ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
ה אייר והמסתעף בהלכה ואגדה
אזויווי היינט געפאלט די יום המר ועצמות, עפען איך דעם אשכול ווי דער עולם וועט קענען אויסגעבן זייערע געדאנקן און געפילן איבער'ן טאג. היינט צופרי ביי שמונה עשרה איז מיר איינגעפאלן ווי פאלגענט: ולירושלים עירך ברחמים תשו"ב - תשוב איז בגימטריה תש"ח. די ציונים האבן פון דא א שטיקל מקור אז די אויפקום פון די מדינה איז אתחלתא דגאולה, ח"ו. די סאטמערע וועלן דאס פארענטפערן מיט דעם וואס די סאטמאר רב ברענגט אין הקדמה צו ויואל משה אז נאכ'ן ביטערן חורבן איז געווען אן עת פקידה אז משיח זאל קומען נאר די ציונים האבן עס פארפאטשקעט מיט זייער מדינה.
עס איז באוויסט אז סאטמאר רב ז"ל האט געהייסן זאגן תחנון אין ה אייר אפילו אויב ס'איז געווען א ברית. זיין טעם אויף דעם איז געווען אז מ'זאל נישט זיך נישט ארויפכאפן אויף זיין נישט זאגן תחנון אלץ א שטיקל הסכמה צו די מדינה. און אלע סאטמארע בתי מדרשים פירט מען זיך אויך אזוי. מיין שאלה איז צו דאס איז אויסגעהאלטן צו טון קעגן א הלכה אין שו"ע נישט צו זאגן תחנון ווען ס'איז דא א ברית. ביים סאטמאר רב אליין וואלט נאך אפשר געקענט זיין איינער וואס עט מאכן אן עסק פון זיין נישט זאגן תחנון, אבער ביי סתם א מנין פון 10 - 15 מענטשן, פארוואס פעלט אויס צו זאגן תחנון?
אגב, די סטמורים פארציילן אז די חזון איש ז"ל האט אויך געזאגט תחנון ביי א ברית אום ה אייר. קען דאס איינער באשטעטיגן?
צום סיום, האב איך געהערט אן אונטרעסאנט זאך, אז די סטראפקעווע רב ז"ל וואס זיין יארצייט איז ו אייר, האט געזאגט, ווען ער איז שוין געווען זייער נישט געזינט אין געשפירט אז זיינע טעג זענען געציילט, האט ער געזאגט אז ער איז מתפלל אז ער זאל נישט שטארבן ה אייר ווייל ס'וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן נישט זאגן קיין תחנון צוליב די יארצייט. וכן הוי, ער איז טאקע נסתלק געווארן ו אייר

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום דריידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארדריי די דיר דיין קאפ
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
דריידל האט געשריבן:עס איז באוויסט אז סאטמאר רב ז"ל האט געהייסן זאגן תחנון אין ה אייר אפילו אויב ס'איז געווען א ברית.
ווי איז באוואוסט? ביי מיין מנין האט היינט איינער פארפירט אז די רבי האט קיינמאל נישט אזוי געזאגט, דאס האבן א פאר קנאים מתקן געווען, און פארשטייט זיך אז אין א מאנטאג'דיגן תחנון האט ער געהאט אסאך מיטהאלטער'ס
למעשה ווייסט איינער א מקור מוסמך אז די רבי האט טאקע געהייסן זאגן תחנון אפילו ביי א ברית?
לויט ווי איך געדענק איז די מעשה אזוי. סאטמאר רב ז''ל האט ווי באקאנט געהאלטען אז אלע סאטמארע בתי מדרשים אין איין שטאט זענען ווי איין ביהמ''ד. און אז ס'איז געווען א ברית אין איין מנין פון איין ביהמ''ד האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין אלע מנינים פון אלע סאטמארער בתי מדרשים.
ה' אייר האט ער געהייסן אז נאר די מנין פון די ברית זאל נישט זאגן קיין תחנון, אבער אלע אנדערע מנינים זאלן יא.

- ברסלבער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
- האט שוין געלייקט: 3570 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל
אין ברסלב איז אויך דא א ה' אייר. רבי נחמן איז געפארן וואוינען סוף ימיו אויף אומאן און ער איז אנגעקומען דארט אום ה' אייר.
דאן האבן געוואוינט אין אומאן די גרעסטע משכילים, וואס פון זיי איז נשתלשל געווארן צום סוף דאס ציונות. די ברסלב-סאטמערע זאגן אז דאס וואס ער איז אנגעקומען דארט ה' אייר איז געווען זיי צו מכניע זיין.

די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
- עפל סיידער
- ידיד ותיק
- הודעות: 610
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 7:19 am
- געפינט זיך: בעיר החסד והתורה מאנסי הבירה
- האט שוין געלייקט: 140 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 166 מאל

עס האט נישט מיט סאטמאר ענדערש מיט די חזו"א
ק\פ פון אייוועלט
ביים חזון איש איז ידוע אז איינמאל האט איינער געמאכט א ברית ביי אים ה' אייר, איז ער ארויס און געהייסן זאגן תחנון. א יאר דערויף איז געווען אפאר ברית'ן ביי אים פון פרעמדע מענטשן, האט ער פארשטאנען אז די אנלויפעניש איז כדי ער זאל נישט זאגן קיין תחנון, איז ער געבליבן אין בית המדרש און געזאגט תחנון מיט יעדעם.
הגר"ח קאניבסקי שליט"א איז היינט געווען א סנדק אויף צוויי ברית'ן. איינס ביי זיך און זיין בית מדרש 'לדרמן', און איינס ביי אן אייניקעל זיינער
און דרום א"י. אעפ"כ, האט ער געהייסען ביי זיין מנין און 'לדרמן' אז מען זאל זאגען תחנון און ער האט אויך מיטגעזאגט.
ביים חזון איש איז ידוע אז איינמאל האט איינער געמאכט א ברית ביי אים ה' אייר, איז ער ארויס און געהייסן זאגן תחנון. א יאר דערויף איז געווען אפאר ברית'ן ביי אים פון פרעמדע מענטשן, האט ער פארשטאנען אז די אנלויפעניש איז כדי ער זאל נישט זאגן קיין תחנון, איז ער געבליבן אין בית המדרש און געזאגט תחנון מיט יעדעם.
הגר"ח קאניבסקי שליט"א איז היינט געווען א סנדק אויף צוויי ברית'ן. איינס ביי זיך און זיין בית מדרש 'לדרמן', און איינס ביי אן אייניקעל זיינער
און דרום א"י. אעפ"כ, האט ער געהייסען ביי זיין מנין און 'לדרמן' אז מען זאל זאגען תחנון און ער האט אויך מיטגעזאגט.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1844
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 04, 2012 2:53 pm
- האט שוין געלייקט: 673 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל
лпم iοوԴ האט געשריבן:לויט ווי איך געדענק איז די מעשה אזוי. סאטמאר רב ז''ל האט ווי באקאנט געהאלטען אז אלע סאטמארע בתי מדרשים אין איין שטאט זענען ווי איין ביהמ''ד. און אז ס'איז געווען א ברית אין איין מנין פון איין ביהמ''ד האט מען נישט געזאגט קיין תחנון אין אלע מנינים פון אלע סאטמארער בתי מדרשים.
ה' אייר האט ער געהייסן אז נאר די מנין פון די ברית זאל נישט זאגן קיין תחנון, אבער אלע אנדערע מנינים זאלן יא.
א מקור ביטע אויף די מעשה
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
דעם שבת האב איך געהערט ווי איינער זאגט אז און פרשת אמור איז דאך אויסגערעכענט אלע ימים טובים און די רוקח זאגט אז די פרשת המנורה שטייט גראד נאך די ימים טובים אלץ א רמז אויף חנוכה. די בני יששכר לייגט צו אז נאך די פרשת המנורה שטייט וועגן די לחם הפנים וואס איז א רמז אויף פורים. עכ"פ פרעגט ער ווי איז מרומז ה אייר? ענטפערט ער אז סוף פרשה שטייט א מעשה מיט עפעס א "ישראלי בן הישראלית" רעדט מען דאך פון איזראעליס, שטייט דארט ויקב את השם ויקלל. אטעדא איז מרומז ה אייר. ודפח"ח
פארדריי די דיר דיין קאפ
- דריידל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1146
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 17, 2014 12:42 am
- געפינט זיך: נישט אהער און נישט אהין
- האט שוין געלייקט: 1132 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1247 מאל
יתרו האט געשריבן:ס'איז א פלא אז סאטמארער רב האט חושש געווען אז איינער וועט אים האלטן פאר א ציוני אז ער זאגט נישט קיין תחנון אין ה' אייר ווייל ער האלט ה' אייר פאר א יו"ט. מילא דער חזון אי"ש נא, אבער סאטמאר רב ?
ער האט נישט חושש געווען אז מ'וועט אים האלטן פאר א ציוני, ער האט מער מורא געהאט אז מ'וועט דאס ניצן אויף חוזק צו מאכן און אפשוואכן זיין מערכה קעגן ציונות.
פארדריי די דיר דיין קאפ
- יין שרף
- חבר ותיק
- הודעות: 2570
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
- געפינט זיך: ביים שוויגער...
- האט שוין געלייקט: 4803 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל
דריידל האט געשריבן:דעם שבת האב איך געהערט ווי איינער זאגט אז און פרשת אמור איז דאך אויסגערעכענט אלע ימים טובים און די רוקח זאגט אז די פרשת המנורה שטייט גראד נאך די ימים טובים אלץ א רמז אויף חנוכה. די בני יששכר לייגט צו אז נאך די פרשת המנורה שטייט וועגן די לחם הפנים וואס איז א רמז אויף פורים. עכ"פ פרעגט ער ווי איז מרומז ה אייר? ענטפערט ער אז סוף פרשה שטייט א מעשה מיט עפעס א "ישראלי בן הישראלית" רעדט מען דאך פון איזראעליס, שטייט דארט ויקב את השם ויקלל. אטעדא איז מרומז ה אייר. ודפח"ח
ס'איז מרומז גלייך פאר די פרשת המועדים. ויוסף חמישיתו, מ'דארף צולייגן א יו"ט אינעם פינף'טען...
- היימישער ליטוואק
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1658
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 20, 2012 5:26 pm
- האט שוין געלייקט: 1449 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1074 מאל
קביעת המועדים
הסימנים לקביעת המועדים הם לפי סימן א"ת ב"ש:
א"ת, יום א' של פסח יהיה תשעה באב באותה השנה;
ב"ש, ב' של פסח יהיה א' שבועות;
ג"ר, ג' של פסח יהיה א' ראש השנה;
ד"ק, יום ד' של פסח יהיה קניין התורה והוא שמחת תורה;
ה"צ, ה' של פסח יהיה צום כפור;
ו"פ, ו' של פסח יהיה פורים שלפניו באותו השנה. ביום בו חל פורים יהיה ל"ג בעומר והסימן פל"ג
ז"ע, ז' של פסח יהיה יום העצמאות. (או"ח סי' תכ"ח א').
ומדהים לגלות שביום השביעי של פסח שבו אנו מציינים את נס קריעת ים סוף, והצלת בני ישראל מידי חיל פרעה הרודפים אחריהם, כך ביום העצמאות אנו מציינים את נס ניצחון חיילי צה"ל את כל הצבאות שצרו על מדינת ישראל ביומה הראשון לאחר אלפיים שנות גלות!
(באקומין היינט אין אי-מייל)

