגעטיילט צווישן אידן און גויים. פאר די פאר קנאים וואס זענען דארט געוועין האט גארנישט געהאלפן זייערע פראטעסטן אז זיי זענען נישט קיין ציונים. מ'האט זיי פונקט אזוי געהאלטן אין געפאנגענשאפט ווי די אנדערע אידן. ביז... די מסירות נפש'דיגע אידישע קינדער, די סאלדאטן פון ארץ ישראל זענען געקומען און האבן בעז"ה ארויסגעראטעוועט זייערע ברידערס ממות לחיים...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:וואס איז א חילוק צו מען שטארבט און מען פייט אדער נישט......

דערווייל, לאמיר אלע אידן מאכן א לחיים....לחיים טובים ולשלום...איי איז דאס גוטע בראנפן...אלד גרענד דעד 114 פרוף...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאלד האט געשריבן:איך האלט די סעיפעסט פלאץ פאר א איד על כל צרה שלא תבא איז אולען-באטור מאנגאליע, ס'וואוינען דארט וואוילע געלע גוים, זיי ווייסן מיטאמאל וואס א איד מיינט, פארוואס זאל דען דער אנטיסעמיט פון אמעריקע אדער מיטל-מזרח בייפאלן מיך צו אויפזוכן דארט,

אולאן באטור איז מסתמא אין שכינות מיט ניר באטור. פון ווי דער הייליגער נירבאטור'ער רב שליט"א/זצ"ל קומט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:ביבער דו האסט מיך גמאכט מיין בלוט קאכן

א מזל איך האב נישט קיין מ.-16 אדער עוזי אין מיין האנט. ווייל נאכדעים וואס איך ליין און הער און זעה אזאלכע זאכן, ביניך נישט מקנא דער נעקסטער אנטיסעמיטישער גוי וואס באווייזט זיך פאר מיין פנים...!
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

לדעתי אויב זאל עס חלילה געשעהן נאכאמאהל, וועט עס געשעהן פונקטלעך די זעלבע ווי לעצטע מאל.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[tag]טיטאניק[/tag]

טיטאניק האט געשריבן:דייטשלאנד א ציוויליזירטע לאנד:
דייטשלאנד איז דאן געווען די מערסט פארגעשריטענע לאנד אין די וועלט די מערסט ציוויליזירט נישט קיין פרימיטיווע בארבארישע נאיווע משוגעים, זיי זענען געווען די סימבאל פון ציוויליזאציע און דאך האט דאס געקענט פאסירען דייקא דורך זיי
די גרעסטע חכמים און שפעקולירער און קאנספיראציע טעאריקער האבען דאס נישט געקענט פאראויסזאגען, ווייל בעצם איז דאס געווען א זאך וואס בדרך הטבע וואלט דאס נישט געקענט פאסירען קוים 30 יאר נאך די ערשטע וועלט קריג
אבער אז דער גאט האט געוואלט האט דאס פאסירט ליידער.
די זעלבע היינט, קיינער חלומ'ט נישט, מען איז רוהיג אז מען וואוינט אין ניו יארק און דא הערשט ציוויליאזציע, אבער להוי ידוע אז דייטשלאנד איז געווען נאך מער ציוויליזירט לויט יענע צייטען

אמת אז דייטשלאנד איז געווען א ציוויליזירטע לאנד און א פארגעשריטענע לאנד. אבער אין צוגלייך צו די היינטיגע פארגעשריטענע לענדער ווי אמעריקע, איז יענע ציוויליזרטשאפט א דיקטאטורשאפט. עס איז אין דייטשלאנד נישט געווען אזא דעמאקטראטיע ווי אין אמעריקע. נישט נאר נישט אין דייטשלאנד, נאר קיינמאל נישט געווען.

