אשכול פאר גייסטיש-אומסטאבילע ניקס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

אשכול פאר גייסטיש-אומסטאבילע ניקס

שליחה דורך אפטעמיסט »

[justify]ווי באקאנט האט זיך 'קאווע שטיבל' אויסגעברייטערט אויף א ריזן פארנעם, און ווערט היינט פאררעכענט אלס די סאמע שטערקסטע, און מערסט-אויפגעכאפטע היימישע נייעס קוואל.
אויסער די נייעס און טיפזינגע, פילדייטיגע שמועסן, איז 'קאווע שטיבל' דער גאזעט און שופר פון דאס יהדות החרדית, וואס פארמאגט נישט קיין איין איינציג אויפריכטיגע ליטעראטורישע ווערק, סיי געדריקט און סיי אויפן געוועב.

עס איז א נחת צוצוזעהן ווי מיט יעדער פארבייגייענדער טאג וואקסט אונזער שטיבל לאורכה ולרוחבה. עס מערן זיך אונזערע מעמבערס כחול הים, וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ. פארשטייט זיך, אז כשם שאין פרצופיהן שווין כך אין נקיהם שווין, און יעדער ניק האט זיך זיין אייגנארטיקייט און אריגינעלקייט. אבער הצד השווה, אז יעדער גיבט עפעס צו צו דאס מקום.

אונזער קהילה איז מער-ווייניגער צעטיילט אין אפאר קאטעגאריעס: די מער פרומערע פראקציע, די מער מאדערענע (רח"ל), אויבער-חכמים, אונטער-חכמים, סארקאסטישע, ערענסטע, אויפגעקלערטע, יושבי חושך — און טייל וואס זענען גאר אזא כמו טשאקלעד-ווענילע בלענד, ד"ה א געמישאכטס פון עטליכע סארט לאגערן.

נעמט א ביישפיל אזא איינער ווי [tag]יאיר[/tag]. פון איין זייט נעמט זיין דאווענען מער ווי צען מינוט (פרום), מאידך גיסא גייט ער גלעזער מיט דיקע הענטלעך (מאדערן), ער שפאט אפ פון שריפת הלולבים (אויבער-חכם), פארשטייט זיין חבר וואס יאגט זיך ערב פסח (אונטער-חכם), הערט נישט אויף טרייבן ליצנות (סארקאזם), מקפיד אויף די ערשטע מצוה אין דער תורה (ערענסט), בקיצור, ממש א בלענד.

איך וועל מיר באגנוגענען מיט איין משל, אבער דער עולם כאפט וואס איך מיין.

אלנפאלס, יעדער גע'מל'טער אייניקעל פון אברהם געפינט זיך דא דאס פלאץ. איז אבער דא איין סעקטע —צי גרופע — פארשוינען, וואס זענען לעת עתה נישט קיין חלק פון 'קאווע שטיבל' — און דאס איז דער כת המטורפים. אקעי, כ'ווייס ס'וועלן זיין איצט מאנכע וואס וועלן טייטלן מיט'ן פינגער על דא ועל הא, אבער נאך אלע מעשיות זענען נישטא דא קיין ערענסטע נערווען קראנקע. און ס'איז באמת נישט יושר; משוגעים קענען זיין זיס. און לאמיר זיך נישט נער'ן: איר קענט זיין זיכער אז טייל רעגיסטרירטע ניקס זענען נישט מיט אלעמען, אלא מאי? אדער האבן זיי נישט די נויטיגע קוואליפיקאציעס צו שרייבן, אדער זענען זיי ביישנים בטבע און האבן מורא וואס די א.ג. 'נארמאלע" וועלן טראכטן וועגן זיי.

דערפאר האב איך מחליט געוועהן צו עפענען א ספעציעלער אשכול לכבודם וואו זיי וועלן זיך קענען שפירן פריי צו רעדן אפילו נארישקייטן און דברים של מה בכך. דא וועט הערשן טאלעראנץ און רעספעקט אויפן העכסטן פארנעם. ציניזם און סארקאזם איז שטרענג פארבאטן, און וועט אין קיין שום פאל נישט טאלערירט ווערן.

דער אשכול וועט פונקציאנירן ווי א משוגעים-הויז. דהיינו, דא וועט מען ארום וואקן לאכענדיג על לא דבר, און ארויסלאזן מאדנע מאיומ'דיגע קולות. עס איז רעקאמענדירט פאר 'געזונטע' צו שטיין ווייט און ניטאמאל עפענען דעם אשכול.