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היימישער ליטוואק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"אי השימוש בשכל הישר, הוא מקור כל הטומאה, שורש כל הרשעה שבעולם כולו"
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
דריידל האט געשריבן:דעם שבת האב איך געהערט ווי איינער זאגט אז און פרשת אמור איז דאך אויסגערעכענט אלע ימים טובים און די רוקח זאגט אז די פרשת המנורה שטייט גראד נאך די ימים טובים אלץ א רמז אויף חנוכה. די בני יששכר לייגט צו אז נאך די פרשת המנורה שטייט וועגן די לחם הפנים וואס איז א רמז אויף פורים. עכ"פ פרעגט ער ווי איז מרומז ה אייר? ענטפערט ער אז סוף פרשה שטייט א מעשה מיט עפעס א "ישראלי בן הישראלית" רעדט מען דאך פון איזראעליס, שטייט דארט ויקב את השם ויקלל. אטעדא איז מרומז ה אייר. ודפח"ח
ודפח''ח
דעי חכם איז סאטמאר רב, וואס פון אים שטאמט די ווארט
- פלעין יודיש
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1116
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
- האט שוין געלייקט: 752 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל
פאר די אלע וואס ווייסען נישט אין ארץ ישראל איז גראדע ה' אייר א שטיקעל טרויער טאג ווי זיי ריפען עס אהן יום הזיכרון, וואס דאן טרויערט מען להבדיל אויף די אלע חיילי צה''ל און די אלע יודיש בלוט וואס זענען נעבעך פארגאסן געווארן אויפן מזבח המדינה של שמד,
די אלע חגאות און פייערונגען ווערן געהאלטן ו' אייר און דאס ריפען זיי יום העצמאות
ס'איז מיר אינטערסאנט ס'קיקט אויס אז אין סאטמאר ווייסען זיי בכלל נישט פון דעם,
אדער איז דא א סיבה אויף די זאגן תחנון דווקא ה' אייר און נישט ו' אייר, ווייסט איינער?

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
פלעין יודיש האט געשריבן:פאר די אלע וואס ווייסען נישט אין ארץ ישראל איז גראדע ה' אייר א שטיקעל טרויער טאג ווי זיי ריפען עס אהן יום הזיכרון, וואס דאן טרויערט מען להבדיל אויף די אלע חיילי צה''ל און די אלע יודיש בלוט וואס זענען נעבעך פארגאסן געווארן אויפן מזבח המדינה של שמד,
די אלע חגאות און פייערונגען ווערן געהאלטן ו' אייר און דאס ריפען זיי יום העצמאות
ס'איז מיר אינטערסאנט ס'קיקט אויס אז אין סאטמאר ווייסען זיי בכלל נישט פון דעם,
אדער איז דא א סיבה אויף די זאגן תחנון דווקא ה' אייר און נישט ו' אייר, ווייסט איינער?
יום העצמאות איז להבדיל ה' אייר, היי יאהר איז עס א נדחה מפני קדושת השבת.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
די זעלבע וואס 'דאן טרויערט מען להבדיל אויף די אלע חיילי צה''ל' מיינט.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- מנשה לוסטיג
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1566
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 20, 2012 6:07 pm
- האט שוין געלייקט: 192 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 652 מאל