טיטאניק האט געשריבן:די וועלט וועט שרייען
אין די צייטען פון די קריג האבען אלע הויכע פענסטערס גוט געוויסט וואס עס גייט פאר, טאקע די המון עם נישט ממש, אבער די הויכע פענסטער האבען זייער גוט געוויסט איבער די שעכט מאשין, און דאך האבען זיי איינגענומען א "וישתוקו"
די זעלבע קען זיין היינט אויך!

די הויכע פענסטערס האבן טאקע יא געוויסט, אבער רוב וועלט האט נישט געוויסט. עס איז געווען א טעלעגראם עפאכע, ווי עס איז גרינג געווען צו דערשטיקען טיילווייז אזא מאסן שחיטה. נישט אין פארגלייך צו היינט, אז אזא זאך היל"ת וואלט נישט געווען במציאות צו באהאלטן פון דער וועלט.

טיטאניק האט געשריבן:די אופן פון די שחיטה היל"ת
מען האט נישט גע'חלומ'ט פון פריער וואס די סארט שחיטה גייט זיין, ממילא האט מען זיך נישט געקענט גרייטען דערויף!
שאל אביך ויגדך זקניך ויאמרו לך ווי אזוי דאס איז ציגעגאנגען, זענען געווען דאן גענוג חכמים אין די אידישע פאלק וואס האבען זיך געלאזט כצאן לטבח כאטש מען האט געשריגען

א ריזיגע מערהייט האט נישט געגלייבט דערין ביז מען איז געשטאנען נעבן די גאז קאמערס. עס האט גארנישט מיט חכמה, עס האט צוטאן מיט דער מושג, וואס איז געווען נגד השכל. נגד השכל וויאזוי נארמאלע מענטשן האבן געקענט פארוואנדעלט ווערן אין טייוועלנערישע מאנסטערס און דורכפירן א מאסן שחיטה. נישטא קיין גרעסערע באווייז אז מאת ה' היתה זאת. די גאנצע האלאקאוסט איז נישט עומד על השכל, דער סיסטעם, דער רציחות, די מעשות וכדומה.

טיטאניק האט געשריבן:עסקנים און פאליטיקאנטען אין די הויכע פענסטער טויג אויף כפרות
זענען דאן געווען נישט ווייניגער עסקנים און כלל טיער פון היינט, דייטשלאנד איז געווען פיל פון אידישע מאגאנאטען און לויערס, דאקטוירים, און וואס נישט?
פוילין האט גענאסען פון א שפע פון כלל טוער און אידישע פארלאמענט זיצערס, אונגארען האט פארמאגט פילע עסקנים און שישקעס און אלעס האט געהאלפען א פייג און א רעטעך!
איין זאך יא, די דייטשען ימח שמם האבען געגרינדעט א חברת שומרים מיטען נאמען "אידישע פאליציי" וואס האבען געהאלפען די דייטשען צו אויספירען זייערע בייזע פלענער, און פאר אביסעלע תאוות האנטענטשען האבען די אידישע אינגעלייט זיך אריינגעשטעלט דערין מיט די "וויכטיגע פילינג" אז איך בין א שומרים.......... און די מדובר איז געווען פון גאנץ היימישע אינגעלייט וועלכע האבען אייביג געלעכצט צו זיין גוט מיט די "גרויסע" און צום סוף זענען זיי אנגעקימען אין די זעלבע גאז קאמערען ווי אלע זייערע קרבנות.
זאלן די שומרים מעמבערס נישט זיין בייז, אבער איך קען גענוג שומרים מעמבערס וואס וואלטען עס געטון היינט אויך מיט אלע שיינע תירוצים (אמת, נישט אלע).

נישט אז דאמאלטס האט עס געקענט העלפן נאר היינט אויך נישט. עסקנים טוען אויף אין געצוימטע טערמינען, אבער נישט ווען מען רעדט קעגן א גזירת ה'. סא וואס ווילסטו מיר זאגן אז עסקנים האבן זיך נישט געקענט פארמעסטן מיט ג-ט ברוך הוא?

טיטאניק האט געשריבן:זיך רייצען מיט דעם גוי
נאך א דמיון פון היינט ביז די ערב השואה, איז די וועג ווי אזוי דער אידישע עולם רייצט זיך מיט דער גוי. טאקע, הלכה בידוע שעשו שונא ליעקב אמת, יעדער הונט האט ליב צי בייסען, אבער נישט יעדע הונט בייסט, נאר אויב ער איז אנגערייצט
בימים ההם האבען די אידען זיך היבש גערייצט מיט דעם גוי און דאס האט אסאך צוגעלייגט צי די ביטערע מצב
און לדעתי רייצט מען זיך היינט אסאך אסאך אסאך אסאך מער מיט דער גוי

שטעלט אייך פאר ווען איר פארט אריין אין א גויאישע געגענט און איר מאכט א קליינע עקסידענט מיט א גוי און איר גייט ארויס פון די קאר און איר טענה'ט זיך מיטן גוי, און פלוצלינג קומט אפיר א באנדע גויים "סעפטי פאטראל" מען ווארפט אייך אראפ און מען האלט אייך אן ווי א טשיקען ערב די שחיטה און מען מאכט בילדער און מען שטעלט עס אריין אין אלע גויאישע צייטינגען, וואס וואלט איר געזאגט? נישט קיין אנטיסעמעטיזם? איר וואלט אנגעפירט א פרישע מחאה דערויף

למעשה טוען מיר פינקט די זעלבע פאר יעדע גוי וואס מען חלומ'ט אז ער האט גע'חלומ'ט צו טון עפעס
יעדער גוי וואס ווערט באהאנדעלט אזוי, ווערט ער און זיין גאנצע פעמעלי און אלע זיינע באקאנטע געשוואוירענע שונאי ישראל, וועלכע ווארטען בכליון עניים פאר א יום הדין, היה לא תהיה!

נישטא קיין שום באווייז אז היינט איז דא גרעסטע רייץ קעגן דעם גוי. חברה שומרים איז נישט קיין בגידה נאר א שמירה. אמאל איז דאס אויך געווען נאר מיט אנדערע נעמען. עס הייסט אז אידן האבן זייער גוט געלעבט מיטן דייטש. און איך זע נישט אז מיר זאלן ווייניגער גוט לעבן מיטן גוי היינט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פארוואס? האט געשריבן:לויט מיין פארשטאנד זענען נישט נאר סאטמערער אידן אומגעקומען ביי די שואה, נאר אויך אסאך אידן וואס זענען ליידער שוין געווען פארכאפט מיט ציונות, וואו זענען זיי געווען?
(איך בין נישט צו באקאנט אין די היסטאריע, אבער דאכט זיך מיר אז עס זענען געווען עטליכע פרואוון צו מאכן א רעוואולוציע).

פארוואס: אויב דו לעבסט נאך (אויף קאווע שטיבל... :lol: ) זאלסטו לעיבן עד מאה ועשרים שנה.
אבער איך נעם ארויס פונקט די פארקערטע לעקציע פון די שואה. אז די נאציס ימח שמם וזכרם האבן געהרג'ט פונקט אזוי די גרעסטע קנאים, ווי סאטמאר'ע חסידים און נטורי חרתא און סתם אידישע שונאי ישראל. זיי האבן זיי געשיקט אין די זעלבע גאז קאמערן אדער געשאסן מיט די זעלבע מאשין געווער ווי די גרעסטע ציונים...! ס'האט נישט געהאלפן קיין שום נטרונא. און קיין שום לויפן צו אכמאדינעזשאד...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קאווע טרינקער האט געשריבן:קוק אהער, שוין צוויי וואכען וואס 200 מיידלעך זענען פארכאפט געווארן אין NIGERIA, און ? גארנישט.. שא שטיל, די וועלט רודערט נישט.
איין מיליאנער וואס האט זיך פארעדט פריוואט אינדערהייים א קעגן שווארצע - ער האט גארנישט געטוהן למעשה, סתם געזאגט וואס ער טראכט - און די מידיע איז פארנומען מיט אים א גאנצען טאג. קוים דורך 24 שעה און דער פרעזידענט רעדט דערפון!!
די לחץ צו פארדאמען זיין אקט איז אזוי שטארק, אז א ישיבה אין LA וואס האט באקומען א 75,000 נדבה פון אים, און געלייגט זיין נאמען אויפן בנין, האט געשפירט פאר וויכטיג צו פארדעקן די שולד!

