ה' אייר והמתעף.

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ס'איז מיין צווייטע ניק, איך האב באקומען צו ווייניג לייקס האב איך דיסיידעד צו נעמען די זאך אין די הענט אריין...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געפילטע פיש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

איך האב דיר יעצט געגעבן צוויי לייק׳ס, עני טיים די ביזט שארט שיק מיר א אישי,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס עפעס אישי? איך שעם זיך נישט צו זיין א תובעת בפה, איך בין נישט קיין פרוי.
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

בדחן האט געשריבן:קודם דארף איר דיר גראטעלירען פאר דיין נייעס סארטט תגובות וואס קימט מיט א פערטיגע לייק דורוך newkav
ווי אזוי האסטע עס ערלעדיגט?


אריין אין דער אשכול:

viewtopic.php?f=7&t=3483&p=105325#p105325
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

קודם כל וויל איך מיר באדאנקן צו אלע שרייבער וואס האבן דא געשריבן אין דער אשכל ביז יעצט, איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון די שמועס דא. געוויסע הודעות האבן מיר געמאכט לאכן, אדערע וויינען. איך האב מיך גערעגט, און זיך בארואיגט. עס האט מיר געמאכט טראכטן, און איך האבן מיך געלערנט אסאך זאכן. איז דען דאס נישט די שפיץ פון א געלונגען נושא אז עס קען ארויסברענגן אזויפיל רויע געפילן ביי א מענטש? איין זאך האב איך מיך זיכער געלערנט דא. עס איז מיר שטערקער געווארן די דעה אז טאלעראנץ איז דערווייל נאר א פאנטאזיע.

דא האט מען א נושא וואס איז מן הדברים העומדים ברומו של עולם ביי טייל מענטשן. עד כדי כך אז די צוויי קיצוניות'ן זענען צו דאס (האט גע)ברענגט די גאולה אדער גאר מרחק די גאולה. די צד השוה פון ביידע זייטן איז אז ביידע ווילן טון די רצון הבורא.

במושכל ראשון וואלט אזא זאך געדארפט צוברענגן צו געשמאקע, טיפזיניגע, ערענסטע, אינטעליגענטער, תוכנ'דיגער דעבאטעס און שמועסן. דערווייל אנשטאט דעם באקומען מיר פארדאמונגען, דעמעגאגע, פערזענליכע באליידונגען, א.ד.ג.

גיבט א קוק, איך ציטיר דא נאר א טייל פון די שורות וואס האבן מיך געבאדערט:

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.

אונטערעסאנט אז די איטעליגענטע שרייבער, פונעם אלטוועלטיכע קאווע שטיבל, האבן נאך גארנישט געשריבען וועגן דעם "חג הצמאות" דער טאג וואס דוד בן גיריון שר''י, מיט זיינע שתפים, וואו דער איידעם דעם הייליגן אמרי אמת זי''ע, דער כופר בעיקר איטשע מאיר לעווין, האבן בעזר "צור ישראל" אונעם סאמען הייליגען שבת, אונטערגעשריבען דעם מגילות עצמאות, און מייסד געווען דעם קליין שנארישען לענדל מדינת ישראל

די איינציגע וואס פייערן נאך ה' אייר זענען די סאטמארע, מיט תחנון עצרת'ער וכו'

האט זיך רבי מיכאל בער אנגעריפען בזה''ל: דער איטשע מאיר, מיז זיין אדער א חולה נפש, אדער א מין און אן אפיקורס: פארוואס?

דערציילט רבי מיכאל בער, אז ווען ער איז געווען מיט זיין שווער, דער נייטרא'ר רב ז''ל ביי די כניסיה פון די אגודה, און וויען, נאך בעפאר די מלחמה, האט דער איטשע מאיר געקלאפט אויפן טיש, וואו א וואנזיניגער, און געשריגען מיט קולי קולת, אז יודן מיזן האבן א אייגענע מדינה, האט רבי מיכאל בער אויסגעפירט, דאס קען נאר זאגן א כופר, אדער א טיפוש, ע''כ המעשה:

איז אזוי: קיין טיפוש איז דער איטשע מאיר נישט געווען, ער האט פארשטאנען אן עסק, ער האט געמאכט די מעשה מיטן בעלזער רב, און מיטן טשעביטער רב, אזוי, אז אלע היינטיגע פאלאטיקאנטען, און גבאים, קענען זיך פארשטעקן פאר אים, אלא מאי? איז ער געווען א כופר, הוא אשר דברתי!

דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

נאר נאך דעם וואס קוק האט גענדיגט זאגן א לאנגע פורים תורה פארוואס עס גייט נישט אן קיין איסור מחיקת ה' ביי א דריק מאשין, אפי' די בליי צולאזט זיך, האט אים דער חז'א גענפערט: א ביי אותיות הפיכות גייט נישט אן קיין מחיקת ה', און די גאנצע קוק פילפול איז געגאנגען צו די ריחות

לאמיר זען וואו די איזראעלישע פאטריאטן, וואס טרינקן א גאנץ יאר קאווע מיט אונז אונאיינעם דא אונעם קאווע שטיבל, האבן צו זאגן אויף אזא טאג.

אויף דעם טאר מען ע''פ הלכה נישט ענפערן

אויף פוסטע דעמאגאגיע ביסטע גוט און א מענטש צום טיש??

די סאטמארע דארפן היינט זאגן הלל אלס כשם שמברך על הטוב כך מברך על הרעה...


אבער אויב גייסטו גיין מיט שיטת סאטמער אז יעדער וואס זאגן אנדערש ווי דיר איז שגץ פוי

אמת אמת, סאטמאר האט קיינמאל קיינעם נישט טעראריזירט, קיינמאל נישט געשטאכן קיין רעדער, קיינמאל אויסגעשאסן קיין פענסטער, קיינמאל נישט צוריסן קיין פרוכת, קיינמאל נישט חרוב געמאכט קיין בתי מדרשים מיט ספרי קודש, קיינמאל נישט צושלאגן קיין מענטשען, ועוד הרבה שאי אפשר לפורטם, פארן "בלויזן חטא" פון נישט גיין בדרך סאטמאר, אדער אנטיילנעמען אין א פראגראם, עווענט, עצרת, וכדו' פונעם צד שכנגד, קיינמאל!

מ'ברויך דערמאנען די יונגע דור וואס געדענקט נישט, אז סאטמאר איז נישט אלעמאל געווען א חסידות וואס האט זיך געריסן ביי די קעפ אינעווייניג, וואס האט געשפריצט וואסער און זיך געהארגעט אין בית המדרש אום שמחת תורה, ס'געווען אמאל גוטע צייטן ווען זיי האבן טעראריזירט גאנץ וויליאמסבורג, ווען איינער האט זיך געוואגט צו טוהן עפעס נגד רצונם. ברוך השם היינט זענען זיי ביזי מיט די אייגענע גארבידזש.

איינער זאגט מיך אז נעכטען נאכט איז און וויליאמסבורג ארום געפארען אפאר קארס מיט מדינת ישראל פענער דערויף און מ'האט עס פראבורט אראף צו רייסען עס איז ממש געגאנגען קלעפ
[/quote]

איר קענט אודאי טענה'ן אז בעצם געווענטליך קענט איר הערן א צווייטענס דעה און איר זענעט גאר מעסיגע מענטשן, דאך אבער ווען עס רירט אן בעניני אמונה, כפירה, מדינה, שלש שבועות, די רבינ'ס שיטה, רב קוק'ס כבוד, סאטמארער שטותים, כבוד התורה, אדער וויאזוי איר ווילט עס נאר רופן, מוזט איר שטיין בכל התוקף אפצוהיטן כרם בית ישראל.

איך פארשטיי, אבער אין אנדערע ווערטער, "נאר מיין דעה איז א דעה, יענעמ'ס איז נישט און איך מוז יענעם און די גאנצע וועלט מודיע זיין אז זיי זענען זיך טועה". איך זעה פון דעם אז ביי א געוויסע פונקט מוז מען אויפהערלן טאלערירען. איך פארשטיי עס נישט ווייל אויב ביסטו אזוי זיכער אז דיין וועג איז די גערעכטע וועג דאן וואס האסטו מורא אויסצוהערן יענעם, און עס געהעריג דעבאטירן אן קיין דברי זילזול? זעץ דיך אראפ מיט רב קוק, רעד צו אים מיט רעספעקט, רוף אים "רבי" קוק אים אין די אויגן און ווייז אים אויף אז ער איז זיך טועה. און די זעלבע איז דאס פארקערטע מיט די אנדערע צד.

דאס האב איך סתם געשריבן צוליב דעם וואס מיין קאפ ליגט יעצט אביסל אינעם טאלעראנץ נושא.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום הוגה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

און יעצט צום עצם הענין.

