וואס לערן איך פון ה׳ אייר

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

וואס לערן איך פון ה׳ אייר

שליחה דורך פארוואס? »

אט שטייען מיר שוין ווידער אמאל ביים יום העצמאות, און דאס מאל פייערט מען שוין 66 יאהרן וואס די מדינה שטייט, 66 יאהר נאך וואס מען האט זיך שוין ערקלערט זעלבסטשטענדיג.
עס איז א ווירקליכע מציאות, עס שטייט! על אפם ועל חמתם פון אלע שונאים און מתנגדים מימין ומשמאל.
עס איז באקאנט דאס וואס די וועלט זאגט אויף דעם וואס דער רבי זי״ע האט געזאגט אז בדרך הטבע האט נישט די מדינה א זכות קיום מער פון 50 יאהר, - זאגט די וועלט - די ערשטע פופציג יאהר איז עס געשטאנען אויפן רבי׳נס ברכה, און פון דאן און ווייטער שטייט עס שוין אויף די אייגענע פיס.
אבער נו, נאך אלע ווערטלאך, וואס קומט עס פאר אונז צו זאגן? וואס דארפן מיר לערנען דערפון? אונז חרדישע גלות-יידעלעך וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו טועם זיין א טעם פון א גאולה-פרטית, און אוודאי נישט פון א גאולה-כללית. וואס פרייען מיר זיך? אדער אויף וואס וויינען מיר?
סתם זיך נישט וויסנדיג מאכן, און פאסטן כאילו עס איז נישט מער פון סתם א תענית בה״ב, קומט זיכער נישט אין באטראכט, עפעס דארפן מיר ארויסנעמען דערפון. עס איז דאך באקאנט פון חסידישע ספרים אז מען ברויך לעבן מיטן זמן.
איז אזוי, אין מיינע אויגן איז דא א מורא׳דיגע מוסר השכל פון די גאנצע מעשה, אז מ׳באטראכט די היסטאריע, ווי אזוי עס איז צוגעגאנגען, ווי פון א נישטיגע חלום איז פארווירקליכט געווארן א סוקסעספולע מדינה, וואס קיינער קען נישט אוועק מאכן.
פאר בערך 100 יאהרן צוריק האבן געלערנט אין וואלאזשינער ישיבה עטליכע בחורים, געהאט חלומות וואס יעדער האט זיי אויסגעלאכט. אבער היינט זענען מיר עדות ווער עס איז געווען גערעכט.
יא יא, מ׳רעדט פון פשוטע ישיבה-בחורים מיט אביסל גייסט און דרייסט, זענען אנגעקומען אזוי ווייט.
כלפי מה דברים אמורים?
זיצן דא אין קאווע שטיבל עטליכע געלונגענע דרייסטע לייט מיט א גוטן פעדער אין די האנט, זיי שרייבן וואס די הערצער פון הונדערטער אידן שרייען, זיי ברענגען עס ארויס מיט א קלארקייט: מען דארף א טויש!!!
מען רעדט דא טאקע נישט פון מענטשן וואס האבן די מאכט, וואס האבן די געלט. מען רעדט סך-הכל פון יונגעלייט וואס באהאלטן זיך אונטער זייער אייגענע שאטן. שרייבן אונטער ניק-נעימס, זיי זענען מטשטש יעדע ביסל אינפארמאציע וואס קען ארויפ-פירן אויף זייער אידענטיפאקאציע.
דער אלטער מושג פון ״חשש גילוי״ וואס איז נגנז געווארן ווען עס איז געווען א מצב פון ״אין נחשים מצויים בינינו״, איז דא צוריק געקומען מיטן פולן עפעקט, (זעהט אויס אז עס איז א מצב פון ״הבור ריק אין בו מים״ אבל וכו׳…).
על כל פנים, די יונגעלייט שרייען די וויי-געשריי, זיי ברענגען ארויס די פראבלעמען, און האפן פאר א טויש.
קומען אנדערע און מיטן כח הליצנות לאכן זיי אפ פון די נארישע בעלי-דמיונות, זאגנדיג - אזא סיסטעם וועט בלייבן ביז משיח׳נס טאג!!! - גייט ארויס פון ענקערע דמיונות, און גייט זוכן דזשאבס! נרפים אתם נרפים, על כן אתם אומרים וכו׳.
אבער - ווי פריער געזאגט - פון ה׳ אייר לערנען מיר עפעס אנדערש…
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אקעי, איך בין מיט דיר. וואס פונקט ווילסטו טוישען? ווי הייבט מען אן?
הק' לעיקוואד.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

לעיקוואד האט געשריבן:אקעי, איך בין מיט דיר. וואס פונקט ווילסטו טוישען? ווי הייבט מען אן?
הק' לעיקוואד.

קודם כל, לאמיר זעהן צו וואו אהין לינקט אייער אונטערשריפט
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארשפארט