רויטע וואנצעס האט געשריבן:זלמן ווידער
איך געב דיר פיפציג לייקס אויב ס'געלונגט אים
פלעין יודיש האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:זלמן ווידער
איך געב דיר פיפציג לייקס אויב ס'געלונגט אים
שרייבער האט געשריבן:איז כלל ישראל טאקע אזוי ארים אז ס'פעלט וועם צו אינטערוויוען?
איך גיי כאפן א נאמען, (און איך וועל נישט סיין סורפרייזט אז אין די קומענדיגע וואכן איז דא אינטערוויו מיט אים)
ר' עזריאל טויבער, האט שוין איינער אינטערוויוט אמאל?
ר' הערשל קאהן פון RCCS
ר' שמשון לויבער פון ביקור חולים
ויש עוד ועוד
צו נעם סתם פיגורן פון קהלות, גרויסע עשירים, צו עסקנים, מייסדי ארגינעזאציעס וכו' וכו' וכו'
חד גדיא האט געשריבן:איך האב צום צווייטן מאל זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט. אלע ארטיקלען איינס ביי איינס זענען אינטערסאנט און "דיפערענט". די טעמעס זענען אויך חידושים. כאטש יעדער ווייסט אז ר' עקיבא'ס תלמידים זענען געשטארבן, איז די ארטיקעל איבער דעם גאר אינטערסאנט. עס פארמאגט נייע חידושים און טעאריעס ווי אזוי זיי זענען נפטר געווארן. און דערביי ווערט מען געוואר א פרק אין די היסטאריע פון בר כוכבא. אזוי אויך פילע אנדערע ארטיקלען זענען שיין און רייך.
גראדע איך וואלט הנאה געהאט פון לאנגע ארטיקלען, אבער איך מוז אויסלויבן די חידוש פון קורצערע ארטיקלען. די עולם היינט האט נישט קיין געדולד צו לאנגע ארטיקלען. און לטובת די אויסגאבע איז ענדערש צו רעדן פון מער טעמעס אין קורצערע ארטיקלען ווי איידער ווייניגער טעמעס און לענגערע ארטיקלען.
מ גפני האט געשריבן:חד גדיא האט געשריבן:איך האב צום צווייטן מאל זייער הנאה געהאט פונעם מאמענט. אלע ארטיקלען איינס ביי איינס זענען אינטערסאנט און "דיפערענט". די טעמעס זענען אויך חידושים. כאטש יעדער ווייסט אז ר' עקיבא'ס תלמידים זענען געשטארבן, איז די ארטיקעל איבער דעם גאר אינטערסאנט. עס פארמאגט נייע חידושים און טעאריעס ווי אזוי זיי זענען נפטר געווארן. און דערביי ווערט מען געוואר א פרק אין די היסטאריע פון בר כוכבא. אזוי אויך פילע אנדערע ארטיקלען זענען שיין און רייך.
גראדע איך וואלט הנאה געהאט פון לאנגע ארטיקלען, אבער איך מוז אויסלויבן די חידוש פון קורצערע ארטיקלען. די עולם היינט האט נישט קיין געדולד צו לאנגע ארטיקלען. און לטובת די אויסגאבע איז ענדערש צו רעדן פון מער טעמעס אין קורצערע ארטיקלען ווי איידער ווייניגער טעמעס און לענגערע ארטיקלען.
עס וואונדערט מיר אז די דערמאנטסט נישט די גראבע דורכפעלער פון דעם ארטיקל צו וואס דו באציסט זיך, דהיינו אז עס פעלן גאנצעטע שטיקער פונעם ארטיקל, האסטו נישט באמערקט אז די לעצטע שורה פון איין קאלום ליינט זיך נישט ווייטער מיט די ערשטע שורה פונעם צווייטן קאלום?? די זעלבע פראבלעם חזר'ט זיך איבער ביי נאך פון זייערע ארטיקלן