עס רידערט זיך יעצט אין די מדינה איבער א ווידיאו וואס צייגט ווי א צה"ל'ניק טוט צילן זיין גאן אויף אן אראבישער יונגענליכער נאך וואס יענער האט זיך פראבירט צו שלאגן מיט אים.
נאך וואס די ווידיאו איז ארויסגערינען, האט מען אים ווי פארשטייט זיך ארעסטירט, און די מאסן אין ישראל זענען ארויסגעקומען אויף די סאציאלע מידיע געבן שטיצע פאר דוד.
עס איז געעפענט געווארן א פעיס בוק בלאט וואס האט שוין דערווייל איבער 120 טויזענט אנהענגער, וואס רופט זיך גם אני עם דוד הנחלאווי וואס טוט פארדאמען די ארעסט און טוט געבן שטיצע פאר דוד הנחלאווי.
דוד הנחלאווי
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל
בעיקר זענען די אנשי חברון אויף דערמיט, וואס פירן א שטענדיגע קאמפ קעגן די שונאי הדת.
עס איז טרעפליך, אז דאס ערשטע מוסלאמישע אקציע אין אמעריקא, איז געווען ביים שיסן צו טויט הרב מאיר כהנא הם ינקום דמו, און דאן געציילטע יארן שפעטער האט אמעריקא אריינגעהויבן אינעם צווילינג טורעם, וואס האט געגעבן דעם טעם אין מויל ווער זענען זיי די רובה קשת די ידו בכול'ניקעס

אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
- ישמעאל הכהן
- חבר ותיק
- הודעות: 2111
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 11:54 am
- האט שוין געלייקט: 1551 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2012 מאל
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
גראדע טענה'ט צה"ל — און דער סאלדאט האט אליין אזוי באשטעטיגט אויף זיין פריוואטער ספר הפנים קאנטע — אז ער איז אפגעזאגט געווארן נישט צוליב דעם דאזיגן אינצידענט, נאר דערפאר וואס ער האט זיך געשלאגן מיט אנדערע סאלדאטן און אפילו געווארפן א שטיין אויף זיין קאמאנדיר. דאס האט אבער נישט צוריקגעהאלטן איבער הונדערט טויזענט זעלנער און ציווילע בירגער אפצורעכטן דעמאנסטראציעס אין חברון און תל אביב און פירן א מאסן קאמפיין אויף סאציאלע מידיע אין שטיצע פונעם ארויסגעשטויסענעם סאלדאט.
דער וואס האט זיך אביסל געדרייט אין חברון, פארשטייט על מה יצא הקצף. דער אראבישער באפעלקערונג טיילט אויס ציפקע צרות פאר די פאר אידן וואס וואוינען אינעם אידישן קווארטל, און די סאלדאטן וואס פאטראלירן דארט קענען גארנישט טון אויסער צוקוקן ווי די פורעים ווארפן שטיינער און פלאש באמבעס. עס דרייען זיך דארט אינטערן פיס "הונדערטע' א.ג. מענטשן רעכט אקטיוויסטן און מאכן זיכער אפצוכאפן יעדע געפעכט צווישן די אראבער און די סאלדאטן. פארשטייט זיך אויב די ווידיאו ווארפט נישט קיין פאזיטיווע ליכט אויף די טעראריסטן ווערט עס נישט פארשפרייט.
איז פשוט צו פארשטיין פארוואס די געמיטער פון די זעלנער און אפילו סתם בירגער האט איצט געפלאצט. דער "דוד הנחלאווי" – ווי מ'רופט אים, איז געווארן אן ארויפגעקוקטער גיבור, והעיר חברון צהלה ושמחה.