ווי יאהר יעהליך די לעצטע 52 יאהר קומט פאהר מארגן די יעהרליכע חידון התנ"ך, אדער bible quiz אין ענגליש, ווי עס פארמעסטן זיך צענדליגע יוגנטליכע, פון פארשידענע לענדער ארום די וועלט, טייל יאהרן באטייליגן זיך יונגן פון ארום 25 לענדער, אריינגערעכנט אזעלכע לענדער ווי קאנאדא, אוסטראליע, פאנאמע, מעקסיקא, קאלאמביע, ענגלאנד, און פארשטייט זיך אמעריקע, די קאנדידאטן ווערן אויסגעוועהלט פון טויזנטער וואס גייען אריבער בעפארברייטונג פארהערן און מען נעמט די בעסטע צו רעפרעזענטירן ביים גרויסן מעמד.
די חידון איז איינגעפירט געווארן דורך די ערשטע פרעמעיער דוד בן גוריון, און אין די ערשטע יאהרן איז עס געווען די צענטראלע אטראקציע פון די יום העצמאות און איז מיטגעהאלטן געווארן דורך כמעט די גאנצע מדינה אויף טעלעוויזיע, און נאך היינט איז עס זייער א וויכטיגע געשעעניש און ווערט מיטגעהאלטן דורך די העכסטע אפיציעלן.
איך פערזענליך ווער זייער איבערגענומען צו מיטהאלטן די חידון, עס ווארימט די הארץ צו זעהן ווי יונגע קינדער זענען אויסגעקאכט בכל קוץ ותג פון תנ"ך מיט די פונקטליכע לשונות און דאטומען, און עס סימבאליזירט די תקומה וואס אידן האבן געהאט די לעצטע זעכציג יאהר.
די מעמד ווערט אנגעפירט דורך די בארימטע פראפעסאר אבשלום קור, וואס פאר דעם אליין לוינט זיך מיטצוהאלטן די מעמד, ער האט זייער א רייכע שפראך און פירט אן די מעמד זייער עלעגאנט און אינטרעסאנט.
ביי די חידון פון תשע"א איז געווען א אינטרעסאנט געשעעניש ווען אבנר נתניהו די זוהן פון די ראש ממשלה האט כמעט געווינען די פארמעסט, און איז דורכגעפאלן פון א שאלה וואס זיין טאטע האט אים געפרעגט, [מען געט די כבוד פאר די ראש ממשלה צו שטעלן א פראגע]
חידון התנ"ך
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 309
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 12, 2012 4:33 pm
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 125 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=106588#p106588
ונבנבתה: אט ביי דעים זעלבן חידון התנ"ך וואס דער פרעמיער פון מדינת ישראל בנימן נתניהו האט אנגעפיהרט (אנגעטון מיט א קאפל) האט ער אויך דערמאנט די ערשטע רש"יאין די תורה. "אמר ר' יצחק" וכו'.
אבער וואס וועלן אינז ערליכע אידן די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, בראש פון הרב ישראל מ. סופר זאגן?. אז דאס איז א געפעלשטע מימרא אין רש"י. וואס די ערשטע פושעי ישראלים ואפיקורסים, די חובבי ציון האבן אריינגעשמוגלט. הרב סענדער דייטש זכותו יגון עלינו האט, זייענדיג אין ענגלאנד באזוכט אין אקס-פערד יוניבערסיטי און ר'האט געזעען אן אלטן כתב יד פון רש"י וואו דער פסוק איז נישט דא. פונקט אזוי ווי זיי האבן אריינגעשמוגלט עטליכע דברי מינות ואפיקורסות אין די הקדמה פון ספה"ק ויואל משה (דף ח'). כאילו דער הייליגער רבי זי"ע זאל דאס האבן געזאגט. הרב ישראל מ. זי"ע (אנטשולדיגט, שליט"א) האט זיך אליין געדרייט ביים רעבין זי"ע אין שטוב און האט קיינמאל נישטו געהערט אז דער רעבע זאל האבן געזאגט די דאזיגע דיבורים...












- איש עברי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
- האט שוין געלייקט: 997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל
א טרעילער פון א דאקומענטרי אויף די חידון פאר די ערוואקסענע, דורך א פראנצויזישע טעלעוויזיע סטאנציע
http://vimeo.com/77209699
http://www.tabletmag.com/scroll/162176/ ... z-hopefuls
http://vimeo.com/77209699
http://www.tabletmag.com/scroll/162176/ ... z-hopefuls