קאווע טרינקער: וואס זאגסטו. (אדער האסטו געזאגט) אז קיינער רעדט נישט פון די 200 פארכאפטע מיידלעך אין ניידזשיריע...? מישעל אובאמא האט געטוויט מיט'ן העשטעג #פרי די גוירלס נאו. און על שארפטאן ימ"ש האט אויכעט אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע וואו ער האט געזאגט אז מ'דארף צו באפרייען די געפאנגענע מיידלעך...!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:קוק אהער, שוין צוויי וואכען וואס 200 מיידלעך זענען פארכאפט געווארן אין NIGERIA, און ? גארנישט.. שא שטיל, די וועלט רודערט נישט.
איין מיליאנער וואס האט זיך פארעדט פריוואט אינדערהייים א קעגן שווארצע - ער האט גארנישט געטוהן למעשה, סתם געזאגט וואס ער טראכט - און די מידיע איז פארנומען מיט אים א גאנצען טאג. קוים דורך 24 שעה און דער פרעזידענט רעדט דערפון!!
די לחץ צו פארדאמען זיין אקט איז אזוי שטארק, אז א ישיבה אין LA וואס האט באקומען א 75,000 נדבה פון אים, און געלייגט זיין נאמען אויפן בנין, האט געשפירט פאר וויכטיג צו פארדעקן די שולד!

קאווע טרינקער: וואס זאגסטו. (אדער האסטו געזאגט) אז קיינער רעדט נישט פון די 200 פארכאפטע מיידלעך אין ניידזשיריע...? מישעל אובאמא האט געטוויט מיט'ן העשטעג #פרי די גוירלס נאו. און על שארפטאן ימ"ש האט אויכעט אפגעהאלטן א דעמאנסטראציע וואו ער האט געזאגט אז מ'דארף צו באפרייען די געפאנגענע מיידלעך...!

ר' בערל האסט פארגעסן די סמייליס... שנעל רעדאגיר.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער פראבלעם איז אז די הצלה פונ'ם דייטש איז קעגען אונזער לעבען שטייגער. אונז לעבען מיר מיט א קהלה, איש את רעהו יעזרו ולאחיו יאמר חזק, לטוב ולמוטב. אזוי לעבען מיר. די הצלה פונ'ם דייטש איז נאר אויף אן אופן אז מ'שיידט זיך אפ פונ'ם ציבור און מ'מאכט שבת פאר זיך. זיך מיינט זיך אליינס, אפשר דער משפחה. יא, די בעלסקי ברידער האבען געמאכט א לאגער פון מענטשען, אבער דאס איז געווען א זעלטענהייט. בעיקר האט מען זיך געראטעוועט, עכ"פ דער וואס האט, ע"י זיך באהאלטען אליינס, אדער אליינס ערלעדיגען א וויז"א צו א צווייטע לאנד. און מיר זענען אזוי צוגעוואוינט צו לעבען מיט אנדערע אין איין קרעטשמע, אזש אז מ'קען נישט קלערען פון אן אנדערען וועג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

מען וועט רופען חברים, מתעסקים, ראביי עדגער גלאק, ארי' לייב גלאנץ, בעריש פרייליך... עשרת.....
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
פארשפארט