sefish האט געשריבן:סאטמאר טעיק אוט אויף 50 איז געשטאפט גג על גג ווי נאך א הינגער יאר, מקען קוים אריינגיין. בין איך געגאנגנן צו מייסנער, 3 מענטשן דארט אריין און ארויס
אינז לערן מיר ארויס פון דעים צוויי זאכן. 1) אז אין סאטמאר טעיק-אוט איז דא גוטע סחורה און גוטע סערוויס.: 2) אז דער עוילעם אין א געוויסע קהילה איז שטארק אריינגעטון אין תאוות אכילה. (ס'דא כמה ראיות אויף דעם נושא פון אנדערע מקורות אויך.)....
די לעצטע האלבע יאר האב איך אנגעהויבן איינצוקויפן פון צייט צו צייט אין א אנדערע גראסערי, איך האב דארט מיינע שבת ארדערס נישט געמאכט, איך פלעג זיי אבער נוצן כאטשיג איינמאל א וואך.
מאכט זיך פאר פסח און איך בין פונקט געווען אין די געגנט פון יענעם גראסערי, האב איך באשלאסן צו מאכן דארט מיין פסח ארדער.
הכלל; מ'קויפט איין מכל טיב וטוב לכבוד יו"ט, און מ'גייט רעכענען.
דא כאפ איך זיך אבער אז איך האב נישט מיין קרעדיט קארטל מיט מיר, היות איך האב עס געגעבן פאר די אשת חיל מיינע זי זאל איינקויפן קליידונג און אנדערע געברויכן פאר יו"ט, און אזוי ווי ס'איז געווען א נייע קארטל האב איך נישט געדענקט די נומערן אויסענווייניג, און קיין קעעש האב איך אויך נישט געהאט מיט מיר, נו בלית ברירה האב איך געוואלט אויפשרייבן, זאגענדיג אז שפעטער ווען איך וועל האבן מיין קארטל וועל איך אריינקומען באצאלן.
דער ביים רעדזשיסטער קוקט מיר אן מיט צוויי קעלבערנע אויגן, און פרעגט מיר: ביסט אפשר א נייע קאסטומער?, זאג איך ניין, איך קויף שוין איין דא די לעצטע שטיק צייט.
ער מישט אויף דעם ספר הזכרונות, און טשעקט נאך אויף מיין אקאונט וויפיל איך האב איינגעקויפט די לעצטע שטיק צייט, ביז ער רופט זיך אן: נאר קאסטומער'ס וואס מאכן יעדע וואך דא די שבת ארדער'ס קענען אויפשרייבן.
ס'האט נישט געהאלפן קיין פודינו ומצילינו אז איך וואלט גערן יעצט באצאלט אבער מיין ווייב האט יעצט די קארטל, דער האט זיך געהאלטן פעסט אז ער קען נישט אויפשרייבן אפילו פאר א מינוט.
נאכן זיך טענה'ן אהער און אהין הייבט דער חברה מאן אויף דעם טרייבל און פרעגט אן אין אפיס צו ער קען אויפשרייבן פאר א "נייע קאסטומער". די תשובה איז געווען א קאטעגארישע "ניין". און איך האב געמוזט איבערלאזן דארט מיין גאנצע האב און גוטס, און ארויס מיט ליידיגע הענט (נאך א מזל אז אזויפיל האט ער רחמנות געהאט אויף מיר און איבערגעגעבן דעם כיבוד פון אלעס צוריקפאקן פארן גוי).
איך בין נייגעריג אויב ס'וואלט געווען פארקערט, דו וואלסט ווען געהאט דעם קארטל און דיין ווייב נישט, און זי וואלט געווען ביים רעזדשיסטער ביי "מעיסיס" צו ס'וואלט געהאלפן די טענה אז זי קויפט דארטן איין יעדן זונטאג... און צו זי וואלט מער נישט אריינגעטרעטן אהין.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
עוד מישהו האט געשריבן:הגם די אשכול איז מיר קיינמאל נישט געווען אזוי נוגע, היות איך וואין נישט אין אמעריקע. אבער איך געדענק פאר עטליכע יאר צוריק בין איך געווען אין ניו יארק אין די זומער, איך האב מקיים געווען די מצווה פון גיין א שבת אין גלות, ארויפשפאצירט מיט א געדינגענע אויטא צו די הויכע בערג. ביים איינקויפן אין עפעס א געשעפט, פארגעסן דעם נאמען, האבן זיי מיר געשינדן די הויט און שיעור נישט גורם געווען צו א הארץ אטאקע. די איינקויפן פאר שבת האט מיר אפגעקאסט מער ווי די וועג און די געדינגענע פארשטינקענע כאטקע.
עכ"פ, דאס איינקויפן איז געווען א שלעכטע עקספיריענס, צום באדויערן געדענק איך נישט וואו דאס איז פארגעקומען, לכאורה ערגעץ אין וואדריזש, סאוט פאלסבורג אדער מאנטיסעלאו געגנט.
וועלכע געשעפט איז מער ווייניגער נארמאל מיט צוגענגליכע פרייזן, וואס רייט נישט אויפן עולם ווי א חזיר? דאס אז אויף די בערג איז טייערער ווי אין שטאט ווייס איך, הגם איך פארשטיי נישט פארוואס. אזוי איז עס
זיי האבן אויך (מסתמא). באמערקט אויף דיר אז דו ביסט א טוריסט האבן זיי זיך געלאזט וואויל גיין. מיין שוויגער בג"ע תהא מנוחתה, איז אמאל געפארן קיין ארץ ישראל און אהיימגעקומען מיט א "זילבערנע" לייכטער. ווען איך האב עס באטראכט פון נאנט האביך באמערקט אז ס'איז "ריין פון זילבער". מיט די "בעיס" אנגעפילט מיט פלעסטער, צו צוגעיבן צום געוויכט. האט זי געטענה'ט אז זי האט געבעיטן צו קויפן א זילבערנע לייכטער און געצאלט דעם פרייז פאר זילבער....
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
צדיק נסתר האט געשריבן:די לעצטע האלבע יאר האב איך אנגעהויבן איינצוקויפן פון צייט צו צייט אין א אנדערע גראסערי, איך האב דארט מיינע שבת ארדערס נישט געמאכט, איך פלעג זיי אבער נוצן כאטשיג איינמאל א וואך.