קיינער לייקנט נישט און קיינער קריגט זיך נישט אז די פרייע פירער פון מדינת ישראל (עכ"פ די לינקע פון יענע צייטן) האבן געוואלט עוקר זיין די דת. די נושא וואס מען איז מחולק מיט איז צו עס וועט מער אויפטון פארן באשעפער'ס וועגן אויב מען וועט זיין מעסיג און פרובירן צו ראטעווען וויפיל מער מען קען. אדער צו מען זאל אויפגעבן אויף רוב רובו פון כלל ישראל אבי עס זאל איבערבלייבן א קליין הייפעלע פון אמת'ע לויטערע ריינע אידן (וואטעווער דעט מינס).

יעצט קען מען צונעמען דער נושא און עס אדורך טון און מסביר זיין וואס האבן די גדולים פון יענע תקופה געהאלטן. וואס האט די סאטמארער רב געהאלטן, די בעלזער רב, די גורער רבי, די ליובאביטשער רבי, די אמרי חיים, די חזו"א, די בריסקער רב, רבי משה פיינשטיין, רבי אהרן קאטלער, רבי יאשע בער פון ניו ענגלאנד, די ספרדישע גדולים וכו'.

מען קען אפילו צוריקגיין און זעהן וואס די פריערדיגע גדולים ווי רבי אלחנן, די חפץ חיים, רבי חיים עוזר, רבי י"ד מבעלזא, רב קוק, די רבני ירושלים וכדומה האבן געהאלטן. דערנאך דארף מען אדורך טון אויב זיי וואלטן געהאלטן אנדערש אויב זיי וואלטן געלעבט בימי תש"ח.

דאס איז א גאר אינטרעסאנטע נושא מיט צדדים לכאן ולכאן, אבער אונז וועלן מיר נאר קענען קלוגער ווערן אויב מיר וועלן עס אדורך טון געהעריג ווי גרויסע קינדער מיט ריספעקט צו אלעמען.

איך אליינס בין נישט קלאר אין די נושא, און איך האב נישט ליב אויפצומאכן פאקטן, וועל איך דערווייל שטיל זיין און האפנטליך וועלן אנדערע טון די ארבייט להנאתינו. נאר אפאר קליינע הערות וואס איך האב געטראכט בשעת איך האב געליינט דא וועל איך יא שרייבן.

1) פארוואס רעגט מען זיך אז מען האט געשריבן נאר "צור ישראל"? יעדער איינער ווייסט אז די פרייע האבן געוואלט עוקר זיין דאס דת, און זיי האבן געוואלט אז די אידן זאלן ווערן אן אומה און נישט קיין רעליגיע. די פרומע האבן ע"פ הוראה פון זייערע גדולים מיטגעשטימט אדער מיטגעארבייט מיט די מדינה, צו ביים גרינדער צו שפעטער נישט ווייל זיי האבן מסכים געווען מיט דעם, נאר טראץ דעם. די זעלבע וואס די פרעגסט לגבי ראבינ'ס לוי' פארוואס די פרייע האבן נישט דערמאנט די באשעפער, האסט א קשיא אויף א פרייע?

2) איך הער כסדר מענטשן טענה'ן "וואס ווילן ענק (ציונים) פון אונז? מיר זענען געווען דא פריער, אלעס איז געווען שלום ושלוה, און ענק האבן אפגעמאכט א חורבן וואס גייט נאך אן ביז היינט." דאס ביסל היסטאריע וואס איך האב געליינט פון יענע צייטן צייגט אז עס זענען טאקע געווען גאר ערליכע אידן און גרויסע צדיקים אינעם ישוב הישן. אבער עס זענען געפאלן שטיקער פון אונזער פאלק דעמאלטס ברוחניות ובגשמיות. דאס עניות האט געהערשט איבעראל, מענער פרויען און קליינע קינדער זענען געשטארבן פאר הונגער און אלע מיני קראנקהייטן. פון דאס וואס איז שוין יא איבערגעבליבן זענען געפאלן שטיקר צו אלע איזמס וואס האבן דעמאלטס געשוועבט אין די לופטן. איך גלייב אז ווען אלעס בלייבט דעמאלטס שטאטוס קווא אזוי ווי עס איז געווען ביז דעמאלטס וואלט נישט געבליבן קיין סאך פון אונז. (ווי שוין ערווענט אין די אשכל פון די גאונישע המצאה.)
נאך איז מיר שווער, יעצט האלט מען שוין לאחר המעשה, וואס איז נוגע וואס איז דעמאלטס געווען? איז דאס א פראדאקטיווער וועג פון טראכטן?