אקעי, כ'ווער שוין אליין משוגע.[/justify]
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

כ'וואלט געלייקט, אבער איך וויל נישט מ'זאל וויסען אז איך האב באזוכט די אשכול...
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
atmybest
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 166
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 46 מאל

שליחה דורך atmybest »

פיינעלי איים עקסעפטעד
מראשי הגבאים, וחבר לידיד בית ה' ה'ה מורינו הרב נאר,,פרייליך
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

די דאקטוירים מעגן זיך אויך דרייען דא?
אדער דאס איז נאר פאר די פאציענטן.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

The joke's on you!
דו האסט נישט קיין אהנונג וויפעל פראמינענטע ניקס דא, וואס דו נעמסט אן זייער דעה בכובד ראש, וואס אין ריל לייף ווען יענער וואקט אריין אין קאווע שטיבל האסטו פונקט געענדיגט דיין קאווע און דו יאגסט זיך ארויס ווייל דו ווילסט נאך כאפן א ברכו. איי מ'דאווענט מנחה יעצט? וואסאחילוק, דער מטורף פארשטייט סייווי נישט.
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

געפילטע פיש האט געשריבן:The joke's on you!
דו האסט נישט קיין אהנונג וויפעל פראמינענטע ניקס דא, וואס דו נעמסט אן זייער דעה בכובד ראש, וואס אין ריל לייף ווען יענער וואקט אריין אין קאווע שטיבל האסטו פונקט געענדיגט דיין קאווע און דו יאגסט זיך ארויס ווייל דו ווילסט נאך כאפן א ברכו. איי מ'דאווענט מנחה יעצט? וואסאחילוק, דער מטורף פארשטייט סייווי נישט.

דאס איז נישט די חסרון אין קאווע שטיבל, נאר אין ריעל לייף.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

איך האב מיך געיושב'ט צו איך זאל עפעס זאגן, אבער במקום שאין איש וויל איך מוחה זיין מיט א מחאת ציממערמאן מהודר אויפ'ן מבזה זיין מסלתה ומשמנה פון שטיבל, ואני בתוכם נישט מיר געדאכט.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

כ'האב געטראפען אין שומר שבת דער וואס ליינט דארט די פאסט, און כ'האב אים געפרעגט צו ער וויל קומען שמועסען אין קאווע שטיבעל, האט ער מיר געזאגט ער איז זעהר פארנומען, און בכלל האט ער נישט ליב דארט צו שמועסען ווייל מען קען נישט דארט זיצען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
בן בג בג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 38
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 21, 2014 1:20 am
האט שוין געלייקט: 45 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 24 מאל

שליחה דורך בן בג בג »

פארוואס? האט געשריבן:די דאקטוירים מעגן זיך אויך דרייען דא?
אדער דאס איז נאר פאר די פאציענטן.

געווענליך זענען רוב נערווען קראנקע דאקטוירעם אויכעט נישט מיט אלעמען, סא פיל דיך היימיש דא....
כ'רעד צום זאך? דיין לייק טוט עס באשטעטיגען
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אפטעמיסט: דו געסט רשות. איך מעיג אריינקומען אין דעים אשכול? שקויעך!...
ס'געווען אמאל א מעשה. א (נארמאלער?) מענטש איז אמאל אדורך געגאנגען פאר א משוגעים הויז. זעהט ער ווי ס'דרייט זיך דארט א פאציענט. איז ער צו געגאנגען צו איהם און געט איהם א ברייטן שלום עליכם. ער הייבט אן שמועסן מיט איהם און ער זעהט אז דער מענטש ענטפערט צו דער זאך. האט זיך דער פארבייגייער געוואונדערט פארוואס מ'האט איהם איינגעשפארט דא. ער שמועסט נאך ווייטער. און האלט זיך אין איין וואונדערן פארוואס מ'האלט דא אזא "נארמאלן" מענטש. נאך א שעה פון שמועסן איז דער אורח מיעד געווארן און ער זאגט פאר דעם פאציענט. "קום. לאמיר זיך אראפזעצן אויפ'ן באנק". רופט זיך אן דער פארשוין אז ער קען נישט ווייל זיין מח---ה איז געמאכט פון גלאז...... :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :o
באניצער אוואטאר
אפטעמיסט
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2352
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
געפינט זיך: אין מאחורי
האט שוין געלייקט: 2515 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל

שליחה דורך אפטעמיסט »

כ'האב מיר געראכטען אויף מער משוגעים. דער אשכול זעהט אויס ווי א בית הקברות
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב מיר געראכטען אויף מער משוגעים. דער אשכול זעהט אויס ווי א בית הקברות

קריינא דאיגרתא, איהו ליהוי פרוונקא.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

שקקויעך פארן עפענען די אשכול.
"דאס אז איך דארף שפילן נארמאל, מאכט מיך משוגע."
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
Ben-Shishim
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 16, 2012 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 72 מאל

שליחה דורך Ben-Shishim »

יין שרף האט געשריבן:כ'וואלט געלייקט, אבער איך וויל נישט מ'זאל וויסען אז איך האב באזוכט די אשכול...

Ouch! to late , i already did
אויב האסטו א יאר אין א מיטוואך איבריג, וועל איך שרייבען אין יודיש
Otherwise I will type in English, sorry about that.
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

berlbalaguleh האט געשריבן:אפטעמיסט: דו געסט רשות. איך מעיג אריינקומען אין דעים אשכול? שקויעך!...
ס'געווען אמאל א מעשה :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :o

מענין לענין איז דא די באקאנטע מעשה מיט בן-גוריון וואס איז געגאנגען באזוכן א בית משוגעים, דרייט ער זיך דארט ארום און ער טרעפט אן איינעם, ער הייבט אן שמועסן מיט איהם און ער זעהט אז דער מענטש ענטפערט צו דער זאך, גיט ער אים א פרעג: זאג נאר ווער ביסטו? רופט זיך אן דער פאציענט: "וואס הייסט דו ווייסט נישט? איך בין דאך דער ראש ממשלה בן-גוריון!!" בן-גוריון ווערט גערעגט און שרייט צוריק: "איך בין בן גוריון דער ראש ממשלה" ס'איז געגאנגען קולות און פעטש אהין און צוריק, ביז די הנהלה האט ביידע פארטריבן פונעם אנשטאלט, און עד היום ווייסט מען נישט וועלכער פון די צוויי איז געווען דער ריכטיגער ראש ממשלה....
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

איינעם איינגעשפארט און איינעם ארויס געלאזט, און עד היום ווייסט מען נישט וועם מ' האט איינגעשפארט און וועם מ' האט ארויס געלאזט
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

למדן האט געשריבן:איינעם איינגעשפארט און איינעם ארויס געלאזט, און עד היום ווייסט מען נישט וועם מ' האט איינגעשפארט און וועם מ' האט ארויס געלאזט

שכוח פארן בעסער צוענדיגן
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך פלעין יודיש »

למדן האט געשריבן:איינעם איינגעשפארט און איינעם ארויס געלאזט, און עד היום ווייסט מען נישט וועם מ' האט איינגעשפארט און וועם מ' האט ארויס געלאזט

קרעדיט: מילער, יעקב (מיארמער)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

און איך קען א מעשה פון צוויי מענטשן וואס האבן זיך (נישט) געטראפן פרעגט איינער דעם צווייטן: ווער ביסטו? זאגט ער סאטמר רבי. שרייט דער צווייטער ניין!!!! איך בין סאטמר רבי! ! זיי האבן זיך אנגעהויבן צו שלאגן. און עד היום ווייסט מען נישט ווער ס'איז דער ריכטיגער סאטמערער רבי.
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מ גפני
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1001
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 05, 2012 3:09 pm
האט שוין געלייקט: 1135 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 465 מאל

שליחה דורך מ גפני »

פארדעם איז טאקע היינט דא צוויי סאטמאר'ס...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אפטעמיסט האט געשריבן:כ'האב מיר געראכטען אויף מער משוגעים. דער אשכול זעהט אויס ווי א בית הקברות


האסט געעפענט די אשכול אין די ראנג פלאץ, און צימעס וואלט די סערוויס מער צונוץ געקומען.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
למדן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 507
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 128 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך למדן »

מאטי האט געשריבן:און איך קען א מעשה פון צוויי מענטשן וואס האבן זיך (נישט) געטראפן פרעגט איינער דעם צווייטן: ווער ביסטו? זאגט ער סאטמר רבי. שרייט דער צווייטער ניין!!!! איך בין סאטמר רבי! ! זיי האבן זיך אנגעהויבן צו שלאגן. און עד היום ווייסט מען נישט ווער ס'איז דער ריכטיגער סאטמערער רבי.

עטליסט קיינער קומט נישט פון משוגעים הויז
פארשפארט