אונטערשטע שורה, ביידע זייטן האבן דעות און שיטות, ביידע האבן אינטרעסאנטע סברות און ראיות מן התורה ומן הלאגיק פארוואס זיי זענען גערעכט. לאמיר הערן פון ביידע זייטן, מיט א רואיגקייט און רעספעקט. צום סוף איז די ענטפער עניוועי אילו ואילו....
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

אין מיי דיפענס, ווען איינער זאגט א שקר, אז "די קעגענער פון סאטמער... ...זענענן די וואס שרייען אויף סאטמער כסדר און פארפירען דערקעגן", כאילו זיי זענען וואוילע לעמעלעך וואס האבן קיינמאל נישט געטשעפעט קיין פליג, אויף אידיש רופט מען דא "ווען די טיי טעפל רופט דעם קעסל שווארץ", דארף איך עם לאזען ביים ליגענט? אדער מעג איך עם ענטפערן?
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

א דאנק הוגה און שלום עליכם צום שטיבל.
ווי דו זעסט, איז ב"ה פון מיינע ווערטער קיין איינס נישט אין דיין שאנד-קעסטל. איך בין פון דיין טאלאראנץ גרופע.
אויב דו וועסט לייענען וואס איך האב גשריבן, וועסטו זען אז איך האב אדרעסירט ביידע פון דיינע פראגעס.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

berlbalaguleh האט געשריבן:
עוד מישהו האט געשריבן:צו די וואס שרייען מ'דארף וויסן היסטאריע פאר מ'רעדט, און איטשע מאיר לעווין מיט הרב פישמאן האבן אונטערגעשריבן שבת.
לידיעתכם איז ה' אייר געווען פרייטאג יענע יאר, די צערעמאניע פון די זעלבסטשטענדיגקייט דעקלעראציע איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג גאנץ פרי פארן זמן כניסת שבת, די זמן יענע וואך איז געווען אפאר מינוט פאר 7, און די צערעמאניע איז געווען 4 אזייגער נאכמיטאג.
איטשע מאיר לעווין איז בכלל נישט געווען אין ארץ ישראל ה' אייר, ער איז געווען אין אמעריקע, ער האט גע'חתמ'ט נאכן צוריק קומען פון אמעריקע אויף די בריוו.
און אויב שוין האבן טענות וואס איז מיט לעווינשטיין, אויך א פארשטייער אין די נייע רעגירונג און אן אונטערשרייבער אויף די מגילת העצמאות?

די ס"ה איז, פאר מ'שרייבט "פאקטן" דארף מען גוט איבערגיין אויב די פאקטן זענען אמת.

איך וויל נאר דא מחזק זיין דיינע ווערטער. דאס איז דאך א דבר ידוע אז די דעקלאראציע פון עצמאות און אונטערש/רייבן די מגילת העצמאות איז פארגעקומען פרייטאג נאכמיטאג. אבער ווען איינער רעדט אין די וועלט אריין וועט ער נישט נאכקוקן אויב די פאקטן שטימען אדער נישט.

דאס אז ס'איז א דבר ידוע איז אמת, נאר איינער האט דא געשריבן פריער צווישן זיינע טענות ומענות אויף איטשע מאיר לעווין, הייתכן ער האט אונטערגעשריבן אויף שבת אויף די מגילה, אויסערדעם וואו איך האב געשריבן פריער איז איטשע מאיר נישט געווען אין א"י יענע צייט.
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געפילטע פיש האט געשריבן:איך בין. נישט געכאפט וואס דו מיינסט, נישט געוויסט אז דאס איז אויך א קרייעם.

ס'איז נישט קיין קריים פארוואס מ'גייט יושב'ן. אבער דאס איז כולי עלמא מודי אז דו ביסט א גרעסערער לץ ווי כ'האב געמיינט.
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

לגבי דעת החזון איש, האב איך געפנט א נייעם אשכול.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יעצט געליינט דעם אשכול, דער מטורף קאך לעפל דארף א ערנסטע דאקטער, עני יוניטס עוועיליבל?
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך אויך האט געשריבן:יעצט געליינט דעם אשכול, דער מטורף קאך לעפל דארף א ערנסטע דאקטער, עני יוניטס עוועיליבל?


מיין טייערער ידיד מר' איך אויך ני''י

אזוי ווי איך האב געזען דו שרייבסט אז אז איך דארף א דאקטאר, האב איך עס גענומען זייער ערענסט, און איך האב אפיר געזוכט מיין מעדיקעיד קארד, און ויסעו, און האב מיך געלאזט אויפן וועג אריין צו זען א דאקטאר, (אגב צו די זעלבע דאקטאר וואס דיין ''הייליגער רב'' דער פאר הדור, דער ''גדול הדור'' ניצט זינט דעם מאסיווען אויסברוך וואס ער האט געכאפט ערב פסח תשנ''ד לפ''ק)

אבער דער הייליגער באשעפער האט מיר חונן דעת געווען, אז פאר די נסיעה האב איך א בליק געטאן אויף דיינע קאמענטארן זייט די פארברענגסט דא אין קאווע שטיבל, און איך האב תיכף געפאסט א באשלוס, און צוריק געלייגט דאס מעדיקעד קארטל אין שופלאד.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

יווואאשש איך בעהט דיר טוה נישט אפ גאנץ בראד! זיי וועלן עס נישט איבערטראגן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
היימישער ליטוואק
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1658
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
האט שוין געלייקט: 1449 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל

שליחה דורך היימישער ליטוואק »

berlbalaguleh האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.

דו מיינסט זיכער דעם "ספר" דובב שפתי ישינים.אויף וועלכן ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו האט אויך עדות געזאגט אז ס'איז געפעלשט.


באהאנדלונג אויף אייוועלט
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
בעריש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 228
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 04, 2012 2:13 pm
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 135 מאל

שליחה דורך בעריש »

היימישער ליטוואק האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
היימישער ליטוואק האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער רב הרשע קוק, האט אים נאך איינגעפאקט 1000 מאל, און נגלה, און אין נסתר, דאך האט דער גאון רבי יאשע רזין, דער ראגאטשעבער גאון, געשריבן אויף אים עוף טמא! ווערט נישט אזוי דערשראגן פון זיין לאנגער בארד!

אן אריינגיין אין דיינע באטיטלונגען פון דעם רב הראשי ז"ל, וויל איך נאר אייך מודיע זיין, אז דער בריוו פון דעם ראגעצאווער ז"ל, ווי אויך הונדערטע אנדערע זענען געפעלטשט געווארן דארך דער מייסטער קנאישער בריוו-פעלשער ר' משה חיים אפרים בלאך. והדברים ידועים ועתיקים.
משום כבודך, וכבוד גדולי ישראל מחדר הקנאים ז"ל, איז כדאי נישט צו קוואוטן פון דארט.

דו מיינסט זיכער דעם "ספר" דובב שפתי ישינים.אויף וועלכן ר' סענדער דייטש זכותו יגון עלינו האט אויך עדות געזאגט אז ס'איז געפעלשט.


באהאנדלונג אויף אייוועלט

לויט מיין זכרון איז די רעדע פון אנאנדערע בריוו פונעם ראגעטשאווער נישט די בריוו אויף רב קוק.
באניצער אוואטאר
עפל סיידער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
האט שוין געלייקט: 140 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

שליחה דורך עפל סיידער »

ה' אייר.

יום העצמות
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

נארישע שאלה...
די אלע פרומע וועלכע "האלטן ספירה" זינגען און טאנצן בתופים ומחולות אום ה' אייר? זינגען דעם התקווה מיט מוזיק בערי יהודה ובחוצות ירושלים?
איך פרעג נאר.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=uIEeiDjdUuU[/youtube]
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

שמעקעדיג האט געשריבן:נארישע שאלה...
די אלע פרומע וועלכע "האלטן ספירה" זינגען און טאנצן בתופים ומחולות אום ה' אייר? זינגען דעם התקווה מיט מוזיק בערי יהודה ובחוצות ירושלים?
איך פרעג נאר.

לכאורה איז מען יוצא אן מוזיק אויך ,איך פסק'ן נישט אויף למעשה אבער כך נראה לי בחפזון.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
מנשה לוסטיג
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1566
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
האט שוין געלייקט: 192 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל

שליחה דורך מנשה לוסטיג »

אויב ביסטו מיט טאלאנט געבוירן, וועסטו עס קיינמאל נישט פארלירן!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

יו"ט איז נישט געפאלן קיין מן...
בייגעלייגטע פיילס
1399338689.jpg
1399338689.jpg (51.76 KiB) געזען געווארן 3313 מאל
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
פארשפארט